דיסקוסיע - רעדן און לעבן אויפריכטיג פאר די קינדער
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

[justify]איך וויל דא אדרעסירן א דילעמא וואס מען קען זאגן אז עס איז unique צו די היינטיגע צייטן. די נושא פון זאגן ליגנט אדער לעבן א ליגנט פאר די קינדער איז גאר שטארק שכיח און אפשר אפילו א דבר הכרחי צו קענען לעבן אין די היינטיגע צייטן, מיט עטוואס מנוחה והצלחה. עס איז אבער אויך א נושא וואס ליגט שווער אויפן הארץ פון ערליכע קלוגע עלטערן. ס'נישט א לכתחלה ביי קיינעם צו אויס'נער'ן די אייגענע קינדער. דער נושא איז שוין איבערגעשמועסט געווארן מערערע מאל צווישן חברים וידידים, אבער קיין ענדגילטיגע ריכטיגע שלימות'דיגע פיתרון האבן מיר נאך נישט געהערט. אויך דא אין שטיבל אליינס איז דער נושא עטליכע מאל אויפגעברענגט געווארן אבער אן קיין לעהזונג.
איך ווייס אז די שמועס דא איז גאר גאר לאנג, אבער עס איז א וויכטיגע נושא וואס לדעתי בארירט א יעדע איינציגע מעמבער דא אויף א געוויסע פארנעם (יש לי הוכחות לזה). נעמט די צייט, ליינט און האט הנאה.
די שאלות וואס מיר ווילן באהאנדלן:
• ווען מוז מען בלית ברירה לייקענען און ווען נישט?
• ווי אזוי טוט מען עס אויף אן אופן אז די קינדער זאלן נישט פילן violated?
• ווען מען זאגט די אמת, ווי אזוי קען מען עס טון אויף אן אופן אז די מעשה זאל נישט צירוק קומען אונז בייסן?
• מעג מען אנזאגן די קינדער אז זיי זאלן קיינעם נישט פארציילן?
• מעג מען אנזאגן די קינדער צו ענטפערן ליגנט?
• מעג מען פארקויפן אמונות טפילות אדער אנדערע זאכן וואס מען גלייבט נישט פאר די קינדער כדי מען זאל קענען עקזיסטירן אין די סיסטעם?
מיר פארשטייען אז עס איז נישט שייך קיין שלימות ווען עס קומט צו זוכן עצות ווי אזוי צו זיין ליגנערס, אבער מיר ווילן זיך ארויס העלפן איינער דעם אנדערע מיטן געבן עצות, חיזוק און הדרכה. עס איז נישט בא'טעמ'ט צו זיין honest און קלאר מודה זיין אז אזוי ווייט זענען מיר ליידער פארפאלן, אבער אויב וועט מען עס נישט אדרעסירן וועט נאר זיין ערגער. אשר על כן האב איך גענומען אויף מיר די משימת הקדש צו אנהייבן די געשפרעך אויף דער נושא, איך וועל ברענגן עטליכע דוגמאות פון עכטע מעשיות און שאלות וואס איך האב געהערט. איך האף אז די עולם וועט זיך משתתף זיין מיט די ליבון הנושא און מיר וועלן ארויסגיין פון דער אשכל עטוואס קלוגער.
(וזאת למודעי. אויב האלט איר אז איר לעבט פולקאם אמת'דיג און ארענטליך מיט אייערע קינדער, און איר פארשטייט נישט פארוואס עס פעלט אויס לפעמים צו לעבן פאלש און בשקר, דאן איז דער אשכל נישט פאר אייך. איר מוזט נישט מגיב זיין אדער אפילו לייקן, איר קענט זיך צוריק קערן צום שטיבל און ליינען אנדערע אשכולות. יישר כח.)
די הצלחה פון די וועלט איז אוועק געשטעלט אויף די יסודות פון צוטרוי צווישן די מענטשהייט. אויב איז נישט דא קיין צוטרוי קען מען נישט טון קיין ביזנעס, שידוכים, שוקן די קינדער לערנען, וואוינען מיט אנדערע מענטשן וכו'. אבער די וויכטיגסטע איז די צוטרוי צווישן עלטערן און קינדער. אויב קענען קינדער נישט געטרויען די עלטערן דאן וועלן זיי נישט קענען מקבל זיין פון זיי. א יעדע זאך וואס די עלטערן וועלן איבערגעבן פאר די קינדער, סיי בפועל און סיי בעקיפין דורך זייערע התנהגות, וועט אנגענומען ווערן דורך די קינדער מיט פארדאכט און מעגליך אפילו מיט ווידערשטאנד. נישט בחנם איז אלוועטליך אנגענומען אז אמת'דיקייט איז א שליסל צו חינוך. עלטערן וואס violate'ן די צוטרוי פון די קינדער, נעמען עס די קינדער אן גאר שווער. ס'הייסט, די מענטש וועם זיי האבן די מערסטע געדארפט קענען געטרויען האט זיי אויסגענארט. די פראבלעם איז אז מיר וואוינען אין א וועלט וואו עס איז כמעט אומעגליך צו עקזיסטירן אן זאגן ליגנט.
דוגמא א' איז די אינטערנעט מערכה. די מוסדות פארלאנגן קאפריזישע תקנות און זיי פארלאנגן אז די עלטערן זאלן אונטער חתמ'נען אז זיי פארשפרעכן אויסצופירן די תקנות. אויב זיי וועלן נישט פאלגן וועלן זייערע קינדער ארויסגעשליידערט ווערן פון די מוסדות התורה. מה יעשה האב? מצד אחד האלט ער זיך נישט ביים לאזן ווערן געפירט דורך מאכט-הונגעריגע פארשוינען, וואס ווילן דיקטירן א יעדע טריט און שריט אין מענטשנ'ס לעבן. ער האלט אויך נישט ביים שוקן זיינע קינדער צו א מאדערנע מוסד אין פלעטבוש צוליב דעם וואס עס וועט מאכן זיינע קינדער שווער דאס לעבן, זייענדיג אנדערש ווי די קרובים, שכנים און גוטע פריינט. בלית ברירה איז די טאטע מחליט אז לטובת זיינע קינדער וועט ער שרייבן ליגנט וזהו.
די עלטערן נעמען דא א ריזיקע אז דאס קינד וועט איין טאג כאפן וואס דא איז פארגעקומען און ער וועט האלטן זיינע עלטערן פאר שקרנים. אבער וואס קענען דען די עלטערן טון, זיי מוזן קודם טון היינט וואס איז וויכטיג פאר היינט, און זיי האפן אז ווען דאס קינד וועט זיין גענוג פארשטענדיג וועט מען אים מסביר זיין אז מיר לעבן היינט אין א וועלט וואו מען מוז פון צייט צו צייט נוצן די שקר אנצוקומען צום אמת. מיינס א חבר וואס פארמאגט א סמארטפאון האט מיר אבער איין טאג געפרעגט. "וואס טו איך אויב מיין קינד פרעגט מיר איין טאג, טאטי, ס'דא אינטערנען אויף דיין סעלפאון? וואס ענטפער איך פארן קינד. ליגנט אים פנים אריין קען איך דאך נישט זאגן, ווידער זאגן די אמת וועט קענען צוברענגן אז דאס קינד זאל זיך פארעדען אין חדר און זיי וועלן מיך אפיר האלטן.” האב איך אים געענטפערט אז ענדערש זאל ער זאגן דעם אמת פארן קינד, און אויב ס'וועט טאקע געשעהן אז די מוסדות וועלן אים פרעגן דערויף, זאל ער 'זיי' זאגן ליגנט, אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט פאר זיין קינד.
די נקודה דא איז אז מיר לעבן אין א וועלט וואו מען דארף מאכן אזעלכע אומבא'טעמ'טע קאלקולאציעס און החלטות, וואו און ווען איז די בעסטע צו זאגן ליגנט כדי מיר זאלן קענען עקזיסטירן און איבערקומען די טעראר פון די דיקטאטארישע פירערשאפט. מיר זוכן אלץ צו טרעפן א באקוועמע niche צו קענען לעבן די לעבן וואס מיר האלטן איז ריכטיג פאר אונז, אן דארפן ליידן די repercussions פון די א.ג. סיסטעם. ביי איינעם איז די דאגה ווי אזוי די ווייב קען גיין שענער אנגעטון אין די היים, ביים צווייטע איז עס די סמארטפאון, ביים דריטע איז עס לערנען די קינדער critical thinking, ביים נעקסטע איז עס עסן די סעודה אן א שטריימל און בעקישע וכדומה.
דוגמא ב'. א חבר מיינער האלט אז עס איז וויכטיג פאר זיינע קינדער צו וואטשן לפעמים DVD'ס פון שפילן, נאטור וכדומה. פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון זאכן וואס זענען גענצליך ריין און צוגעפאסט פאר קינדער, און זענען געזונט פאר די עמאציאנאלע וואוקס און בילדונג פונעם קינד. די פראבלעם איז אז די מוסדות אסר'ן דאס. מיין חבר האט צוליב דעם איינגעפירט אז מען וואטשט נאר DVD'ס ספעציעלע צייטן ווי חול המועד, זוממער, חנוכה וכדומה. ער האט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאלן נישט פארציילן קיינעם דערוועגן צוליב דעם וואס אנדערע מענטשן לאזן נישט זייערע קינדער וואטשען, און די אנדערע קינדער וועלן זיי מקנא זיין אדער אראפ קוקן אויף זיי צוליב דעם. למעשה האט איינער פון די קינדער זיך פארעדט און א שטיק צייט שפעטער האט די קינד אויסגעפונען אז איינער פון די שכנים לאזט נישט די קינדער קומען צו זייער הויז צוליב דעם וואס מען וואטשט מען DVD'ס. וואס טוט מען דא? די עלטערן האלטן אז פאר זייערע (אלע) קינדער איז דאס וויכטיג. זאלן זיי מוותר זיין דערויף? זאלן זיי אנזאגן די קינדער נישט צו זאגן? ווי אזוי איז די בעסטע וועג עס צו טון אז עס זאל נישט האבן קיין שלעכטע אפעקט?
איך האב גע'עצה'ט מיין חבר אז ער דארף מחנך זיין די קינדער בכלליות אז מען טיילט נישט מיט פרעמדע מענטשן וואס עס גייט פאר אין שטוב. אלעס וואס גייט פאר אין איינעמ'ס הויז איז פריוואט פאר די מיטגלידער פון יענע משפחה. (דער ענין האט מיין ווייב געהערט פון איר כלה לערערין בנוגע אנדערע ענינים.) מען קען אפילו פארציילן אז בלעם האט געזעהן ווי פתחי ישראל אינם מכוונים זה לזה. עס איז וויכטיג (ספעציעל אין די קלימאט וואס מיר וואוינען) צו איינגעוויינען די קינדער איבער די וויכטיקייט פון privacy. איז דאס א גוטע solution? וועלן די קינדער טאקע נישט פארציילן?
אסאך מאל טראכט איך, ווער זאגט אז ס'דארף אנגיין פאר עלטערן אז קינדער פארציילן וואס גייט פאר אין שטוב? וואס איז שוין געשעהן אז א שכן לאזט נישט די קינדער קומען צו דיין הויז, אדער אז מענטשן וועלן רעדן? מען דארף נישט טון די זאכן דייקא פארנט פון אנדערע מענטשן, אבער אפשר איז געזונטער צו לעבן און לאכן? ווייסן זיי נישט איז זיכער גוט, און אויב יא איז אויך נישט געפערליך. איר וועט אבער אלץ אנקומען צו א גדר וואס קען שוין זיין צופיל פאר אנדערע צו קענען אקצעפטירן, און עס קען איינשטעלן אייער משפחה'ס מעגליכקייט צו עקזיסטירן within די געמיינדע. Where do you draw the line?
איך ווייס אז עטליכע וועלן טענה'ן אז בעסער איז צו נישט טון די זאכן טראץ דעם וואס מען האלט אז ס'ריכטיג, אזוי וועט נישט אויספעלן צו באהאלטן אדער לייקענען. אבער מיט וואס איז דער מהלך ווייניגער שקר ווי די אנדערע וועג? עס איז טאקע אפשר גרינגער, אבער פאלש איז עס פארט. די שאלה אין דער אשכל איז, אויב איז מען איבערצייגט אז א מהלך איז מער ריכטיגער און אויסגעהאלטן דאן ווי אזוי קען מען עס טון מיט די ווייניגסטע קאנציקווענצן?
דוגמא ג'. א צווייטע חבר פארציילט מיר אזא מעשה. זיינע טעכטער האבן געהאט חנוכה וועקאציע און ער האט מחליט געווען אז עס איז א פאסיגע טאג ארויסצונעמען די קינדער אויף א טריפ. עס קומט נישט אויס גענוג געלעגנהייטן צו קענען פארברענגן מיט די קינדער, און בכלל האלט ער אז קינדער דארפן א ברעיק פון צייט צו צייט. די פראבלעם איז אז האלב פון זיינע קינדער לערנען אין חדר, און עס איז נישט דא קיין וועקאציע פאר די יונגלעך. איז ער אריבער אין חדר און ער האט אריין געקלאפט אין זיין זונ'ס קלאס און ארויסגערופן די זון מיט די אויסרייד אז ער פילט אז ער דארף צולערנען פריוואט מיטן קינד אין בעפארברייטונג צו א גרויסע בחינה. אויפן וועג ארויס פון חדר פרעגט די זון דעם טאטע, וואו גייט מען לערנען, זאגט די טאטע אז מען גייט אויף אן אויספלוג, כ'האב נאר גענוצט לערנען אלץ א תירוץ כדי מען זאל דיר ארויסלאזן פון חדר. עד כאן המעשה.
דוגמא ד'. מיין טאכטערל קומט אהיים פון שולע און פארציילט א מעשה ווי הונדערטע גוים האבן "ברוך השם גע'פייגערט". איך זאג פאר מיין מיידל אז ס'נישט שיין אזוי צו רעדן, גוים זענען אויך human beings, מען דארף זיך באציען צו אלע מענטשן מיט ריספעקט. זאגט זי מיר אז ווען זיי פארן אדורך א בית החיים זאגט די טיטשער הויך ברוך השם, כן יאבדו וכו'. נו, וואס זאגט מען איר? זאל איך איר זאגן אז די טיטשער איז א קי וואס קייט איבער וואס איר קינדערגארטן לערערין האט איר אויסגעלערנט? אדער זאל איך צושאקלן די קאפ און גארנישט זאגן, נאר צוקוקן ווי מיין טאטכער וואקסט אויף א ראסיסט אדער א מענטש וואס ווייסט נישט ווי אזוי צו טאלערירן און לעבן מיט אנדערע מענטשן? כ'האב מיך אויסגעדרייט צו מיינע קינדער און to the best of my ability האב איך זיי מסביר געווען די ענין. איך האב זיי מסביר געווען אז ס'פארהאן גוטע גוים און שלעכטע אידן וכו' כל הענין. איך האב אויך ערקלערט אז רביס און לערערין קענען מאכן טעותים, עס קען זיין א פליטת פה אדער קומען פון זיין אומוויסענד, אבער מיר דארפן יא פרובירן צו טון וואס איז ריכטיג.
דוגמא ה'. א קאזין מיינע וואס איז א שטארקע אוהב נגינה איז היי יאר געפארן מיט זיינע קינדער דאווענען סליחות ביי יודא גרין. ער זאגט אז ער האט שוין לאנג נישט געפילט אזוי קאנעקטיד מיטן באשעפער ווי ער האט דארט געפילט מיט די נגינה וכלי עגבים. ביודעי ומכירי זאג איך אייך אז דער איד איז שוין אפאר יארן נישט געזעהן געווארן ביי סליחות, נישט אויף ראדני און נישט אויף הופער. אבער היי יאר האט ער ערליך געדאווענט. מיין ערשטע קשיא צו אים איז געווען, דיינע קינדער זענען דארט געווען? האסט נישט מורא אז זיי וועלן פארציילן אין חדר? פרעגט ער מיר, "זאל איך זיי הייסן זאגן אז מיר זענען געווען געהעריג אין ראדני... כמיין הופער?"
דוגמא ו'. וואס טוט זיך מכח מחנך זיין די קינדער צו טון זאכן וואס מען האלט נישט דערביי? ביי איינעם איז עס דאווענען, ביים צווייטע איז עס לערנען, ביים דריטע איז עס מנהגים וענינים כגון זיצן ביי די חנוכה לעכט, אויפבלייבן שבועות ביינאכט, זינגען אז ביום השביעי נחת פרייטאג צונאכטס וכדומה. איך האלט אז ס'קלאר אז מחנך זיין א קינד צו זאכן וואס מען האלט נישט דערביי וועט קלאר נישט נתקבל ווערן און אפשר אפילו בעקפייערן. ענדערש זאל די טאטע מחנך זיין דאס קינד צו די זאכן וואס ער האלט יא דערביי, ס'דא גענוג. דאס איבעריגע באקומט מען דאך חינוך אין די מוסדות, פון לערנען תורה און פון די סאסייעטי. די שאלה איז נאר ווי אזוי עקזיסטירט מען אין אונזער וועלט מיט אזא מהלך? און וואס זאגט מען פארן קינד אויב/ווען עס קומט אויף אין א דיסקוסיע? לכאורה, אויב איינער האט א נאנטע און אפענע רילעישאנשיפ מיט זיינע קינדער, און ער האלט זיך מיט א ספעציפישע ליניע – נישט שפרינגנדיג אהין און צוריק, וועט ער נישט פארפלאנטערט ווערן מיט קשיות ותמיהות פון די קינדער. אויב האט מען אפענע דיסקוסיעס איבער די עיקרים ומטרות וועלן שוין קינדער אליינס אויפכאפן וואס איז וויכטיג און וואס איז נישט.
דוגמא ז'. וואס איז אויב איינער האט געלערנט און עס איז אים נתברר געווארן געוויסע פארשטאנדן אין די תורה ומצוות און הנהגת הבורא, אנדערש ווי מען פארקויפט אין די מוסדות. איך וועל נעמען דוגמאות פון דא אין שטיבל, אבער לאו דוקא די זאכן נאר וואס אימער איר גלייבט שטארק אין, אבער ס'אנדערש פון וואס די סיסטעם נעמט אן. די היסטאריע פון די וועלט, הבנת המקרא, ענינים וואס שטייען איבער אלעם, מטרות אינם מקדשים אמצעי, אמונת צדיקים, הבנה במושגים כגון מלאכים, גן עדן, גיהינום, שכר ועונש וכו', הבנה בחסידות וכו'. און דאס קינד קומט אהיים און פארציילט איבער די שטותים וואס מען האט זיי אויסגעלערנט. איז עס ריכטיג זיי צו לאזן איבערזאגן די זאכן און זיך פארלאזן אז פונקט ווי עס איז געשעהן מיט אייך וועלן זיי אויך אויפוואקסן און זיך עפענען די קעפ? עס זענען דא וואס טענה'ן אז אויב ווייסטו דעם אמת טאר מען נישט לאזן די קינדער אויפוואקסן איגנאראנט, וכש"כ דו טארסט נישט איבערקייען פאר זיי די אלע זאכן. די פראבלעם איז אז אויב זאגט מען פאר א קינד עפעס קאנטרעווערסיאל און ער זאגט עס איבער אין חדר קען דאס מעורר זיין א שטארקע שערורי' וואס וועט זיך ענדיגן מיטן אפשטעמפלן די עלטערן אלץ כופרים ואפיקורסים כמנהגינו מקדם און דאס ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות.
איך האלט אז ביי די ענינים דארף מען ארבייטן מיט גרויס חכמה. נישט קלאר אוועק מאכן וואס זיי האבן געלערנט אין חדר, נאר ענדערש ביי אנדערע געלעגנהייטן שמועסן פון ענליכע זאכן, פרעגן קשיות ושאלות וואס וועלן צופירן די קינדער מיט זייער שכל אליינס איינצוזעהן אנדערע מעגליכקייטן. דאס וויכטיגסטע איז נישט צו מאכן די פאטאלע טעות און אינדאקטרינעיטן די קינדער קיין שום וועג. די ארבייט פון עלטערן איז צו געבן די קינדער די כלים אז זיי זאלן עווענטואל אליינס מסיק זיין די אייגענע מסקנות. עס איז שווער מסביר צו זיין אין געציילטע שורות די פונקטליכע מהלך. מען דארף ארבייטן מיט שכל אז זיי זאלן עס וויסן אלץ א פראבעביליטי, אבער עס זאל זיי נישט זיין צו עקסייטינג אז זיי וועלן עס נאכזאגן, נאר ענדערש וועט עס זיי געהאלטן ווערן אין קאפ ביז די ריכטיגע מאמענט, ווען זיי וועלן שוין זיין גענוג רייף עס מקבל צו זיין. וואס האלט איר? איז דאס א ריכטיגע מהלך?
איך האב געהערט פון א יונגערמאן א בן תורה. זיין משפחה האט געהערט צו איינע פון די גרויסע חסידות'ער וואו מען איז שטארק באגלייבט אינעם רבי. די טאטע אליינס איז געווען איינגעשטעלט אין די מוסד. די טאטע פעלגט פרובירן ווען אימער ער האט געקענט זיך ארויסדרייען פון גיין צו די טישן וכ"ש די פראפאגאנדע צוזאמקומענישן, טראץ דעם וואס די טאטע האט שטארק געהאלטן פונעם רבי. ווען די טאטע פלעגט שוין יא גיין האט ער ווייניג מאל מיטגענומען די קינדער. ווען ער האט שוין יא מיטגענומען די קינדער האט זיך אלץ פונקט געמאכט א שמועס איבער זאכן אין די וועלט וואס פארבלענדן די אויגן און מאכן אונז נישט זעהן דעם אמת, פארדרייען אונז די אמונה, מאכט אומגעטליכקייט אויסזעהן ווי געטליכקייט וכדומה. דער יונגערמאן זאגט מיט אז די טאטע'ס מעסעדזש איז גוט אריין אין די ביינער אן דעם וואס ער זאל האבן געזאגט עפעס קלאר. דאס מיינט מחנך זיין מיט חכמה.
דוגמא ח'. א טאטע וואס האלט אז די קינדער'ס מוסד איז צו עקסטרעם בעניני צניעות. ער וויל אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די ריכטיגע אפטייטש און פארשטאנד וואס די תורה מיינט מיט "צניעות", והצנע לכת וכו'. עס ליגט א חיוב פארן טאטע צו שמועסן און לערנען די קינדער די ריכטיגע באדייט, און מאכן זיכער אז דאס קינד זאל נישט מיינען אז דיקע שטרימפ אדער אויסזעהן פאר'מואס'ט איז די רצון השם ח"ו. קינדער קענען גוט פארשטיין די קאנצעפט אז טראץ דעם וואס מען האלט און מען פארשטייט אנדערש פון די מוסדות דאך שטעלט מען זיך אינגאנצן צו צום אטאריטעט. איך זאג אלץ פאר מיינע קינדער, "ווען דו וועסט ארבייטן פאר א בעל הבית וועסטו טון וואס ער פארלאנגט אפגעזעהן צו די פארשטייסט אדער נישט, און אז נישט וועסטו פליען פון דארט. די זעלבע איז אז ווען אייער מאן/ווייב וועט עפעס בעטן פון אייך וועט איר זיך אמאל דארפן צושטעלן למען השלום. יעצט שטעלט מען זיך אויך צו למען השלום והשלווה אפילו מען פארשטייט נישט אדער מען פארשטייט אנדערש."
עס איז פאר מיר פערזענליך זייער א פיינפולע נושא. איך שטיי אויפן זייט און איך זעה וויפיל ענערגיע גייט אריין אין מענטשנ'ס לעבן צו זיין אויפן וואך און מאכן זיכער אז זיין לעבנ'ס הנהגה טוט צופרידן שטעלן א יעדע פימפענאטער. מען האט ווירטואל ארויסגענועמן די בחירה פון די הענט פונעם המון עם. מען האט פארוואנדעלט די וועלט אין א גרויסע קאפי-פעיסט מאשין. א יעדער איינער מוז אויסזעהן די זעלבע. אלע בחורים מוזן לערנען עיון בקיאות והלכה. אלע יונגערלייט מוזן גיין אין כולל. אלע פרויען מוזן זיין טיטשערס אדער סעקראטארן. א יעדער איינער מוז קויפן א מאראקא אתרוג מיט א סעמי-גארטל. אלע בעלי בתים מוזן האבן א שיעור צופרי און גיין ארבייט וכו'. מען האט ארויסגענומען די ATTRIBUTES וואס דיפיינען די אינדיווידואליזם פונעם מענטש און אינ-איינוועגס דאס גדלות השם. דאס מושג פון שוכן לשבטיו איז אויסגעריסן פון די אלטע טעסטעמינט. די נייע טעסטימענט פארלאנגט רבי איבער גאט, קהלה איבער עם ישראל, אויסזעהן איבער סובסטאנץ, און די עיקר אמונה איז 'קאנפארמעטי'. עס טוט אזוי וויי צו רעדן דערפון. אבער די האפענונג איז דא אין פולן קראפט. עס איז קלאר אז אונזערע אייניקלעך וועלן זיך נישט ספראווען מיט די פראבלעמען, אולי ואולי אפילו אונזערע קינדער. די שאלה דא איז וואס צו טון דערווייל. ווי אזוי האלט מען די באלאנס צווישן נישט ארויסגעשפיגן ווערן אבער אויך שטיפן די וואגאן פאראויס.
איך קען אזוי ווייטער אנגיין מיט פולע דוגמאות, אבער די שמועס איז שוין way too long. עמיר זיך דא אפשטעלן דערווייל. ליינטס עס אדורך, טראכט אריין אין דער נושא, און ביטע טיילט מיט פון אייערע עקספיריענסן, און וואס איר ווייסט פון אנדערע. וואס זענען איר מסכים און וואס זענט איר נישט מסכים, און בעיקר פארוואס.
.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
בנוגע דוגמא ז', מען קען סייווי נישט מסביר זיין פאר א קינד, און א קינד וועט מילא נישט פארשטיין זאכן וואס קוים קוים אן ערוואקסענער פארשטייט עס. די עצה איז פשוט, זיי מסביר זיין אז אונז פארשטיי מיר נישט פונקטליך און די זאכן זענען פיל טיפער און אנדערש ווי מען שטעלט זיך פאר. ווען דאס קינד וועט עלטער ווערן וועט ער אדער אליין זוכן אין ספרים אדער וועסטו האבן צייט אים דעמאלטס צו עדיוקעיטן, שיקן לינקס צו אשכולות אין ק"ש א.א.וו.
דוגמא א', אינטערנעט תקנות, איז גארנישט אנדערש ווי שטאטישע זאכן. צומאל ברויך מען משנה זיין אביסל מפני דרכי שלום...
לגבי צניעות, ברויך מען פשוט סטרעסן אז אינדערהיים איז פונקט פארקערט, מען דארף זיין אנגעטון שיין און צום זאך (דאס איז דאך דער עיקר ענין. אויב אין גאס גייט זי אביסל צי צניעות'דיג איז דאך נישט קיין חורבן). ווי אויך בכלל אז צניעות מיינט נישט יאנטשי און עקלדיג, נאר מען ברויך זיין נארמאל, נישט אויפרייסעריש (אויף די גאס).
דוגמא ו'. וואס הייסט מחנך זיין צו וואס מען האלט נישט דערביי? אויב טוט מען עס אליינס, איז עס חינוך.האדם יראה לעינים, ער זעהט דעם טאטן דאווענען ערליך וועט ער אויך. אויב טוט מען עס נישט מען זאגט נאר פאר די קינדער זיי זאלן עס טון איז דאך עס היפאקריטסווע.
דוגמא ג', ארויסרופן פון חדר. ווער הייסט אים פלאפלען? זאג פארן מלמד אז דאס קינד דארף יעצט אהיים קומען און א גוטן טאג.
בנוגע DVD'ס, דער אמת איז אז אויב ביי אייך וואטשט מען עס און דער שכן וויל מהאי טעמא נישט שיקן די קינדער צו אייך, ווייל ער האט מורא זיי וועלן דארט זעהן די ווי די'ס, קומט דאך אויס ווען דו פרובירסט דאס צו באהאלטן האסטו אויסגעפאפט דיין שכן. דיין גאנצע ציל איז דאך קעגן שקר, מאי אולמיה דהאי שקר מהאי שקר? אדרבה, דו וואלסט ווען געדארפט זאגן פאר אלע שכנים אז ביי דיר אינדערהיים וואטשט מען כדי דער שכן זאל וויסן נישט אהין צו שיקן (כמבואר ביבמות לא נמנעו ב"ש וב"ה להתחתן זה בזה ווייל מען האט זיך געטראסט, ווען עס איז געווען א זאך וואס לויטן אנדערן'ס שיטה איז עס געווען אסור האט מען אים נישט אריין געפאפט נאר קלאר געזאגט ער זאל וויסן נזהר צו זיין).

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דעת תורה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 10:41 am
- האט שוין געלייקט: 196 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל
איך בין פון די סורט וואס דו ווילסט נישט זאלען קאמענטירן. איך וועל נאר זאגן אז דוגמא ד' איז א שרעקליכע קרענק וואס האט גארנישט מיט פרומקייט אדער חסידישקייט. אדרבא ס' שטייט ורחמיו על כל מעשיו און אפי' אויף די מצריים שטייט מעשה ידי טובעים וכו' כש"כ סתם גויים, ממילא וואלט איך דעס גערעדט אפען בכל ענין
אמת מארץ תצמח
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
[tag]הוגה[/tag] עס איז גאר א אינטערסאנטע נושא פון וואס צי רעדן, אבער עס איז דא א פראבלעם, ווייל די האסט וועלענדיג אדער אומווילענדיג אראפ געשטעלט אונזער מסגרת און א נעגאטיווע ליכט, דורוך שרייבען געוויסע דוגמאות און דארט אראפ געשטעלט יסודות כאילו אז דארט דארף מען לייקענען וויבאלד יענטץ איז עוולה'ס און די שאלה איז צו מען זאל עס טיען אדער נישט.
מען קען צונעמען דיינע דוגמאות און אויפווייזען ביי עטליכע פון זיי אז דער וואס וויל דארט לייקענען און שפילען באהאלטען איז נישט גערעכט וויבאלד ער איז נישט גערעכט מיט זיין שטעלנוג, אבער דאן וועט די אשכול רעדן פון אלעם - אפילו פון אט"ד - אבער נישט פון די נושא האשכול,
בקיצור, האסט א גיטע טאפיק און א גיטע אנהייב פון א אשכול, אבער פראבעלאמטיש אראפגעשטעלט מיט אומריכטיגע דוגמאות, און עס איז שווער ארויסציברענגן די מיינוג אן זיך שטעלן אויף די דוגמאות,{ נעם א דוגמא פון דעת תורה ווי אזוי ער האט מגיב געווען די ערשטע הודעה צום אשכול, ער האט זיך באצויגען צום דוגמא און נישט צום נושא } וועלן מיר ווארטען און זען ווא אזוי די אשכול וועט פארען.
____
עסקן האקט, ער האט אויך א פראבלעם מיט א דוגמא, אבער ער רעדט נישט פינעם נושא.

יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
עסקן בדברים האט געשריבן:איך בין פון די סורט וואס דו ווילסט נישט זאלען קאמענטירן. איך וועל נאר זאגן אז דוגמא ד' איז א שרעקליכע קרענק וואס האט גארנישט מיט פרומקייט אדער חסידישקייט. אדרבא ס' שטייט ורחמיו על כל מעשיו און אפי' אויף די מצריים שטייט מעשה ידי טובעים וכו' כש"כ סתם גויים, ממילא וואלט איך דעס גערעדט אפען בכל ענין
דוגמה ד' האט צוויי נקודות און זיך, מיט די ערשטע נקודה איז הוגה גערעכט אז מעןדארף רעדן פון גוים מיט רעספעקט אזוי ווי הוגה האט אזוי שיין ארויסגעברענגט,
אבערמיט די צווייטע נקודה פון "כן יאבדו כל אויביך השם" איז ער נישט גערעכט וויבאלד עס איז זייער ריכטיג צו זאגען, וויל מען זאגט אז אלע פיינט זאלען שטארבן, מען זאגט נישט אז אלע גוים זאלען שטארבן, מען שטעלט נישט די גוים וואס זיי זענען ברואים פון השי"ת, נאר מען שעלט די וואס גייען אריין בגדר שונאי השם..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאריז, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דעת תורה האט געשריבן:דיין גאנצע ציל איז דאך קעגן שקר, מאי אולמיה דהאי שקר מהאי שקר? אדרבה, דו וואלסט ווען געדארפט זאגן פאר אלע שכנים אז ביי דיר אינדערהיים וואטשט מען כדי דער שכן זאל וויסן נישט אהין צו שיקן
זיין ציהל איז אנטקעגן "שקר פאר די קינדער", נישט מדת השקר אין דזשענעראל.
ביי מיר קוקט מען אויך צומאל היימישע DVD'ס, די סארט וואס מען פארקויפט אין די היימישע גלפז געשעפטן אדער נאטור, אלעס ריין און אויסגעהאלטן, און אויך נאר צייטן ווי חוה"מ וכדומה, נישט סתם א טאג, ווייל איך האלט אז מען קען נישט גיין מיטן וואנט אין קאפ אריין, און אויב ווייזט מען נישט פאר די קינדער בהיתר, טרעפן זיי שוין ביי אנדערע חברים ערגערס ח"ו.
איך בין אפן דערמיט, אבער א שכן ווייסט אז אויב שיקט מען צו מיר א קינד וועט ער גארנישט זעהן, ווייל כ'ווייז דאך נישט סתם אזוי. נאר א חוה"מ ביינאכט ווען עס זענען נישט פאראן קיין פרעמדע.
אודאי זאגט מען פאר די קינדער וויפיל מען קען אז מען זאל נישט איבריג פלאפלען, אבער עס איז אוממעגליך זיי צו פארשטימען, בפרט די קלענערע. מיין קליין קינד פון 4 יאר ווייסט שוין צו שרייען אין די גראסערי הויך, מאמי איך וויל קוקן א DVD....
איך מיין אז 90% מענטשן פאפן ממילא מער אדער ווייניגער, נכלל די מנהלי ומחנכי המוסדות זעלבסט, ממילא איז אלעס א סוד פאר גאנץ בראד, און עס האט נישט קיין זין צו לעבן ווי אונטער די קעי.דזשי.בי.
דאס איז נאר לגבי די טענה וואס מען האט געשריבן איבער די דוגמא,
איך וויל נאך מגיב זיין מער באריכות בכלליות הענין בעז"ה.
וירח ה' את ריח הניחוח
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
הוגה האט געשריבן:דוגמא א' איז די אינטערנעט מערכה. די מוסדות פארלאנגן קאפריזישע תקנות און זיי פארלאנגן אז די עלטערן זאלן אונטער חתמ'נען אז זיי פארשפרעכן אויסצופירן די תקנות. אויב זיי וועלן נישט פאלגן וועלן זייערע קינדער ארויסגעשליידערט ווערן פון די מוסדות התורה. מה יעשה האב? מצד אחד האלט ער זיך נישט ביים לאזן ווערן געפירט דורך מאכט-הונגעריגע פארשוינען, וואס ווילן דיקטירן א יעדע טריט און שריט אין מענטשנ'ס לעבן. ער האלט אויך נישט ביים שוקן זיינע קינדער צו א מאדערנע מוסד אין פלעטבוש צוליב דעם וואס עס וועט מאכן זיינע קינדער שווער דאס לעבן, זייענדיג אנדערש ווי די קרובים, שכנים און גוטע פריינט. בלית ברירה איז די טאטע מחליט אז לטובת זיינע קינדער וועט ער שרייבן ליגנט וזהו.
דא איז ענדערש די שאלה: פארוואס פאפט דער טאטע זיך אליינס? פארוואס לעבט ער פאלטש?
מען האט שוין אויסגעשציעסט עטליכע מאל דא אין שטיבעל, און [tag]הוגה[/tag] האט עס עטליכע מאל זייער שיין מסביר געווען {ביי די אט"ד נושא} אז קינדער קענענן פארנעמן א טויש אפילו זיי זענענן אנדערש פון זייער סביבה אדער משפחה, אויב א טאטע זעט אז ער וויל נישט פאלגען קיין איינע פון די אלע רבנים פרומע חסידישע און ליטווישע, ישיבה'שע און מער מאדערען רבנים וואס זאגען אלע אז אינטערנעט איז א חרבון אין שטוב, פארוואס פאפט ער זיך אליינס און טוישט נישט מוסד? פארוואס צילוב כבוד המדומה איז ער גרייט צו לעבן א פאלטש לעבן?
די שאלה איז נישט צו ער זאל זאגען ליגענט פאר זיינע קינדער, די שאלה איז צו ער זאל זיך ווייטער פאפען און לעבן אין א פאלטשע וועלט, אדער צו ער זאל איינמאל פאר אלעמאל האבן קוראזש און טיען דאס וואס ער האלט אז עס איז רכטיג?!
אזא מענטש ווי די דוגמה וואס פאר זיך איז ער גרייט צו לעבן פאלטש, קען רואיג זאגען ליגענט פאר דיינע קינדער, זיינע קינדער זעען עס אליינס דורוך זיינע מעשים אן זיין זאגען... זיין זאגען פעלט שוין נישט אויס.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
הוגה האט געשריבן:דוגמא ב'. א חבר מיינער האלט אז עס איז וויכטיג פאר זיינע קינדער צו וואטשן לפעמים DVD'ס פון שפילן, נאטור וכדומה. פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון זאכן וואס זענען גענצליך ריין און צוגעפאסט פאר קינדער, און זענען געזונט פאר די עמאציאנאלע וואוקס און בילדונג פונעם קינד. די פראבלעם איז אז די מוסדות אסר'ן דאס. מיין חבר האט צוליב דעם איינגעפירט אז מען וואטשט נאר DVD'ס ספעציעלע צייטן ווי חול המועד, זוממער, חנוכה וכדומה. ער האט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאלן נישט פארציילן קיינעם דערוועגן צוליב דעם וואס אנדערע מענטשן לאזן נישט זייערע קינדער וואטשען, און די אנדערע קינדער וועלן זיי מקנא זיין אדער אראפ קוקן אויף זיי צוליב דעם. למעשה האט איינער פון די קינדער זיך פארעדט און א שטיק צייט שפעטער האט די קינד אויסגעפונען אז איינער פון די שכנים לאזט נישט די קינדער קומען צו זייער הויז צוליב דעם וואס מען וואטשט מען DVD'ס. וואס טוט מען דא? די עלטערן האלטן אז פאר זייערע (אלע) קינדער איז דאס וויכטיג. זאלן זיי מוותר זיין דערויף? זאלן זיי אנזאגן די קינדער נישט צו זאגן? ווי אזוי איז די בעסטע וועג עס צו טון אז עס זאל נישט האבן קיין שלעכטע אפעקט?
איך גיי נישט אריין גיין אין די נושא צי קיקען DVD איז גיט אדער נישט,
אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ער טאר נישט בא'עעלה'ן זיינע שכנים, און אויב זיינע שכנים האבן א פאלאסי אז זיי ווילען נישט שיקען קינדער צי הייזער וואס עס איז דא DVD, דעמלאטס האט ער חיוב משום ועשית הישר והטוב איינצומעלדן זיינע שכנים אז ער האט עס און אז ביי אים קוקט מען DVD'S, אדער האט ער א ברירה נישט איינמעלדן אבער עכ"פ זאל ער נישט לאזען זיינע קינדער ברענגן קיין פרענד'ס צו זיך אהיים, אויב ער טוט ער נישט איינע פון די צוויי זאכען דעמלאטס איז ער א סעלפישע'ר איגנארט שכן וואס עס אינטעסירט אים נישט א צווייטענס געפילען און well being
אויב וועט ער אויסלערנען צו זאגען די קינדער ליגענט ביי אזא פאל, און ער וועט זיי אויסלערנען אז מען דארף זיך נישט רעכענן מיט א צווייטען, וועלן זיינע קינדער אויך אויפוואססן שקרנים און וועלן אפ'נער'ן יעדעם וואס קימט זיי אינטער די האנט, חכמים הזהרו....
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
הוגה האט געשריבן:דוגמא ג'. א צווייטע חבר פארציילט מיר אזא מעשה. זיינע טעכטער האבן געהאט חנוכה וועקאציע און ער האט מחליט געווען אז עס איז א פאסיגע טאג ארויסצונעמען די קינדער אויף א טריפ. עס קומט נישט אויס גענוג געלעגנהייטן צו קענען פארברענגן מיט די קינדער, און בכלל האלט ער אז קינדער דארפן א ברעיק פון צייט צו צייט. די פראבלעם איז אז האלב פון זיינע קינדער לערנען אין חדר, און עס איז נישט דא קיין וועקאציע פאר די יונגלעך. איז ער אריבער אין חדר און ער האט אריין געקלאפט אין זיין זונ'ס קלאס און ארויסגערופן די זון מיט די אויסרייד אז ער פילט אז ער דארף צולערנען פריוואט מיטן קינד אין בעפארברייטונג צו א גרויסע בחינה. אויפן וועג ארויס פון חדר פרעגט די זון דעם טאטע, וואו גייט מען לערנען, זאגט די טאטע אז מען גייט אויף אן אויספלוג, כ'האב נאר גענוצט לערנען אלץ א תירוץ כדי מען זאל דיר ארויסלאזן פון חדר. עד כאן המעשה.
מיר באדערט אויך אז עס איז נישט דא קיין צייט ווען ארויס צונעמן די קינדער,
אבער עס איז נשיט כדי צו זאדען א אפענע ליגענט דערויף, עס געבט זייער א שלעכטע עקזעמפל פאר'ן קינד עס לערענט אויס דאס קינד אז זאגען ליגענט איז גארנישט און אז עס איז נשיט קיין עבירה, עס לערענט אויס אז מען דארף זיך נישט רעכענן מיט די הנהלה אדער דעם ראש ישיבה, בעסער איז כדאי אז מען שמיעסט עס אויס מיטען מלמד ווען ער קען אים ארויס נעמען, אבער בכל אופן איז נישט כדאי צי זאגען קיין אפענע ליגענט דערויף.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]דעת תורה[/tag], דוגמא א' האסטו נישט גוט אדורך געליינט, ס'דא א follow up שאלה. עיי"ש. בנוגע צניעות איז נישט די נקודה ווי פרום מען וויל אז זי זאל יא אדער נישט זיין, נאר בעיקרון וואס מיינט צניעות. אז צניעות האט גארנישט מיט לבוש בכלל. אז ס'קען זיין א פרוי מיט "שמאלע געפאצטע קליידער" צוויי שיכטן פון מעיקאפ און א לאנגע שייטל, וואס איז בעצם מער צניעות'דיג ווי א צווייטע פרוי מיט א שפיצל און דיקע שטרימפ. די דוגמא פון די ווי די'ס איז די מורא נישט אז די שכן וועט וויסן, נאר אז "זיי" וועלן אויסגעפונען און דערגיין די יארן פון די עלטערן און די קינדער כמנהגם.
איך האב בשעת'ן שרייבן מורא געהאט אז שרייבן דוגמאות וועט שאפן א פראבלעם. עס וועלן זיין מאנכע דא וואס וועלן נישט קענען אידענטיפיצירן מיט אייניגע אדער אלע פון זיי. די נושא דא איז בענין אז מיר דארפן אלע לעבן ווי אנוסים על לא דבר. די סיסטעם פארלאנגט נישט אז קיין איין פון די משפחות פון די מוסד זאל נישט וואטשן די ווי די'ס, זיי פארלאנגן אז קיינער זאל נישט וויסן אז מ'וואטשט. ווי אזוי ספראוועט איר זיך דערמיט. איך הער די זעלבע שאלות טאג טעגליך. "וואס זאגסטו פאר דיינע קינדער? ווי אזוי ביסטו עס מסביר פאר דיינע קינדער?" איך האב נאר געברענגט עטליכע דוגמאות וואס איך האב לעצטענס בייגעוואוינט. אדרבא, אויב האט איר דוגמאות מיט וואס איר קענט מער אידענטיפיצירן דאן טיילט עס מיט מיטן עולם דא...
[tag]שמעקעדיג[/tag], מיר קוקן ארויס בכליון עינים.
.[/justify]
איך האב בשעת'ן שרייבן מורא געהאט אז שרייבן דוגמאות וועט שאפן א פראבלעם. עס וועלן זיין מאנכע דא וואס וועלן נישט קענען אידענטיפיצירן מיט אייניגע אדער אלע פון זיי. די נושא דא איז בענין אז מיר דארפן אלע לעבן ווי אנוסים על לא דבר. די סיסטעם פארלאנגט נישט אז קיין איין פון די משפחות פון די מוסד זאל נישט וואטשן די ווי די'ס, זיי פארלאנגן אז קיינער זאל נישט וויסן אז מ'וואטשט. ווי אזוי ספראוועט איר זיך דערמיט. איך הער די זעלבע שאלות טאג טעגליך. "וואס זאגסטו פאר דיינע קינדער? ווי אזוי ביסטו עס מסביר פאר דיינע קינדער?" איך האב נאר געברענגט עטליכע דוגמאות וואס איך האב לעצטענס בייגעוואוינט. אדרבא, אויב האט איר דוגמאות מיט וואס איר קענט מער אידענטיפיצירן דאן טיילט עס מיט מיטן עולם דא...
[tag]שמעקעדיג[/tag], מיר קוקן ארויס בכליון עינים.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
הוגה, און סעים גאוס פאר פאריז, עס עיז דוקא יא גוט אז איר ברענגט דוגמאות, ווייל עס עיז נישט דא קיין וואן סייז פיטס אלל, עס איז אבער אלס דא א וועג ארויס, דערפאר בין איך געגאנגען פער די דוגמאות, למשל אין דעם פאלאו אפ שאלה וועגן אינטערנעט, מסתמא מיינסטו דעם קינד וואס פרעגט דעם טאטן צי ער האט אינטערנעט אויפן סעלפאון, אזוי שווער איז אויסצופיגורן וואס צו זאגן? זאג אים אז דו האסט נאר אזויפיל וויפיל מען מעג לויט די רבנים, (די רבנים לאזן דאך מיט א פילטער, און אויב האסטו נישט קיין פילטער איז דאס סייווי א פראבלעם בפני עצמו, אבער דו ביסט נישט געקומען פרעגן וויאזוי מען באהאלט איסורים און עבירות נאר וויאזוי מען באהאלט סיסטעם פארלעצונגען, איז דאס א גוטע עצה).
בכלל למשל דער דוגמא פון נישט פארלייקענען פאר די קינדער אז מען האט אינטערנעט, איז סתם איבערגעטריבן, זיין מצב הפרנסה זאגט ער זיי נישט, און וויפיל זיי פרעגן אים וועגן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ענינים זאגט ער אויך נישט, און אלע קריגערייען וואס איז דא צווישן די פעטערס אדער ווען מען האט א שארפן ווערטער אויסטויש מיט די עלטערן בראשט מען דאס אויך אוועק ווען דאס קינד פרעגט, אלזא אינטערנעט אויפן טעלעפאן קענסטו אויך אריין לייגן אין די קאטעגאריע.
לגבי צניעות, (איך גיי נישט יעצט אריין גיין אז דו ביסט לכאורה נישט גערעכט, א איידעלע באשיידענע פרוי מיט שמאלע געפאסטע קליידער - אדער א לאנגע שייטל לויט רב אלישיב - הייסט א בגד פריצות און זי איז עובר אויף א איסור דאורייתא, בעת די אנדערע אויפרייסערישע פרוי אבער מיט שפיצל איז אפשר קעגן דעם רוח הצניעות, אבער קיין ערנסטער איסור איז עס נישט, אבער לו יהיבנא לך כולה טעותיך), איז ווייטער דא א וועג ארויס. מען מוז נישט אלעס מאכן פאר א סתירה, אין פאקט מען קען עס זייער גרינג פארגלעטן, ווען די טאכטער קומט אהיים פון סקול מיט פונקטליכע אנווייזונגען וואס איז יא צניעות און וואס נישט, ערקלערט מען איר אז דאס איז נאר געמאכט וועגן אסאך מאל כאפן נישט מענטשן וויאזוי זיך אנצוטון, מאכט די סקול א רול (אגב קענסטו איר אויך פארציילן אז אין אנדערע שולעס איז דא יוניפארם'ס), אבער עכט צניעות האט נישט מיט דעם, וכו' וכו' וכן הלאה על זה הדרך. ואטו כי רוכלא ניחשב וניזיל?
בכלל למשל דער דוגמא פון נישט פארלייקענען פאר די קינדער אז מען האט אינטערנעט, איז סתם איבערגעטריבן, זיין מצב הפרנסה זאגט ער זיי נישט, און וויפיל זיי פרעגן אים וועגן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ענינים זאגט ער אויך נישט, און אלע קריגערייען וואס איז דא צווישן די פעטערס אדער ווען מען האט א שארפן ווערטער אויסטויש מיט די עלטערן בראשט מען דאס אויך אוועק ווען דאס קינד פרעגט, אלזא אינטערנעט אויפן טעלעפאן קענסטו אויך אריין לייגן אין די קאטעגאריע.
לגבי צניעות, (איך גיי נישט יעצט אריין גיין אז דו ביסט לכאורה נישט גערעכט, א איידעלע באשיידענע פרוי מיט שמאלע געפאסטע קליידער - אדער א לאנגע שייטל לויט רב אלישיב - הייסט א בגד פריצות און זי איז עובר אויף א איסור דאורייתא, בעת די אנדערע אויפרייסערישע פרוי אבער מיט שפיצל איז אפשר קעגן דעם רוח הצניעות, אבער קיין ערנסטער איסור איז עס נישט, אבער לו יהיבנא לך כולה טעותיך), איז ווייטער דא א וועג ארויס. מען מוז נישט אלעס מאכן פאר א סתירה, אין פאקט מען קען עס זייער גרינג פארגלעטן, ווען די טאכטער קומט אהיים פון סקול מיט פונקטליכע אנווייזונגען וואס איז יא צניעות און וואס נישט, ערקלערט מען איר אז דאס איז נאר געמאכט וועגן אסאך מאל כאפן נישט מענטשן וויאזוי זיך אנצוטון, מאכט די סקול א רול (אגב קענסטו איר אויך פארציילן אז אין אנדערע שולעס איז דא יוניפארם'ס), אבער עכט צניעות האט נישט מיט דעם, וכו' וכו' וכן הלאה על זה הדרך. ואטו כי רוכלא ניחשב וניזיל?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]עס זענען דא צוויי קיצוניות. איין צד האלט אז די אידישקייט וואס די סיסטעם שטעלט פאר, וואס מען לערנט אויס אין די מוסדות און וואס די רבנים צווינגען ארויף אויף אונז מיט א metaphorical רעוואלווער איז די ארגינעלע אטענטישע אידישקייט וואס מיר האבן מקבל געווען בהר סיני, און אונזערע עלטערן האבן געהאט אלע יארן. די באשעפער קוקט אראפ און שעפט נחת דערפון, און ווען עס וואלט געווען בידו וואלט ער באשאפן א וועלט פון צען פראצענט אזעלכע רבנים/מנהיגים און ניינציג פראצענט מימיני מיכאל'דיגע שעפעלעך. די אנדערע קיצוניות'דיגע צד זאגט אז די גאנצע מעשה איז הכל בכל אקסן אפפאל. גאט רייסט זיך די האר פון קאפ, ס'נישט דא קיין איין זאך גוט אינעם סיסטעם. און אפילו וואס איז יא גוט איז יצא שכרה בהפסדה! אשר על כן זאגט ער "דע העק וויט איט, גייט מיר גאנץ ווייניג אהן וואס יענער וועט זאגן, זאל מען מיך רופן א כופר, זאל מען טראסקענען מיינע קינדער פון די מוסדות, איך טו וואס איך האלט איז ריכטיג. איך וועל טראגן א טישירט אין דער וואכן, איך וועל שלאגן כפרות מיט געלט, לערנען מיינע קינדער צו פרעגן קשיות, critical thinking, מיין ווייב וועט דרייוון, וכו." דער מענטש גיבט נישט קיין hoot.
רוב מענטשן זענען אבער ערגעץ אין דער מיט, אדער נענטער צו רעכטס אדער לינקס. און יעדער מיט זיין פערזענליכע חשבון. יעדער האט עפעס וואס זיי רידזשעקטן פון די סיסטעם און זיי טרעפן א וועג ווי אזוי עס צו טון despite די סיסטעם, ס'הייסט אן דארפן פארלאזן די סיסטעם. די שאלה דא איז וואס טוט מען מיט די קינדער. Whatever דיין ווידערשטאנד פונקט איז צום סיסטעם, ווי אזוי גיבט מען עס איבער פאר די קינדער אנע אריינגעבן אין זיי א rebellion streak (אדער אפשר גיבט איר זיי דוקא יא די ריבעליען סטריק?), און אנע דעם וואס די סיסטעם זאל אויסגעפונען דערפון און עס נוצן דיר צו שעדיגן און דיין משפחה.
[tag]דעת תורה[/tag], עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אז די גדרים וואס רבנים פארלאנגן בנוגע אינטרנט זענען נישט ריכטיג און זיי מאכן אייגענע גדרים. למשל, א יעדע איינציגע ק"ש מעמבער איז עובר אויף לא תסור (אויב נעמט מען אן אז די היינטיגע רבנים גייען אין דער קאטעגאריע), ווייל קיין איינע פון די רבנים וועלן נישט מתיר זיין ק"ש בשום אופן כמובן. וכן בנוגע צניעות, עס זענען דא תלמידי חכמים, ערליכע אידן וואס האלטן אז די פארשטאנד דערפון איז אינגאנצן פארדרייט געווארן פון די intended מיינונג, טאקע צוליב דעם וואס מען מאכט אן עסק איבער די קליידער (אויסער אנדערע פראבלעמען וואס די היינטיגע מהלך ברענגט), און א טאטע האט א רעכט אויסצורייסן די פאלשע פשט און לערנען די ריכטיגע פשט. די שאלה איז נאר וואס און ווי אזוי איז די "קלוגע" וועג צו טון.
.[/justify]
רוב מענטשן זענען אבער ערגעץ אין דער מיט, אדער נענטער צו רעכטס אדער לינקס. און יעדער מיט זיין פערזענליכע חשבון. יעדער האט עפעס וואס זיי רידזשעקטן פון די סיסטעם און זיי טרעפן א וועג ווי אזוי עס צו טון despite די סיסטעם, ס'הייסט אן דארפן פארלאזן די סיסטעם. די שאלה דא איז וואס טוט מען מיט די קינדער. Whatever דיין ווידערשטאנד פונקט איז צום סיסטעם, ווי אזוי גיבט מען עס איבער פאר די קינדער אנע אריינגעבן אין זיי א rebellion streak (אדער אפשר גיבט איר זיי דוקא יא די ריבעליען סטריק?), און אנע דעם וואס די סיסטעם זאל אויסגעפונען דערפון און עס נוצן דיר צו שעדיגן און דיין משפחה.
[tag]דעת תורה[/tag], עס זענען דא מענטשן וואס האלטן אז די גדרים וואס רבנים פארלאנגן בנוגע אינטרנט זענען נישט ריכטיג און זיי מאכן אייגענע גדרים. למשל, א יעדע איינציגע ק"ש מעמבער איז עובר אויף לא תסור (אויב נעמט מען אן אז די היינטיגע רבנים גייען אין דער קאטעגאריע), ווייל קיין איינע פון די רבנים וועלן נישט מתיר זיין ק"ש בשום אופן כמובן. וכן בנוגע צניעות, עס זענען דא תלמידי חכמים, ערליכע אידן וואס האלטן אז די פארשטאנד דערפון איז אינגאנצן פארדרייט געווארן פון די intended מיינונג, טאקע צוליב דעם וואס מען מאכט אן עסק איבער די קליידער (אויסער אנדערע פראבלעמען וואס די היינטיגע מהלך ברענגט), און א טאטע האט א רעכט אויסצורייסן די פאלשע פשט און לערנען די ריכטיגע פשט. די שאלה איז נאר וואס און ווי אזוי איז די "קלוגע" וועג צו טון.
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 163
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:30 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
א גוטע ביישפול צי דוגמה ז, מיין טאכטער זאגט אז צוליב גזל און צניעות איז געקומען די מבול. זאג איך איר אז עס שטייט נישט אינערגעץ אז צוליב צניות נאר צוליב אנדערע זינד וואס קען ציקומען דורך נישט גיין אנגעטון צניעות-דיג. זאגט זי מיר אז ס׳שטייט יא, אין איר פרשה העפט... און איר לערערין האט געזאגט אז דיינים זאגן וואס צי שרייבן אין די העפט.
א בראך אויף מיר.
איך האב איר מסבר געווען אז מען קען נישט ארויס שרייבן פונקטליך די זינד (אז מענער רעדן מיט פרעמדע פרויען אן א אויסגעהאלטענע סיבה) מען קען אבער שרייבן וואס קען אפהיטען דערפון.

אמור מעט ועשה הרבה.
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
עס שטייט אז עס געקימען צילוב זנות, פארשטייט זיך אז וויבאלד אין סקול איז מען לעת עתה נישט מסביר די אלע רש״י׳ס וואס מען לאזט אויס אין חדר, דערפאר האט מען עס געטוישט פון זנות צי צניעות וואס צניעות איז די גדר וואס האלט אפ פון זנות.
עס איז נישט אזא עוולה ווייל עס איז נישט אזא ווייטע טויש. עס איז די גרעי עריע און עס איז נישט קיין עכטע ליגענט.
עס איז נישט אזא עוולה ווייל עס איז נישט אזא ווייטע טויש. עס איז די גרעי עריע און עס איז נישט קיין עכטע ליגענט.
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

- קאנצעפט
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 109
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
דוגמא ח׳: מיין אינגעלע קומט אהיים און רעכנט מיר אויס זיין ליבשאפט לייטער... קודם דעם באשעפער נאכדעם די תורה, נאכדעם מאמי און טאטי נאכדעם די ברודערס און שוועסטער. מעג איך אים זאגן קאט די קרעפ? דו האסט נישט מער ליב די תורה ווי מאמי? (און אויב יא? ער האט מער ליב די תורה, איז דאס וואס איך וויל אים מחנך זיין?)
און וואס זאג איך אים ווען ער זאגט אז די (פרומע) ציונים זענען עמלק, און זענען ערגער ווי די גוים וכו׳ וכו׳
און וואס זאג איך אים ווען ער זאגט אז די (פרומע) ציונים זענען עמלק, און זענען ערגער ווי די גוים וכו׳ וכו׳
- פאריז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 192
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
בנוגע די נושא, די אמת איז אז קינדער ווערן נישט אפענדעד און צומישט ווען זיי זעען אז די עלטערן טיען אנדערש ווי מען הייסט, די עלטערן ווערן נישט אפגעפרעגט ביי זיי און זיי וואקסן גאנץ גוט אפילו זעען די סתירות,
לאמיר ניצען סאטמער און ארויס נעמען פון דארט צוויי דוגמאות,
1) אפענע שייטלען והמסתעף, דאכט זיך מיר אז עס איז נישט דא נאך אזא קהלה וואס איז אבסעסט מיט צניעות ווי סאטמער, אלע ווענט זענענן פארקלעבט מיט פלאקאטען איבער די נושא, די נושא פארנעמט די מערסטע מחאות אין דרשות, עס פלעגט זיין די סאמע יסוד ביז די אינטערנעט מערכה איז אינטערגעקעמען, אלע קינדער ליינען עס און הערן עס, אבער למעשה א חלק הניכור אדער חלק הרוב פאלגט נישט, זעען די קינדער פון יענע עלטערן אנדערש און זיי זענענן נישט מחשיב די עלטערן?
2) טעקס אויף א טעלפאון, סאטמער האט געפירט דערמיט א פארלוירענע דשיהאד מלחמה, אלע קינדער האבן עס געליינט און געהערט, האט עס דען געהאט א נעגאטיווע ווירקינוג אויף די קינדער ווי אזוי זיי זאלען מחשיב זיין און פארשטיין די עלטערן?
קינדער האבן א נאטירליכע געפיל צי זייערע עלטערן, זיי האבן א געפיל שטארק מחשיב צו זיין און פארטיידיגען און ארויפקיקען די עלטערן, (אגב, ווען איך בין געווען א קינד אין חדר פלעגן די מלמדים אויך רעדן דערפון אז ביי יעדעס קינד מוז זיין טאטע זיין דער הייליגסטער און מערסט אנגענימענער און ארויפגעקיקטער מענטש - איך ווייס נישט צו מען רענדט נאך היינט אויך אזוי ) עלטערן טארען עס נישט אביוזען און זיך אויפירען אויף אזא אויפן עס קינדער זאלען עס פארלירען, אויב א טאטע פארלירט עס אין די אויגען פון זיינע קינדער איז עס ווייל דער טאטע האט געהאנדעלט אן שכל און נישט ווייל דער מוסד האט תקנות, דירפאר דארף נישט אזוי מורא האבן צי טיען אנדערש, בעיקר עס זאל זייט מיט שכל און נאטירליך און נישט אויף א אויפן אז מיר זענענן אנדערש, כל ערום יעשה בדעת.
איך וואלט געזאגט אז מען זאל אפטיילען צווישען ענינים שכליות און ענינים מעשיות,
ווען עס קימט צי שכליות נושאים און עס האט צוטיען אז מען איז נישט צופרידען וואס מען לערענט אויס דאס קינד אינעם מוסד דעמלאטס איז פשוט אז עס איז בעסער אז מען זאל שווייגען, ווייל ממה נפשך וועט זיין גוט, אויב האט דאס קינד שכל און איז א פארשטענדליך קליג דעמלאטס וועט ער ממילא נאכגיין זיין טאטע׳ס פיס טריט און זיך אליינס עפענענן דאס קעפיל שפעטער און איינזען א עסק פינקט ווי דער טאטע האט זיך אליינס געפענט און עס איינגעזען טראץ אז זיין טאטע האט אים עס נישט אויסגעלערנט און טראץ אז די מוסד האט געזאגט פארקערט, אבער אויב איז ער מער א גראדער קינד דעמלאטס איז א שאד צי אינוועסטירען און אוועק נעמען דעם מוסד׳ס מהלך און דערנאך סיי ווי נישט אנקימען צי טאטענ׳ס מהלך ווייל ער וועט בלייבען אויסגעשפילט פון ביידע זייטען, זאל ער ענדערש בלייבען א דורכשניטלער אומוויסענדיגער - וויסענדיגער יונגערמאן ווי איידער א אויפגעקלערטער אומוויסענדיגער - אומוויסענדיגער יונגערמאן.
ווען עס קימט צי ענינים מעשיות דעמלאטס איז די הבחנה זייער גרינג, אויב זאגט מען פאר א קינד ליגענט און מען הייסט דאס קינד זאגען ליגענט און דאס קינד דארף שפילען א ליגענט, קען עס שלעכט אויסקלאפען אויפן חינוך שפעטער ער זאך זיך ציגעוויינען צי זיין א ליגענער, עס דארף זיין ברענעדיג וויכטיג צו הייסען א קינד זאגען ליגענט, אבער אויב עס איז נישט א גראבע ליגענט און מען קען עס ארומדרייען און דאס קינד איז אינוואלוואד אינעם זאגען ליגענט דעמלאטס איז עס פול גרינגער.

- למדן
- היימישער באניצער
- הודעות: 507
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 128 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין טאטע האט מיר איינגערעדט אז אליהו הנביא קומט צים סדר, און ער טרינקט פונעם כוס.
א מלאך לייגט א קוואדער אונטער קישן ווען מיין ציין איז ארויסגעפאלן.
א בעבי קויפט מען.
אז איזשפוזען קומען און די סוכה איז יא אמת? סהאט מקור?
און כהאב נישט פארלוירען טראסט אין עם.
ביי מיין טאטע האט מען געשאקלט דעם טיש אז אליהו הנביא זאל טרינקען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל