בלאט 1 פון 3
הרב אמנון יצחק - בעל כח להשפיע וקהילת פז
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
הרב אמנון יצחק - בעל כח להשפיע וקהילת פז
נאכן איינזען, אז זיין פארטיי האט ווייט נישט דערגרייכט זיין וואונטש, אויפצוקעשן זיין ארבעט פון לאנגע יארן, האט ער ברוב פיקחותו געגרינדעט עטליכע בתי מדרשים, אונטערן נאמען 'קהילת פז'.
אין די טעג קומט פאר די חנוכת הבית פון א עלעגאנטישער שול, ממש מרהיב ביופיו, די ערשטע אין די רייהע.
נאכן מאכן מוסדות און בתי מדרשים, איז צום האפן וועט ער קענען אויפטרייבן סאליט פלייש ביים קומענדיגער פארמעסט.
א שאד אויף אים, כ'האף אז ער וועט זיך צוריק כאפן
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:16 pm
דורך אכשיר דרא
א שאד א שאד, ווער האט עס געגלייבט אויף אים, דער מענטש איז געווען געשעצט און באליבט ביי יעדעם ארום די וועלט, אלע האבן פון דעם מענטש געהאלטן עולם ומלואה, ער וואלט ווען זיך געקענט רוהיג אריינזעצען אין די בענקל פון הרב עובדיה יוסף (נישט אין תורה, אבער אין מנהיגות), דער איד וואלט געקענט ממשיך זיין זיינע געוואלדיגע אויפטוהען, אבער ער האט זיך געלאזט פאר'נאר'ן פון דעם "יש לו מנה רוצה מאתים", ער האט נישט געהאט קיין געדולד ביז די כבוד וועט אים קומען אויפפיקען, נאר ער האט געוואלט אויפפיקען די כבוד, און הרודף אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו, ס'טוט זייער וויי אז אזא געלונגענע שטערן זאל ווערן אזוי צוגרונד געלייגט צוליב אביסל תאוות הכבוד והשררה, ווי זאגען חז"ל הקנאה והתאווה והכבוד מוציאים את האדם מן העולם,
ווי אזוי האט זיך אבער דאס דערקייקעלט צו אזא שטאפל? דאס האט נישט פאסירט איבער נאכט! די זאך ברויך צו ווערן צונומען אין פרטים.
ווי איך האב שוין געשריבען האבען די קינדער פון הרב עובדיה זצ"ל באשלאסען אז די מנהיגות ברויך צו בלייבען אין די הענט פון פאמיליע יוסף, און נאר אזוי וועט "ש"ס" האבען א קיום, דאס אז זיי האבען ליב כבוד, איז פארשטענדליך, זיי האבען נישט פיינט וואס איך און דו האבען ליב, אבער דאס אז די ראשי ש"ס האבען דאס אנגענומען איז געווען זייער א גרויסער טעות פון זייער זייט, ווייל פונקט ווי הרב יוסף האט נישט געדינט אלץ מנהיג הספרדים צוליב זכות אבות, נאר צוליב זיין יחוס עצמו, די זעלבע וואלטען זיי געדארפט דא טוען, זיי וואלטען געדארפט אויסקלויבען א רב פון די ספרדים וואס איז באליבט, און כושר מנהיגות און אויף אים בויען די ירושה בענקל, און ווען זיי גייען אזוי, וואלט ש"ס זיך פארשפארט אסאך שמוץ וואס האט געקלעבט צו זייער נאמען די לעצטע תקופה,
אבער צוליב סיבות מסיבות שונות, האבען זיי אנגענומען די תאוות הכבוד פון פאמיליע יוסף, און פראבירט צו זיכען א פאסיגער קאנדידאט איבער צו נעמען הרב עובדיה, די קינדער צווישען זיך האבען זיך געקריגט "מי ימלוך", יעדער האט געלייגט פיסלעך איינער פארן צווייטען מיטן חלום אז די פיסל וועט ארבעטן, אבער לאחר כל הפיסלעך האט דער בטלן און בכלל נישט כאריזמאטישער זון הרב יצחק באקומען דעם מצנפת און דעם גלימה. דער יצחק איז א שיינער תלמיד חכם, א שוואכער רעדנער, און א מענטש מיט א היבשע קופה של שרצים מיט אסאך לשון הרע אונטער זיין רוקן, און זיכער אז דער מענטש וועט נישט קענען אזוי עלעקטרעזירען די מאסען ווי זיין פאטער, דאס איז נישט קיין פראגע, אבער די ש"ס הויפטען האבען אים מכתיר געווען מיטען חלום אז ס'וועט ארבעטען, און איר וועט אלע זען ווי ער וועט גארנישט האבען,
די פאמיליע האט אין די לעצטע יארען פראבירט צוזאמען נעמען "אלע" סטאר'ס פון די בני עדות המזרח אז זיי זאלען ערליך דינען די קינדער פון הרב עובדי', און יעדער וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט זיי האט מען נידעריגער געמאכט, דער אזוי און דער אזוי, אלע ספרדישע רבנים אריינגערעכנט די תימנים האבען פארשטאנען אז אויב גייט מען אין איינקלאנג מיט די ש"ס פירער איז גוט, אויב נישט דעמאלס מיינט עס קבורת חמור דורך די הויפטן פון ש"ס,
איינער וואס האט דאס נישט פארשטאנען איז געווען הרב אמנון יצחק, ער האט געהאלטען אז עס קומט אים מער שעצונג אין הרב עובדי'ס שטוב, וואס ער האט נישט באקומען, ווייל זיי האבען געהאלטען אז ער איז א היבשע שטער, צוליב זיינע גלענצענדע טאלאנטען, אנשטאט אים צו חנפ'נען און נעמען אונטער זייער פליגל און אים נוצן אלץ א מיטל צו די טיטול, האט מען אים מרחק געווען, דער הרב אמנון איז געווען צוגעוואוינט צו זיין כבוד וואס ער האט גענאסען די לעצטע יארען און עס איז אביסעל שטיל געווארען, דעריבער האט ער געזוכט כל מיני שפרינג ברעטלעך וואס זאלען אים צוריק ארויפשטופען אויפן מאפע, ווי צום ביישפיל האקען אויף נישט ערליכע זינגערס, עס האט אבער נישט געארבעט, ווייל די ספרדים זענען נישט קיין קנאים. ער האט עס נישט אויסגעהאלטען, און נאכמער האט אים וויי געטוען דאס אז מען איז אים מרחק פון הרב עובדי',
ביי די לעצטע בחירות צום כנסת המינים האט ער באשלאסען אז א גרויס חלק פון די פרומע ספרדים זענען פרום צוליב זיינע דרשות, זענען זיי "זיינע" תלמידים, (אנשטאט צו טראכטען אז ער איז נאר געווען דער "דרייווער" און על אפו זענען זיי יעצט לאיאל צו הרב עובדי') און ער האט געעפענט א פארטיי, כח להשפיע.
פארשטייט זיך אז ווי נאר די ש"ס הויפטען האבען דאס געהערט זענען זיי געווארען געפערליך בייז און ווילד, זיי האבען זיך גענומען צו זיינע ביינער אזוי ווי אין סאטמאר בימי הברך משה, מען האט פארקויפט פאר הרב עובדי' כל מיני שקרים און גוזמאות אויף הרב אמנון, הרב עובדי' האט מען גרינג געקענט ארויסנעמען פון די כלים און עס האט גוט געארבעט, הרב עובדי' האט געעפענט א מויל אקעגן אים און מער האט מען נישט געדארפט, שטעלט אייך פאר סאטמארע חסידים זאלען הערען דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו האקען פעך און שוועבל אויף א רב, קיין שום סאטמארע וואלט שוין נישט "געקויפט" דעם רב, כאטש דער רב שרייט אז מען האט פארקויפט פארען רבי'ן שקרים, און מען לאזט אים נישט צו צום רבין צו לאזען הערען זיין מיינונג, ס'וואלט נישט געהאלפען קיין פודינו ומצילנו,
דאס ממש האט יעצט פאסירט, הרב אמנון האט אבער נישט געואלט געדענקען דעם כלל "אל תהי' צודק, תהי' חכם", ווארט צו אביסל! האלט דיר דאס מויל, כאטש ביסט גערעכט,
אבער ער איז געווען גערעגט ביזען הימל וואס די ש"סניקעס טוען צו אים, למעשה האט הרב אמנון זייער זייער אסאך געטוען פאר ש"ס במשך די יארען, זיי האבען זיך אסאך געבויעט אויף זיין רוקען, און ער איז געווען צו תמימות'דיג צו פארשטיין און קענען אראפ שלונגען אזא כפיית טובה, ער האט זיך נישט באהערשט, און דאס האט אים געלייגט טיפער און טיפער אין די ערד,
ער האט נישט גערעדט אויפן צדיק הרב עובדי' אבער ער האט געהאקט שטיקער פון זיינע שטוב מענטשן און זיינע קינדער, און דאס האט געמאכט די פייער גרעסער און גרעסער, עד כדי אז די שטוב מענטשן פון הרב עובדיה האבען געצווינגען אלע ספרדישע און תימנער רבנים צו חתמנענען א קול קורא אקעגן הרב אמנון, וואס דאס איז געווען א חוצפה פאר זיך, א כפיית טובה אויפען העכטען גראד, ס'האט געוויזען אז קיין איין רב האט נישט קיין אייגענע דעה, מען קען זיי אלע פירען ביים נאז, אבער מצד שני האט הרב אמנון געענדיגט די קאמפיין ווי א לוזער פון לוזערלאנד,
ביידע זייטען האבען געטוען גרויסע נארישקייטן וואס האט יעדעם געשאדט, סיי הרב אמנון, ווען ער ווארט אויס די אריכות ימים פון הרב עובדי' און דעמאלס הייבט ער אן צו מאכען שבת וואלט ער אסאך מער מצליח געווען, און אולי וואלט ער נאך געקענט זיין די שטערקסטע פארטיי ביי די עדות המזרח! אבער ער האט נישט געהאט קיין געדולד, וכמה חבל,
ש"ס האט דערלייגט פון אפאר זייטען, איינס כאטש די ספרדים האבען נישט געוואלט ממרה זיין די באפעל פון הרב עובדי', און האבען געוועלט פאר ש"ס און נישט פאר הרב אמנון, דאך האט הרב אמנון היבש צוקלאפט די "טראסט" פון די ש"ס פירער אין די אויגען פון די ספרדים, זיינע דרשות האט אזויפיעל אויפגעטוען "קאליע מאכען פאר ש"ס", ער האט אנגעזייעט א שרעקליכער חורבן, ווי נישט ווי האט ער א גוט מויל, און זיי האבען זיך נישט גערעכנט מיט די פאקט, און יעצט גייען זיי באצאלען דערויף, ווייל ביי די נעקסטע בחירות גייט מען זיי נישט גלייבען, און זיי גייען נישט האבען הרב עובדי' וואס זאל שעלטען און באפעלן, ער איז שוין נישטא, און די היזק איז געמאכט געווארן,
און ווי אנגעפאנגען, ש"ס האט דערלייגט א גוטע מענטש, א מענטש וואס וואלט זיי אסאך געקענט ביישטייערן ביי די עבר און ביי די עתיד, אסאך זאגען אז ש"ס האט שוין ביי די לעצטע בחירות אסאך דערלייגט נאר צוליב די העצערייען און דרשות פון הרב אמנון. דאס פלעגט די באבע ע"ה זאגען, "שכל דארף מען נאכלויפען" און פון "רגש אנטלויפען"!
וואס מיט הרב אמנון גייט ווערן? איין גאט ווייסט צו ער קען זיך נאך ארויסדרייען פון די קלעפ וואס ש"ס האט אים געגעבען, מעגליך אז יא און מער מעגליך אז נישט, דאס איז זיכער, צו גרויס אדער אזוי גרויס ווי ער איז געווען אמאל וועט ער קיינמאל נישט זיין לכאורה.
בילדער און ווידאוס פון הרב אמנון יצחק מיט הרב עובדיה יוסף
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:27 pm
דורך אכשיר דרא
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QYNDjl5bkMg[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wBHr2lmCQXo[/youtube]
[youtube][youtube]http://www.youtube.com/watch?v=INckuVsFoNc[/youtube]
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך בין מחולק מיט דעם געדאנק, אז ער האט זיך פאר'הארגעט.
ער איז שוין געווען פארדעם היבש פארגעסן, און די פאליטיק האט עהם צוריק אריינגעברענגט אין די נייעס. אבער ער האט א שטארקע כח, און זיין כח איז 'נישט' ר' עובדיה'ס, און נישט פון ש''ס, ער האט א גלענצענדער עתיד.
ער האט געמאכט א גראבע טעות, צו אפשר רוף עס לא התמזל מזלו, די מזל האט נישט געשפילט. אבער ער ארבעט יעצט גאנץ פיין.
אדרבה, פונקט יעצט ווען ארי' דרעי מאכט אן חורבנות און ר' עובדיה איז מער נישטא צו שטיצן זיינע מאכערייקעס, וועט קענען זיין א ישועה פאר נאך אסאך.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:41 pm
דורך אכשיר דרא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך בין מחולק מיט דעם געדאנק, אז ער האט זיך פאר'הארגעט.
ער איז שוין געווען פארדעם היבש פארגעסן, און די פאליטיק האט עהם צוריק אריינגעברענגט אין די נייעס. אבער ער האט א שטארקע כח, און זיין כח איז 'נישט' ר' עובדיה'ס, און נישט פון ש''ס, ער האט א גלענצענדער עתיד.
ער האט געמאכט א גראבע טעות, צו אפשר רוף עס לא התמזל מזלו, די מזל האט נישט געשפילט. אבער ער ארבעט יעצט גאנץ פיין.
אדרבה, פונקט יעצט ווען ארי' דרעי מאכט אן חורבנות און ר' עובדיה איז מער נישטא צו שטיצן זיינע מאכערייקעס, וועט קענען זיין א ישועה פאר נאך אסאך.
מנשה'לע ביסט פארט א אחרון, רייט? און איך אויך! און א אחרון מיט א אחרון מעגען זיך מוחלק זיין
קוק אריין אין די נייעס, ער האט זיך קלאר פאר'הרג'ט, נישט מעגליך בעולם אז ער זאל צוריק באקומען די זעלבע הערצה וואס ער האט געהאט פארדעם
קען זיין אז עפעס וועט ער באווייזען צו בויען אבער זיכער נישט אויף דעם ברייטען פארנעם ווי ער וואלט ווען געקענט ווען ער ביהעיווט אין די שווערע צייטען
לא התמזל מזלו? לאו דוקא, נישט אלעס איז מזל, אסאך מאל איז עס "שכל", קען זיין אז ביסט יא גערעכט אז מען דארף האבען מזל צו האבען גענוג שכל... אבער עס איז געווען א מאנגעל אין שכל, געווען א גרויסע שטות, כאטש איך פארשטיי זיינע רוישיגע פילינגס בשעת די מערכה, ווייניג וואלטען זיך קאנטראלירט אין זיין מצב, אבער זיך צו קענען קאנטראלירען ברויך צו האבען "שכל"
בנוגע ארי' דרעי, עפען א עקסטערע אשכול, ער איז עס ווערד!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך האב צוויי ווערטער, 'ימים ידברו'
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:20 am
דורך טעפל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך האב צוויי ווערטער, 'ימים ידברו'
קען זיין, אבער ער האט גאר שוואכע טשענסעס, ביי די ספרדים איז ער היינט אפגעפרעגט מכל וכל, חוזק מחוזק, און ביי די אשכנזים שוין לאנג, איז מיט וועם זאל ער צו גיין צום טיש?? מיט די קראים??
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:41 am
דורך דעת תורה
תימנים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:11 pm
דורך אכשיר דרא
דעת תורה האט געשריבן:תימנים.
די תימנער זענען אונטער געווארפען אונטער די ש"ס פירערשאפט ווי ציגעלעך נאכען פאסטוכערס פייפערל
זיי האבען זייער מיאוס בוגד געווען אין הרב אמנון ביי די לעצטע פרשה מיט ש"ס, במקום זיך אנעמען על כבודו, וואס בזכות הרב אמנון איז די כבוד פון די תימנים געהויבען געווארען זייער הויעך, במקום צו האבען הכרת טובה זענען זיי געווען כפויי טובה אין פולען זין פון ווארט
מען דארף געדענקען, הכרת טובה איז מען מחויב אפילו מען מיינט אז מען קען דערלייגען אויב מען איז א מכיר טוב, ווייל הכרת טובה איז א מצוה גדולה, און אויף א מצוה דערלייגט מען קיינמאל נישט,
זיי האבען בוחר געווען אין ש"ס, זייערע מנהיגים האבען געסיינט א קול קורא מיט זייער מיאוסע ווערטער קעגען הרב אמנון, ווען איך האב עס געליינט איז מיר ארויף א ברעכאטץ טעם, ווי קענט איר זיין אזוי רשעות'דיג צו איינער וואס האט אייך אוזיפיעל געטוען
דעריבער איך גלויב נישט אז די הרב אמנון האט נאך שייכות צו די תימנים כאטש ער שטאמט פון זיי
אויב בויען וועט עס זיין אומעטניש געבויעט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:28 pm
דורך דעת תורה
די רבנים האבן דען געוואלט ארויסקומען קעגן אים? זיי האבן נאר מעדיף געווען הרב עובדי' איבער אמנון יצחק, שוין פאר די פשוטע סיבה אז זיי האבן נישט געוואלט ענדיגן ווי אמנון יצחק אליין. עס איז זייער מסתבר אז אין די רגע זיי קענען וועלן זיי דראפן ש"ס און צוריקגיין צו אמנון, די שאלה איז נאר פארוואס זיי זאלן אים ברויכן, ער איז דען בכלל א רב? איך קען נישט זיין היסטאריע אבער איך מיין ער איז גאר אליין א בעל תשובה. אויב עפעס זאל די תימנ'ע געמיינדע מאכן שבת פאר זיך, די שאלה איז נאר צו זיי זענען בכלל כדי חלוקה, וומ גרויס איז שוין דאס גאנצע יהדות תימן (כולל מסורתיים און חפשיים אוהבי דת)?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:33 pm
דורך געפילטע פיש
אכשיר דרא האט געשריבן:ער וואלט ווען זיך געקענט רוהיג אריינזעצען אין די בענקל פון הרב עובדיה יוסף
ווד"פ?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 2:36 pm
דורך אכשיר דרא
געפילטע פיש האט געשריבן:אכשיר דרא האט געשריבן:ער וואלט ווען זיך געקענט רוהיג אריינזעצען אין די בענקל פון הרב עובדיה יוסף
ווד"פ?
נעמסט ארויס איין זאץ, קוק וואס שטייט פארדעם און קוק וואס שטייט נאכדעם
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 3:36 pm
דורך מנשה לוסטיג
איר דארפט אין קענטעניס נעמען, איין סטעיטמענט וואס אמנון האט דעמאלטס געזאגט מיט רעכט.
'א שיינעם חלק בעלי תשובה האב איך געגעבן פאר ש''ס די לעצטע יאר צענדליג, דאס טייטש מאסן טויזענטע בעלי תשובה זענען א דאנק זיינע דרשות'.
ובכן, די כח הדיבור והנהיגה האט הרב אמנון, אויב נישט די כח מרן צו כח ראשון לציון, בסדר! אבער פאקטיש איז ער ווייטער אין ביזנעס און מאכט ווייטער סעמינארן, איך בין איבערצייגט אז ס'וועט נישט לאנג נעמען און ער וועט קלונגן אלץ מנהיג גדול נאך שענער ווי געראכטן. איך בין א משונה'דיגע מעריץ צו זיין הנהגה, צו זיינע טאלאנטן און פעהיגקייטן, און דאנט ווארי ער האט נאך גענוג פון אלע שיכטן בראשם רבנים, און כ'זאג נאכאמאל פון אלע שיכטן, און רבנים פון אלע שיכטן, וואס שפירן זיך גליקליך צו זיין נאנט צו עהם, און האבן עהם ליב. [וגם אני בתוכם..]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 4:14 pm
דורך מיין מיינונג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איר דארפט אין קענטעניס נעמען, איין סטעיטמענט וואס אמנון האט דעמאלטס געזאגט מיט רעכט.
'א שיינעם חלק בעלי תשובה האב איך געגעבן פאר ש''ס די לעצטע יאר צענדליג, דאס טייטש מאסן טויזענטע בעלי תשובה זענען א דאנק זיינע דרשות'.
ובכן, די כח הדיבור והנהיגה האט הרב אמנון, אויב נישט די כח מרן צו כח ראשון לציון, בסדר! אבער פאקטיש איז ער ווייטער אין ביזנעס און מאכט ווייטער סעמינארן, איך בין איבערצייגט אז ס'וועט נישט לאנג נעמען און ער וועט קלונגן אלץ מנהיג גדול נאך שענער ווי געראכטן. איך בין א משונה'דיגע מעריץ צו זיין הנהגה, צו זיינע טאלאנטן און פעהיגקייטן, און דאנט ווארי ער האט נאך גענוג פון אלע שיכטן בראשם רבנים, און כ'זאג נאכאמאל פון אלע שיכטן, און רבנים פון אלע שיכטן, וואס שפירן זיך גליקליך צו זיין נאנט צו עהם, און האבן עהם ליב. [וגם אני בתוכם..]
נו אויב איז ער אזוי גרויס, און האט געברענגט אזויפיל בעלי תשובה פאר ש"ס וואס פשט אז ער האט גארנישט אויפגעטריבן ביי די בחירות?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 4:25 pm
דורך אכשיר דרא
מיין מיינונג האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:איר דארפט אין קענטעניס נעמען, איין סטעיטמענט וואס אמנון האט דעמאלטס געזאגט מיט רעכט.
'א שיינעם חלק בעלי תשובה האב איך געגעבן פאר ש''ס די לעצטע יאר צענדליג, דאס טייטש מאסן טויזענטע בעלי תשובה זענען א דאנק זיינע דרשות'.
ובכן, די כח הדיבור והנהיגה האט הרב אמנון, אויב נישט די כח מרן צו כח ראשון לציון, בסדר! אבער פאקטיש איז ער ווייטער אין ביזנעס און מאכט ווייטער סעמינארן, איך בין איבערצייגט אז ס'וועט נישט לאנג נעמען און ער וועט קלונגן אלץ מנהיג גדול נאך שענער ווי געראכטן. איך בין א משונה'דיגע מעריץ צו זיין הנהגה, צו זיינע טאלאנטן און פעהיגקייטן, און דאנט ווארי ער האט נאך גענוג פון אלע שיכטן בראשם רבנים, און כ'זאג נאכאמאל פון אלע שיכטן, און רבנים פון אלע שיכטן, וואס שפירן זיך גליקליך צו זיין נאנט צו עהם, און האבן עהם ליב. [וגם אני בתוכם..]
נו אויב איז ער אזוי גרויס, און האט געברענגט אזויפיל בעלי תשובה פאר ש"ס וואס פשט אז ער האט גארנישט אויפגעטריבן ביי די בחירות?
ס'ווערט שוין ערקלערט אנפאנג פון די אשכול, אז די ספרדים זענען געווען זייער תמימות'דיג פארגלייבט אין הרב יוסף
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 4:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס הרב אמנון אליינס טענה'ט, אז דא איז געווען א מאסיווע פעלטשונג. ער האט לעולם געהאט א ריזן ציבור, אוהן מ'האט לכתחילה זיי געסטראשעט בשם ר' עובדיה, און בשעת'ן בחירות מיט פעלטשונגען אין די צעטלעך.
אזוי האט ער גע'טענה'ט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 4:43 pm
דורך אכשיר דרא
יש דברים בגו
אבער פארט א לוזער
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 4:49 pm
דורך מנשה לוסטיג
ער האט געכאפט א ביס, אבער נישט קיין מפלה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:17 pm
דורך מיין מיינונג
מיט נאך אפאר אזאנע ביסן איז ער גענצליך אראפ פון די ארענע, פארשטייסטו?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:35 pm
דורך געפילטע פיש
אכשיר דרא האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אכשיר דרא האט געשריבן:ער וואלט ווען זיך געקענט רוהיג אריינזעצען אין די בענקל פון הרב עובדיה יוסף
ווד"פ?
נעמסט ארויס איין זאץ, קוק וואס שטייט פארדעם און קוק וואס שטייט נאכדעם
איך האב געזעהן די גאנצע שטיקל, וואס שטייט פארדעם, נאכדעם, העכער און אונטער, אבער לייגן דעם קלאון אין איין סענטענס מיט הרב עובדיה איז ליצנות, ביטע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 6:11 pm
דורך אכשיר דרא
מיין מיינונג האט געשריבן:מיט נאך אפאר אזאנע ביסן איז ער גענצליך אראפ פון די ארענע, פארשטייסטו?
ער איז אראפ, די פראגע איז וועלכע לייטער גייט אים צוריק ארויפברענגען
ער איז ווי דער גוי וואס איז ארויסגעלאפען פאר שולחן עורך, ער ווארט ווען אביסל, נאך א האלבע יאר וואלט ער געווען א מלך בישראל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 7:32 pm
דורך איך אויך
אכשיר דרא האט געשריבן:מיין מיינונג האט געשריבן:מיט נאך אפאר אזאנע ביסן איז ער גענצליך אראפ פון די ארענע, פארשטייסטו?
ער איז אראפ, די פראגע איז וועלכע לייטער גייט אים צוריק ארויפברענגען
ער איז ווי דער גוי וואס איז ארויסגעלאפען פאר שולחן עורך, ער ווארט ווען אביסל, נאך א האלבע יאר וואלט ער געווען א מלך בישראל
יאפ ,עס וואלט געווען שווער צו טרעפן א בעסערע משל פאר איזהו שוטה המאבד מה שנותנים לו ,ער האט ממש אלעס געהאט און אלעס אליינס בידיים פארתכלעווט. אבער נישט קשה ער איז געבליבן מיט א שיין ביסל קעש פון די ביזנעס (כידוע און ווי ער זאגט דאס אליינס פארען ריפארטער).
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 7:47 pm
דורך הדד בן בדד
געפילטע פיש האט געשריבן:אכשיר דרא האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:אכשיר דרא האט געשריבן:ער וואלט ווען זיך געקענט רוהיג אריינזעצען אין די בענקל פון הרב עובדיה יוסף
ווד"פ?
נעמסט ארויס איין זאץ, קוק וואס שטייט פארדעם און קוק וואס שטייט נאכדעם
איך האב געזעהן די גאנצע שטיקל, וואס שטייט פארדעם, נאכדעם, העכער און אונטער, אבער לייגן דעם קלאון אין איין סענטענס מיט הרב עובדיה איז ליצנות, ביטע.
הער אויס, יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג, יעדער חסיד שוואנץ פון זיין רבין גלייבט אז זיין רבי איז דער גרעסטער גדול נישט נאר פון דעם דור נאר פון אלע דורות, און יעדער איז בארעכטיגט צוצושטעלן.
אצינד אזוי, איך האב שוין גענוג מאל געלאזט הערן מיין מיינונג לגבי הרב אמנון יצחק, און איך קען דעם איד פערזענליך. דער איד איז אן אויסערגעווענליכער בעל כשרון, נישט סתם, ווען מען רעדט פון כשרון רעדט מען נאר פון דעם, כשרון. אין כשרון איז אויך דא אסאך עריעס, אבער דער מענטש איז א גרויסער בעל כשרון אין פילע עריעס. און יא, לדעתי איז ער אין געוויסע עריעס א גרעסערער בעל כשרון פון הרב עובדי' יוסף זצ"ל. שפרינג נישט, איך מאך נישט אוועק הרב יוסף, אבער אין געוויסע עריעס איז "לדעתי" הרב יצחק מער בעל כשרון.
ווילאנג א מענטש לעבט איז ער נישט אווער. אפילו הרב יוסף אליינס האט געהאט שווערע תקופות. עס קאסט מיר א לאך ווי די גאנצע ליטווישע וועלט - שוין אפגערעדט די חסיד'ישע - באוויינט אזוי הרב עובדי'. נישט אזוי לאנג צוריק האט מען אים אראפגעריסן אלס א מהרס און עוכר הדת. איך געדענק נאך זייער גוט ווי אין די אנהייב נ' יארן, ווען ער האט דאס ערשטע מאל געווינען אין כנסת מער בענקלעך ווי די אגודה, און ער האט אריינגעפיפן אין הרב שך (וועלכער האט פאקטיש אויפגעבויעט דעם ש"ס פארטיי) און זיך אנגעשלאסן אין די לינקע רעגירונג האט מען אים אראפגעריסן, איך קען עס נישט מסביר זיין פאר ווער עס געדענקט דאס נישט. מנחם פרוש האט געריסן קריעה אין כנסת מיט קולות און דעם דיין האמת בשם ומלכות, אלעס אויף צו ווייזן וואסערע שגץ הרב עובדי' יוסף איז און זיין שס פארטיי זענען.
וואס איז געשעהן, גארנישט, עס זענען אריבער אפאר יאר, פאליטיק האט זיך געטוישט און ער איז צוריק געווארן הייליג. דאס איז פאליטיק.
הרב אמנון יצחק (וועלכער איז טאקע אליינס א בעל תשובה) האט אין די לעצטע וואלן, טראץ די אומגעהויערע פרעשור וועלכע מען האט געלייגט, נישט נאר אויף אים, נאר אויף יעדן וויילער באזונדער, טראץ וואס מען האט אים פערזענליך אזוי מיאוס באשמוצט, טראץ וואס מען האט געמאכט פון אים ליצן ליצנות אויף די העכסטע טענער און פארמען וואס נאר מעגליך, טראץ וואס דער מענטש האט נישט געהאט קיין שום אייגענע קהילה אדער מוסד, טראץ דעם אלעם, האט ער אין די לעצטע בחירות אנגעצויגן 28 טויזענט שטימען. איר הערט? 28 טויזענט. דאס איז גארנישט קיין קליינער נומער. פאקטיש איז עס גענוג פאר איין בענקל אין כנסת, עס איז נאר נישט גענוג אריבער צוגיין דעם אחוז החסימה.
איך בין נישט קיין נביא און איך ווייס נישט וואס גייט זיין. אבער טעאריעס קען איך אייך געבן גענוג און נאך. הרב עובדיה איז געגאנגען אין גן עדן למנוחות עולמים, און יעצט גייט מען זיך ביי די ספרדים אנהייבן רייסן ביי די נעז. הרב עמאר פון איין זייט, זיין מחותן הרב עובדי'ס זון הרב יצחק פון די צווייטע זייט, הרב עדס פון די דריטע, הרב משאש פון די פערטע און קענסט נאך צולייגן נאך אפאר זייטן מיט נאך אפאר נעמען. קיינער ווייסט נישט וואס דארט גייט זיין. ביי די קומענדיגע בחירות גייט די אחוז החסימה זיין נאך העכער, און אזעלכע מענטשן ווי הרב אמסלם למשל, קענען שוין אפילו נישט חלומ'ען מער פון גיין אליינס, און אויב ער וועט וועלן אנקומען ערגעץ וועט ער מוזן מאכן אלייענסעס און זיך צאמשטעלן מיט אנדערע. אין אזא פאל קען הרב אמנון זיין זייער א פיינער מחותן, און אויב געלונגט נאך צוצושטעלן א דריטן גרויסן נאמען, קענען זיי גאר שטארק אריינקומען מיט אפאר בענקלעך. און ברגע ער איז אין כנסת, איז אלעס דערנאך, אין פאליטיק טוישן זיך זאכן אסאך שנעלער ווי איר טוישט זאקן. דאס איז אלעס זאכן וואס קען געשעהן.
דאס איז נאך אלעס פאר נעמען אין באטראכט בכלל דעם מציאות אז הרב יצחק האט זיך גענומען בויען קהילות מיט מוסדות. און ווי געזאגט, ער איז א גרויסער בעל כשרון, און האט גאר גאר אסאך קאנעקשאנס מיט געלט מענטשן און עקספיריענס און שאפן געלט, פון קליין געלט. אין דעם הינזיכט האלט ער אסאאאך ווייטער ווי הרב עובדי' האט געהאלטן אין די יארן (הרב עובדי' אין די יארן איז געווען נישט קיין סאך מער ווי הרב אליהו בקשי דורון איז יעצט... א געוועזענער רב הראשי). סאו מען קען אים נישט אונטערשאצן. און בכלל איז ידוע אז אין פאליטיק איז דער כח הדיבור פון די וויכטיגסטע זאכן, אויך עפעס אין וואס הרב אמנון איז גאר אויסגעצייכנט.
אלזא, צו זאגן אויף עם אז ער איז דערנאך, איז נאך אביסל צו פרי.