בלאט 1 פון 1

למה נטשו הצאן, ווי זענענן די יונגעלייט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:14 am
דורך פאריז
אלץ נייע שרייבער דא האב איך באקימען פון [tag]קופערניקוס[/tag] גאר א וואראמע און היימישע אויפנאמע, אזוינס וואס עס פאסט פאר the one and only קופערניקוס, צווישען די זאכען וואס ער האט געטיען וועלענדיג אז איך זאל זיך שפירען היימיש און דא בלייבען, ער האט מיר געבארגט זיין בארימטע טיים מאשין אזא מאשין מיט וואס מען קען פארען עטליכע יאר פאראויס און זעען ווי אזוי די דאס לעבן גייט אן, קופערניקוס ווען ער האט עס געניצט די לעצטע מאל איז געפארען דערמיט ביז יאר תשצ״ז, אבער איך אלץ גרינער מיט די מאשין האב איך מורא געהאט צי פארען אזוי ווייט און איך בין געפארען נאר פינף יאר פאראויס ביז יאר תשע״ח,

שטיי איך אזוי ביים התעוררות דרשה יאר תשע״ח און איך הער יאמערליכע בכיות אז יונגעלייט פארלירען די טעם אין יודשקייט, יונגעלייט גליטשען, יונגעלייט... מען ברעטשעט..

אויב קאווע שטיבער גייט נאך דעמלאטס זיין אפן, [tag]גאלד[/tag] [tag]שרייבער[/tag][tag]איש צדיק תמים[/tag] [tag]שעפטל[/tag] און אלע אנדערע ניקים וואס פייטען פאר די חסידות, דא האט איר די סיבות פאר וואס יונגעלייט גליטשען, לייגט אייך אוועק די צוויי אשכולות אין צימעס ווי מען רעדט פון די צוויי גרעסטע חסידישע ישיבות, און עס איז נישט קיין סוד אז אין קיין איינע פון די צוויי ישיבות זענענן רוב בחורים און עלטערן נישט העפי, fast ferward מיט די אלע בחורים פינף יאר און זאגט אליינס וואס עס גייט אויפוואקסן מיט בחורים וואס פארברענגן די שענסטע יארן פון זייער טיען-עיטש יארען און אנשטאלטען וואס מען איז נישט צופרידען. מען קען שוין פארזען די פראבלעם - אבער מען קען נאך פיקסן די פראבלעם, מי יתן והיה.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:18 am
דורך קאווע טרינקער
א גאסט אין שטיבל און האט שוין ארויס דעם עולם דא?

שמעקט נישט גוט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:25 am
דורך פאריז
איך לייען שוין דא זייט פסח און קיינמאל נישט געוואלט שרייבען, איך האב מיר איינגעשריבען דא נאך די טאמבור פרשה נאר וועלענדיג מברר זיין איין געוויסע נושא, די נושא ווי אזוי מען קען יושר׳דיג איינטיילען קינדער צווישען עלטערן וואס איינער איז אט״ד און די אנדערער נישט, צילוב סיבות האב איך א געפיל צי די נושא, און גראדע האב איך נישט באקימען קיין ענטפער דערויף אפילו נאך עטליכע מאל פראבירען, אבער גלייכענדיג די פיעדבעק בין איך דערווייל דא געבליבען.

[tag]קאווע טרינקער[/tag] גראדע אויף די אשכול האב איך מיר געמיטשעט צי שרייבען אז עס זאל קלאפען אלע לינקס,
במילא טו א טובה און חוץ דיינע חששות גיב עפעס מער צו דערצי, א לייק אדער עפעס אנדערש, עפעס מער ווי סתם א פארווארף אויף מיין דא זיין.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:29 am
דורך קאווע טרינקער
איך וואלט אייך געלייקט מיטן גאנצען הארץ, ווען כ'פארשטיי כאטש האלב וואס דו זאגסט.

קום אריין מער קלאר (קרעדיט: [tag]בדחן[/tag])

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:30 am
דורך פאריז
וואס האסטע נישט פארשטאנען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:22 am
דורך שרייבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט אייך געלייקט מיטן גאנצען הארץ, ווען כ'פארשטיי כאטש האלב וואס דו זאגסט.

קום אריין מער קלאר (קרעדיט: [tag]בדחן[/tag])

איך פארשטיי זייער גוט וואס ער זאגט, איך זאג נישט אז ער איז גערעכט, און די "ישיבות" זענען טאקע א פראבלעם, לאו דוקא קרית יואל, נאר רוב ישיבות בעולם האבן דעם זעלבן פראבלעם, מען פירט א חינוך סיסטעם פון יארע תש"י קעגן א יצר הרע פון יארע תשע"ד

איך וועל מיר ערלויבן צו נוצן א ווארט פון סקווירא רבי שליט"א וואס איך האב געזען ביי איינע פון זיינע שמועסן בחצר הקודש, וואס במחכק"ה ווען ער זאל נאר א העלפט נאה דורש ונאה מקיים וואלט ער בעסער געשטאנען
מען האט גערעדט פון געוויסע נייע זאכן וואס מען טוט אין ישיבות, און ער האט עס מחזק געווען, אז פונקט ווי מען קען היינט נישט גיין אין מלחמה בלויז מיט גאנס און טאנקען, מען דארף האבן די נייעסטע טעכנאלגיע ווייל דער שונא האט דאס און קענס נישט מלחמה האלטן מיט א מאדערנעזירטן שונא מיט אלטמאדישע מיטלען, די זעלבע ביי מלחמת היצר, אז דער יצה"ר האט נייע כלים אונז אראפצוברענגן דארפן מיר אויך האבן נייע כלים מלחמה צו האלטן מיט אים

מי יתן והי'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:42 am
דורך diff
Those who can do something, sit in the coffee rooms all day

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:26 am
דורך שמעקעדיג
You mean here on Kave Shtiebel
??