בלאט 1 פון 1
אברהם אבינו קיים כל התורה כולה - ומצוות ציצית בכללה!
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:03 pm
דורך אביגדור
פארגאגענעם אפריל, 2013, איז דער ארכעאלאגישע געמיינדע געוועהן 'אויף' מיט דער אנטדעקונג פון א גרויסע קאמפלעקס הארט נעבן - אדער אין -דער אור אלטע שטאט "
אור כשדים".
דער אנטדעקטע געפינס איז דאטירט צו בערך 4000 יאר צוריק, בזמן וואס אברהם אבינו האט געלעבט און געשאפט אין אור כשדים.
מערקווירדיג איז וואס מען האט געפונען א שטיקל clay וואס האט אויסגעמאלן דערויף
א מאן מיט ציצית אויף די קליידער וואס דינט אין א רעליגיעזע צערעמאניע.
Biblical home of Abraham dig.jpg
ליינט מער איבער דעם אין
דעם באריכט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:23 pm
דורך גורן האט''ד
א צווייטער חבר האט מיר גאר מסביר געווען אז דא זעהט מען אברהם אבינו גייט א שטריימל. קוקט גוט וואס ער גייט אויפ'ן קאפ. נישט סתם א שטריימל, נאר אזא רוזשינער שטריימל ווי די קאפל שטעקט זיך ארויס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 1:35 pm
דורך אביגדור
איש כפי אכלו.
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 2:46 pm
דורך פאריז
[tag]יידל[/tag] ווען ארכעלאגען באשטימען אויף א חפץ ווי אלט עס איז, נעמען זיי אויך אין באטראכט אנדערע זייטיגע ראיות וואס האט נישט נישא קיין דירעקטע פיזישע שייכות מיטען חפץ וואס מען האט געטראפן? למשל ווען זיי האבן דא באשטימט אז עס איז אלט 4000 יאר האבן זיי אויך געניצט היסטאריע פון די תורה צו זען ווען מען איז אלטץ געווען אויף יענעם פלאטץ?
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 3:00 pm
דורך נהורא נפישא
גראדע קוקט אויס (מ'דארף אפשר מער צו ווארטן אויף די ארכעלאגן) אז ער טראגט נישט סתם אבי א טלית, נאר פון מלכות דזשודעאיקע
נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2013 4:35 pm
דורך היימישער ליטוואק
מיר זעט דאס אויס ווי א האנט גשטריקטע גרטל...
קדמות המצות
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:00 am
דורך ימי קדם
ציצית, אזוי ווי אסאך מצות התורה, איז געווען א ברייט פארשפרייטע מנהג אין יענע מקומות בימים ההם.
עס איז ידוע וואס דער רמב''ם שרייבט לגבי קרבנות (מורה נבוכים, חלק ג', פרק ל''ב) אז די סיבה פארוואס השי''ת האט מצוה געווען אויף קרבנות איז: ''לא גזרה חכמתו יתברך להניח מיני (צורת) העבודות (שהיו נוהגים לעבוד לאלילים) ההם כולם ולעזבם ולבטלם, כי אז היה זה מה שלא יעלה בלב לקבלו, כפי טבע האדם, שהוא נוטה תמיד למורגל. ומפני זה השאיר יתברך מיני העבודות ההם והעתיקם מהיותם לנבראים ולענינים דמיוניים שאין אמיתות להם - לשמו יתברך, וצונו לעשותם לו יתברך. "ועשו לי מקדש", "מזבח אדמה תעשה לי", "אדם כי יקריב מכם קרבן ליי".
און נאך מער, שטעלט ער אראפ גאר א שטארקע יסוד אין אסאך מנהגים און הלכות וואס שטייט אין די תורה, אז זיי זענען פשוט געווען די נארמע פון אלע אומות בימים ההם, און האבן גארנישט דירעקט מיט אידישקייט און די תורה, וזה לשונו (שם): "אי אפשר לצאת מן ההפך אל ההפך (הקצה אל הקצה) פתאום - ולזה אי אפשר, לפי טבע האדם, שיניח כל מה שהרגיל בו פתאום", ומשום זה זעמיר נצטווה געווארן עס צו האלטן.
מילא דאס איז דער הסבר צו אסאך זאכן וואס מען טרעפט מצות התורה און אלטע ארכילאגישע פלעצער נאך אפילו פריער פון די צייט פון אברהם אבינו, ווי ברית מילה, און נאך אסאך.
דאס איז אליך מסביר די באקאנטע ''חוקי חמורביי'' און ''חוקי אשנונה'' וואס א גרויסע חלק (בפרט דיני משפטים) פון גי מצות התורה ווערן שוין דארט דערמאנט, און ווי דער רמב''ם איז דאס מסביר, איז עס פשוט אז די תורה האט אנגענומען פארשפרייטע מצות און מנהגים, ווייל די טבע פון א מענטש לאזט אים נישט אלעס אפלאזן.