בלאט 1 פון 1
געבן בלוט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 10:11 am
דורך outspoken
נעכטען איז מיימאנעדיס האספיטעל מיט ביקור חולים געמאכט א בלוט דרייוו אין וויליאמסבורג, האב איך געפרעגט מיין חברותא צו ער וויל קומען, קוקט ער מיר אן מיט הינערנע אויגן, וואס האט ער מיט א בלוט דרייוו? ער האט נאך קיינמאל נישט געגעבן בלוט. נאכן מסבר זיין און מוטשענען א האלבע שעה איז ער געקומען, נאכן ענדיגען (און באקומען א מתנה א האנטעך...) זאגט ער עמאשענעל 'כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז מיט אזא קלייניקייט קען מען ראטעווען מענטשען'.
די אנפירער האט דארט געזאגט, אז זיי האבן בערך 100 מנדבים אזא טאג און רוב זענען וואס קומען יעדעס מאל.
סורוועי אויף חברי השטיבל.
1)האט איר שוין אמאל געגעבען בלוט ביי א בלוט דרייוו ?
2)געט איר יעדעס מאל בלוט ביי א בלוט דרייוו ?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 10:14 am
דורך קאווע טרינקער
1) יא.
2) ניין. דוקא נישט ביי א בלוט דרייוו.
אין שפיטאל, ווען איך האלט דערביי.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 10:19 am
דורך רויטע וואנצעס
א בלוט דרייוו איז באמת א טיי אווענט. די ספאנסירינג ארגאנעזאציע פארקויפט די בלוט פאר גוט געלט. איך ווייס נישט אויב ס'איז ראנג צו נעמען בלוט אנשטאט געלט ס'דאך תרתי משמע, אבער אזוי איז די מציאות.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 10:46 am
דורך פרישער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:א בלוט דרייוו איז באמת א טיי אווענט. די ספאנסירינג ארגאנעזאציע פארקויפט די בלוט פאר גוט געלט. איך ווייס נישט אויב ס'איז ראנג צו נעמען בלוט אנשטאט געלט ס'דאך תרתי משמע, אבער אזוי איז די מציאות.
וואנצע פון ווי נעמסטו דאס אז מען פארקויפט בליט פאר געלט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 11:09 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז זייער א באקאנטע זאך. וואס מיינסטו ווישניצע חדר אדער ביקור חולים דבארא פארק דינגט א זאל, טיילט צו עסן און צופרעסן, ס'עפעס בחינם? די רעד קראס פארקויפט עס אויך. אפעציעל ניצט די רעד קראס די פראפיט נאר צו דעקן הוצאות וואס האט מיט די בלוט באנק, אבער אסאך אנדערע ניצן עס פאר די געהעריגע נאנפראפיט קאסע.
טשעק די פאר לינקס:
http://www.nytimes.com/1991/07/07/busin ... all&src=pmhttp://www.slate.com/articles/news_and_ ... blood.html
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 8:56 pm
דורך MickyMouse
איך געב כסדר בלוט, מען קען געבן יעדע 8 וואכן.
געווענליך געב איך אין שפיטאל און נישט ביי קיין דרייוו.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 11:25 pm
דורך איחוד פעלד
איך מיין עס איז צוויי הונדרעט דאלאר פאר יעדעס רוטל בלוט.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 11:28 pm
דורך פאריז
האסט עפעס א באווייז אז מיימאנדעוס טוט עס אויך?
פאר מיימאנדעוס גיב איך סייווי נישט קיין בלוט ווייל זיי צאפען אונזער בלוט ווען אימער מען דארף מתוך הכרח אנקימען צי זייערע סרוויסעס.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 9:15 pm
דורך outspoken
זונטאג בא, בלוט דרייוו אין קאנטינענטעל.