איז דער בחור ערגער ווי דער מצרי?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2863 מאל

איז דער בחור ערגער ווי דער מצרי?

שליחה דורך שעפטל »

אין ליכט פון א נייעם זמן וואס האט זיך אנגעהויבן, און יעדער (יעדער?) האט מיטגעהאלטן וואס ס'איז פארגעגאנגן אין א ישיבה גדולה, ווי צענדליגע בחורים זענען נישט אקצעפטירט געווארן צו מ'האט זיי געוואלט שיקן אין א אנדערע מסגרת, שרייב איך מיינע פאר ווייטאגליכע שורות, בבחינת אודה ולא בוש, יא איך צו צוריק וואס איך האב געשריבן דא, און גלייכצייטיג לאדן איך איין סיי ווער וואס קען רעדן, שרייען, פארפירן, מאכן נויז זאל מוחל זיין און נעמען די מייק אין די הענט אריין!

אבער איידער איך געב אויף אינגאנצן וואלט איך יא געוואלט אביסל אויסשמועסן וואס דא איז געשעהן, און אן צו פראטעקטן אינגאנצן ביידע צדדים, אן אריינצוגיין ווער ס'איז הונדערט פראצענט גערעכט, (און כ'גלייב אז מיין כמו פליפ פלאפינג -ביי געוויסע- ארטיקל וועט מיר קיין לייקס נישט ברענגן.... אבער כ'שרייב נאך אלס...).

איך קען דא שרייבן איבער איין ישיבה ספעסיפיק וואס איך האב מיטגעהאלטן פון גאר נאנט, אבער אזוי ווי איך האב מיטגעהאלטן אין די זעלבע צייט די זעלבע פראבלעם אין אן אנדערע ישיבה אויך וועל איך רעדן מער בדרך כללי.

לאמיר צולייגן אביסעלע וואס דא איז געשעהן די לעצטע פאר יאר בפרט, און די מכה גייט שוין אבער אן יארן אין אסאך אנדערע ישיבות איבער די גארער וועלט, געוויסע מער און געוויסע ווייניגער.

מהות הישיבה:
נאכן קריג, אונזערע זיידעס זענען אהיימגעקומען שבור ורצוץ, אבער מיט אן פעסטן באשלוס אז מ'גייט ווייטער אויפצוהן זייערע דורות על דרך ישראל סבא, אין די זעלבע צייט זענען אהיימגעקומען רבנים וראשי ישיבות מיטן זעלבן שטארקן כאראקטער אז זיי גייען ווייטער מרביץ תורה זיין און ארויסהעלפן די עלטערן אויפשטעלן ערליכע אידישע שטובער, און זיי האבן געפענט ישיבות אומעטום. מ'האט אריינגענומען יעדעם וואס האט זיך איינגעשריבן, און ס'איז טאקע מער געווען אויסגעשטעלט אז געוויסע ישיבות האבן עלטערן נאר געשיקט זייער זון וואס מ'האט אויף אים מעיד געווען אז ער איז א שטארקע קאפ, און ער וועט מצליח זיין ווען ער וועט הערן און פולעווען די טיפזיניגע שיעורים פון דעם גאון דער ראש ישיבה.

צו דעם איז צוגעקומען קהילה'שע און מוסדות'שע ישיבה'ס. וואס דארטן האבן זיך איינגעשריבן בחורים וואס זייערע עלטערן זענען געווען דבוק אינעם רבי'ן/רב/ראש ישיבה, אדער האבן געדאווענט אין יענע בית המדרש. נאך שטערקער איז געווען אויב יענע קהלה/מוסד האט געהאט א תלמוד תורה, איז די סיסטעם געווען פשוט, נאך די בר מצוה (כיתה ט') איז מען אריין אין די ישיבה.

תקנות הישיבה:
אז מ'רעדט פון תקנות דארף מען אביסל פארשטיין, אפגעזעהן צו דער תקנות ערפינדער איז הונדערט פראצענט גערעכט דערמיט צו נישט, די פאקט איז אז פונקט ווי כ'מיין אז יעדע קאמפעני האט זיך זיינע רולס און רעגולאציעס, און דאס איז מחייב יעדן ארבייטער דארט, צו ער פארשטייט עס יא צו ער פארשטייט עס נישט, און צו פארבלייבן דארטן ארבייטן מוז ער זיך צושטעלן צו די משוגעת'ן פונעם שטייפן באלעבוס, דארף א טאטע וויסן צו די תקנות פון די ישיבה איז פאר זיין זון, און דער בחור דארף וויסן אז ווילאנג ער לערענט דארט דארף ער זיך צושטעלן הונדערט פראצענט צו די געזעצן פון די ישיבה, אן קיין קונצן, און ברעכן א תקנה איז ווי ברעכן דעם ארגינעלן קאנטראקט, וואס קען אים סוספענדירן פון ישיבה.

יעצט, יעדע ישיבה האט זיך געהאט זיינע תקנות, איינער שטרענגער, איינער מער ווייכער, איינער מער שוואנצונעס, און איינער נאר אויפצושטעלן ערליכע באלעבאטעם. געוויסע (ספעציעל ראשי ישיבות פונעם אלטן היים) האבן געהאלטן די תקנות הישיבה פאר פורסט פריארעטי, און איינער וואס האט נישט איינגעהאלטן די תקנות האט מען געמאכט געוויסע פראבלעמען.

געוויסע תקנות האט מען אויסגעשטעלט זיך צו שלאגן מיטן טריפה'נעם אמעריקע, וואס פארן קריג האט מען געשריגן אז א איד קען זיך נישט דא האלטן. מ'האט פרובירט אפצוטיילן דעם נייעם דור פון די נסיונות הדור, צו איז דאס געווען קאלעדזשעס, צייטונגען א.ד.ג.,
צום ביישפיל, ס'דא תקנות ווי מ'טאר נישט דרייוון, א בחור וואס מ'האט געכאפט מיר א קאר איז געפלויגן. א תקנה קעגן רייכערן. טשעפענען דעם קעכער..., נישט קומען פארטאגס, אא"וו. איינער איז צוגעגאנגען שטרענגער און איינער לייכטער, איינער האט געטראסקעט דעם בחור לעולם, און איינער נאר פאר אפאר טאג צו א וואך למען ישמעו ויראו.

די טויש:
מיט די יארן האט זיך כלל ישראל פארגרעסערט, חסידות'ן און מוסדות'ן פארברייטערט און פארמערט, ס'האבן זיך געעפענט אסאך מער זעלבסשטענדיגע ישיבות מיט ראשי ישיבות וואס קומען נישט גארנישט פאר קיינעם, ראשי ישיבות וואס זענען געווען סוקסעספול אין א קהלה'שע ישיבה און באשלאסן צו מאכן שבת פאר זיך, און טאקע זענען געווען וואס האבן מיטגעשלעפט בחורים פון די אלטע ישיבה מיט זיך.

מהות הישיבות:
מיט די צייט האט זיך מער און מער אויסגעשטעלט, אז די זעלבסשטענדיגע ישיבות האבן זיך דערקלערט אז א 'ישיבת מצויינים', מ'האט דארטן נאר אנגענומען בחורים פון די סמעטענע פון כיתה ט'... דער קליינער דרייצן יעריגער בחור האט שוין געמוזט ארויסווייזן געוויסע עילו'ישע סימפטאמען פאר ער האט געהאט די זכי' צו באקומען דעם נתקבל ביי די אויסגערופענע ישיבה.

דאך זענען געבליבן צענדליגע קהלה'שע ישיבות וואס האבן ווייטער געארבייט מיטן סיסטעם און אנגענומען אן עוורעדזש נארמאלע בחור אן קיין שום פראבלעם.
אבער מיט די צייט האט זיך דאס אויך געטוישט, אסאך ישיבות (כ'מיין ממש אלע) האבן אנגעהויבן מיט די סעלעקטן פראגרעס, און אנגעהויבן צו מאכן פראבלעמען פאר סתם עמך בחורים מיט געוויסע אויסריידן.

תקנות הישיבות:
די נייע תקנות הישיבה זענען פילפאכיג שטרענגער געווארן, מ'האט אנגעהויבן אויסצושטעלן די ישיבות מער ווי א מצויין ישיבה, צו דעם איז שטרענגער געווארן און ערענסטער גענומען די פאקט אז מ'דארף אפטיילן דעם בחור פון די אלגעמיינע גאס פאר סיי וואספארא פרייז.

לאמיר צונעמען צוויי ביישפילן, איינס איז דער עלטערער בחור. צווייטענס איז דער איצטיגער מכה, וואס די גדולי ישראל און מחנכים אלארמירן דערויף איז דער 'סעלפאון'.

איבער דער עלטערער בחור האב איך שוין געשריבן דא.

יעצט איבערן סעלפאון אישו.
לאמיר אביסל צוריקגיין צום תקנות הישיבה, רוב (כ'מיין אפילו 99%) ישיבות האבן אראפגעשטעלט מיטן שטערקסטן פונדאמענט דעם תקנה אז א סעלפאון איז בל יראה ובל ימצא צווישן די כותלי הישיבה, אפגעזעהן וואספארא כלי דאס איז, נאך שטערקער איז געשטעלט געווארן קעגן די היינטיגע קלוגע טעלעפאונען, אןן רוב ישיבות איז אנגענומען אז א בחור מיט טעלעפאון איז ס'ארגסטע שב'ארגסטע. און אזא בחור דארף מען פארווארפן פון ביידע וועלטן.

יעצט אן אריינגיין צו זיי זענען ממש הונדערט און איין פראצענט גערעכט מיטן תקנה, אדער מיטן גיין אזוי שארף, איז דאס זעכער! אז א בחור וואס האט יא א טעלעפאון נגד תקנות הישיבה האט זיך מפקיע געווען פון די שטר התחייבות פונעם ישיבה אז מ'גייט אים האלטן דארט.

אבער!!! שרייטס נאכנישט! דא וויל איך צוקומען צו מיין מעין הפתיחה און אויסשרייען, "כ'האב מיך גענארט!" ביז היינט האב איך געהאלטן אז יא, סוכ"ס האבן די ראשי הישיבה און מנהלים עפעס א שטיקל געפיל צו אידישקייט, און טראץ וואס זיי האבן זייערע אייגענע אינטערעסן, וועלן זיי זיך דא דארטן רעכענען מיטן מצב הדור, און דעריבער האב איך חוזק געמאכט פון די נייערע זעלבסט-געקרוינטע פירער'ס און ווארטזאגערס.

נישט אז איך האב געמיינט אז ממש יעדע ישיבה באגייט זיך מיט נארמאלע ניטאמאל זיידענע הענטשוך ווען ס'קומט צו א פראבלעמאטישע בחור (ווי איך האב שוין טאקע דא געשטיצט הרב יואל ראטה שליט"א), אבער דא און דארטן האב איך געהאלטן אז א נארמאלער בחור שטיפט זיך אדורך דעם סיסטעם און גייט מיטן ישיבה שטראם.

דאס אלעס איז געקומעו צו אן ענדע דעם בין הזמנים! אין די צייט וואס הנהלת הישיבות האבן געהאקט אין טיש אז א בחור מיט א סעלפאון קען נישט צוריקקומען אין ישיבה, נאכאמאל די תקנה איז געבויעט אויף פעסטע יסודות, אויף מעשיות שהי', און אזא תקנה צו ס'גוט צו נישט, איז נישט אנדערשט ווי אסאך ארבייטס פלעצער אז א ארבייטער טאר זיך נישט באניצן מיט א פריוואטע טעלעפאון בשעת די ארבייט. אבער אין די זעלבע צייט, ווען טעלעפאונען זענען א מכה ביי די אינגערע בחורים, אכצן יעריגע אויך, דארטן פאר'משפט מען נישט אזוי שטארק דעם גאנצן יארגאנג, אפילו מ'ווארפט יא דא און דארט דעם טראבל מעיקער אליינס, אבער ביי די עלטערע איז א אנדערע מעשה, גאנצעטע חבורות פון בחורים שיקט מען לעזאזל ווייל 'מיט אן עלטערע בחור קען מען זיך נישט א עצה געבן'.

משה רבינו לערנען מיר אין חומש האט א גוי נישט דער'הרג'עט ביז עס איז געווען "וַיִּפֶן כֹּה וָכֹה וַיַּרְא כִּי אֵין אִישׁ וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל". ווער איז דער מצרי געווען? וואס זאגט רש"י אויף "ויפן כה וכה" – רש"י: "ראה מה עשה לו בבית ומה עשה לו בשדה, ולפי פשוטו כמשמעו". אז דער מצרי האט עובר געווען אויף אן אשת איש, ער האט מזנה געווען מיט שלומית בת דברי, דאך האט משה רבינו געקוקט "וירא כי אין איש" - רש"י: "עתיד לצאת ממנו שיתגייר", ס'וועט קיין אידישע נשמה נישט דא ארויסקומען, ווי דער שמות רבה זאגט: ראה שאין תוחלת של צדיקים עומדת ממנו ולא מזרעו עד סוף הדורות. און דערנאך ערשט געהרג'ט.

הערטס וואס דא גייט פאר, דער מצרי איז געווען א מצרי, א שלעגער, א שעדליכער מאן, א מסיח ומדיח, משה רבינו האט איינגעזעהן אז ער איז מחויב מיתה, אבער האלט!!! איין מינוט, ווער ווייסט אויב איך וועל אים הרג'ענען האב איך נישט אפגע'הרג'ט דורות פון אידישע קינדער??? דא ברענט א פייער דקדושה, דא האט משה רבינו אים פאר'משפט למיתה, אבער האט גאר אן אנדערע פראבלעם! אולי ואולי וועט עפעס א גר ארויסקומען, נישט אז ער איז א איד און אפשר זיין זון וועט יא זיין ערליך, נישט אז ער וועט זיך אפשר סעטלען מיט די צייט דעריבער לאמיר אים געבן נאך א טשאנס, ניין! אפשר ערגעץ ממש פאר די סוף כל הדורות וועט זיך א צווייגעלע פון דעם מצרי מגייר זיין און וועלן דינען דעם באשעפער.

היינט צוטאגס שיקט מען גאנצע עידזשעס בחורים לופטערן, מ'ווארפט רעכטס און לינקס, מ'הרג'ט בחורים ברוחניות וואס איז אסאך ערגער ווי גשמיות, האט זיך אמאל א מנהל אראפגעשטעלט טראכטן "וועט אמאל פון דעם בחור ארויסקומען עפעס גוטס? אפשר וועט דער בחור אויפשטעלן א שיינעם דור אויב ער וועט פארבלייבן בין כותלי הישיבה?" האט א ראש ישיבה געטראכט פאר איין רגע "דער בחור האט א טעלעפאון, קאן אפילו זיין ער איז קאנעקטעד צום טריפה'נעם אינטערנעץ, אבער טאמער פארשיק איך אים פון ישיבה, ווער ווייסט ווי זיין נעקסטע אפשטייג גייט זיין???" אינטערנעט איז א פראבלעם? יא! קלאר ווי די טאג! אבער א בחור מיט אינטערנעט אויפן פרייען גאס אן קיין מסגרת איז א מיתה בידים! משה רבינו האט ביי א 'מצרי' וואס האט עובר געווען אויף אן איסור אשת איש, איבערגעקוקט כה וכה און זיכער געמאכט אז עד סוף כל הדורות וועט קיין גר נישט ארויסקומען, כ'ווייס די ראש ישיבה איז נישט משה רבינו, אבער דער בחור האט דאך נישט עובר געווען אויף א אשת איש! מאך אים נישט ער זאל עס טוהן!

מ'כאפט אזעלכע מכות, מ'וויינט און מ'שרייט אז קינדער פאלן ווי פליגן, אדמורי"ם ורבנים ווידמען דעם שבת הגדול דרשה, פרק פארלערנען, תקיעת שופר און כל נדרי דרשה מיטשלעפענדיג דעם גאנצן ציבור אנשים ונשים מיט יארמעליכע קולות אז קינדער קומען נישט אין שוהל. מ'הערט עס ביי די שענסטע משפחות, רבנישע זענען נישט אויסגעשלאסן, און ס'איז אמת! די מצב איז ביטער ביטער ווי א גאל.

זיי זענען גערעכט אז מ'זעהט בחורים/אינגעלייט וואס ליינען זיך אן אויפן אינטערנעט פארן אראפ, אבער האבן זיי אמאל געטראכט אז ווילאנג ער זיצט אין ישיבה איז ער חצי חייב וחצי זכאי, איינמאל ער פליעט איז ער כולו חייב? וויפיל שוואכערע בחורים האבן למעשה אויפגעשטעלט הערליכע שטיבער? א געוואלד! וויפיל לאו-לייפס האבן געמאכט א 360 דעגרי יו-טורן אפאר יאר שפעטער צו ווען זיי האבן געזיכט א מוסד פאר זייער קינד צו ווען זיי האבן געכאפט א פליק און א שנעלקע פונעם באשעפער אז די וועלט גייט זיי נישט וויאזוי זיי ווילן? גאר אסאך. אבער וויפיל וואס האבן זיך געדרייט אויפן גאס ביי די אכצן קומען צוריק? ממש א מיעוט דמעיטא! וואס איז געווארן מיט דעם וירא כי אין איש?????? מאך דיינע תקנות וויפיל דו ווילסט, פרוביר עס צו אינפארסירן ווי ווייט מעגליך, אבער געדענק פאר דו הרג'סט אים פאר אייביג, קוק אויף די דורות אויך! אין די צייט וואס דו קוקסט אויף די דורות פון די איבריגע תלמידי הישיבה, קוק אויך אויף דעם בחור וואס איז זיין לעבן הענגט אויף א האר ביים מנהל אין אפיס.

אוי איז מיכאל גערעכט מיט טרעק פייוו!!!

ווער רעדט נאך פון ישיבות, ס'איז גארנישט קיין נייעס, זיי זוכן נאר דעם רבי עקיבא...
די אנדערע קינדער, אויף וועמענס אחריות, זענען שוין נישט אין ישיבה...
ארויסגעווארפן פון ישיבה, ס'העלפט נישט אויף דעם קיין תשובה, הוי דאס רשעות נעמט נישט קיין עק...
ביי אונז איז נאר מצויינים, לאמיר בויען נאך בנינים, דורות פאלן נעבעך אוועק...
אין הימל וויינט מען אויפן חורבן, נאך א קינד, נאך א חורבן, אלעס אין דעם נאמען פון תורה...
נאך א חתימה, נאך א אסר, און מיט דעם געט מען זיך כשר, געוואלד ווי האט איר נישט מורא...

א שטיקל חיזוק יא: למעשה האט דאס אויפגעשטורעמט דעם ציבור, יעדער האט אנגעהויבן פארפירן, כ'ווייס אז ביי די אזוי גערופענע מחנכים, מנהלים און משגיחים איז נישט גילטיג דער כלל פון איזה חכם הלומד מכל אדם, און כ'בין זיכער אז זיי גייען זיך נישט צו טוהן מאכן דערפון, אבער איין זאך איז זיכער, די אנגעווייטאגטע צובראכענע נשמות זייער מיואש'דיגע עלטערן האבן באקומען פון דעם ניגון שטארקע חיזוק וואס וועט זיי באגלייטן, און זיי וועלן פון היינט וויסן גאנץ כלל ישראל איז מיט זיי, און מיר שפירן אייער ווייטאג!!!

(געשריבן געווארן מיט כעס און ווייטאג, אנטשולדיגט פארן נישט זיין מסודר, ועוד חזון אויף בעסערס האפענטליך)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר