בלאט 1 פון 3
אידישע קליפס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:32 pm
דורך אךשמח
דא וועל איך ברענגען קליפס וואס האבן א שייכות צו אידן אדער אידישע נושאים, און אויך פון היימישע אקטיארן.
Re: אידישע קליפס
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 11:09 pm
דורך גדעון
דראמאטישע קליפ פון חברה הצלה ד'בארא פארק:
http://youtu.be/UarsNFgXBKAנישט פאר שוואכע הערצער
Re: אידישע קליפס
נשלח: זונטאג אפריל 22, 2012 11:49 pm
דורך Maxwell
Atrocious. I cannot understand how they can release something as horrifying as this.
Re: אידישע קליפס
נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 12:22 pm
דורך אךשמח
יישר כוח גדעון פארן ארויפשלעפן דעם אשכול.
האסט געמיינט צו לייגן דעם קליפ אדער מיר אהערצורופן?
איך בין לעצטנס אביסל ארויס פונעם שרייבן, צוליב פארשידענע סיבות, אבער איך קום נאך אהער פון צייט צו צייט, און וועל זיך אנשטרענגען אביסל מער אריינצואווארפן א ווארט ווען ס'וועט זיך אויספעלן.
Re: אידישע קליפס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:34 pm
דורך אוי טאטי
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 1:51 pm
דורך אךשמח
אינטערעסאנטע קליפ פון BBC.
דאס איז איין חלק פון פיר.
זיי אינטערוויואירן עטליכע חסידים אין לאנדאן.
א היימישע פרוי וועם מ'אינטערוויוט דארט, געט די האנט פארן רעפארטער, זעט אויס אז זי ווייסט נישט דעם פסק פון ר' משה פיינשטיין אז ס'איז יהרג ואל יעבור.
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 2:03 pm
דורך זר זהב
אךשמח האט געשריבן:אינטערעסאנטע קליפ פון BBC.
דאס איז איין חלק פון פיר.
זיי אינטערוויואירן עטליכע חסידים אין לאנדאן.
א היימישע פרוי וועם מ'אינטערוויוט דארט, געט די האנט פארן רעפארטער, זעט אויס אז זי ווייסט נישט דעם פסק פון ר' משה פיינשטיין אז ס'איז יהרג ואל יעבור.
2 מאל איז שטערקער....
viewtopic.php?p=5966#p5966
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 2:16 pm
דורך אךשמח
זר זהב,
ביסט דאך כשר גערעכט, נישט געזען יענעם אשכול פאר א צייט.
אבער פארוואס טאקע זאל מען נישט האלטן די אידישע קליפס באזונדער?
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 2:23 pm
דורך זר זהב
גערעכט, ס'הערשט בכלל א צומישעניש. למשל דעי אשכול באלאנגט לדעתי נישט אינעם "מידיע" פארום.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 11:52 am
דורך דעמאקראטיע
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:31 pm
דורך משמרת
זר זהב האט געשריבן:למשל דעי אשכול באלאנגט לדעתי נישט אינעם "מידיע" פארום.
אריבערגעפירט צו "קאווע שטיבל" פארום.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:47 pm
דורך טעמפא
אייגענטליך, לדעתי קומט עס אין קונסט.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 1:16 pm
דורך הדד בן בדד
זיידעטשקע האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=btKK21YwdbI&feature=player_embedded
גאנץ גוט!!
די אידישע אדווערטייזמענט'ס מאכען שוין היינט אזעלעכע גאנצע פראדאקשענ'ס ווי אין די גויאישע וועלט. אבער איך וואלט געראטען אז למשל אזא ווידיא דארפן זיי קענען קאנדענסען אין דרייסיג סעקונדעס און ארויסברענגען זייער פוינט אין א קורצע צייט ,פונקט ווי די קאמערשעלס פון די גרויסע קאמפעניס.
יעצט געוואטשט, אפשר בין איך דום, אבער איך האב נישט קיין אהנונג וואס דער וויל דא
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 1:17 pm
דורך זר זהב
טעמפא האט געשריבן:אייגענטליך, לדעתי קומט עס אין קונסט.
וואס נאך קומט אין קונץ ?
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 1:28 pm
דורך טעמפא
זר זהב האט געשריבן:טעמפא האט געשריבן:אייגענטליך, לדעתי קומט עס אין קונסט.
וואס נאך קומט אין קונץ ?
אלעס וואס האט מיט
קונסט.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 1:31 pm
דורך זר זהב
סוי די BBC אינטערוויאו מיט חסידים קומט אין קונץ ? אקעי.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 1:33 pm
דורך טעמפא
זר זהב האט געשריבן:סוי די BBC אינטערוויאו מיט חסידים קומט אין קונץ ? אקעי.
ניין, ווייל די עיקר פוינט דערפון איז נישט די חלק הפילם.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 3:44 pm
דורך משמרת
טעמפא האט געשריבן:אייגענטליך, לדעתי קומט עס אין קונסט.
נאכן זיך דורכרעדן מיט די אנדערע "חברי השטאב", איז אנגענומען געווארן אז "טעמפא" האט רעכט, און ס'בלאנגט אין "קונסט", דעריבער האב איך עס [ווידעראמאל] אריבערגעפירט צו מקומו הראוי.
נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 11:08 am
דורך ניו יארק
http://www.youtube.com/watch?v=4AfGyBI0 ... ubs_digestאיך האב נאך נישט געזען אזא גיטס און די אידישע מארקעט!!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:41 pm
דורך משולם שטיינפעלד
די האלבע מינוט פון ווען די פארטש פאלט ביז ווען די אינגל פאלט אראפ ועד בכלל, פיט בכלל נישט אריין לויט די פראפעסיאנאלקייט מיט וואס די איבריגע איז געמאכט געווארן
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 1:04 am
דורך זר זהב
און מיר קריכט שוין פון די נאז די אלע פעיקע ווידיאס פון הצלה, סארי.
נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 3:07 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:און מיר קריכט שוין פון די נאז די אלע פעיקע ווידיאס פון הצלה, סארי.
וואס דען זאלן זיי לייגען? א קליפ ווי אנקעל מוישי טיילט לאלי פאפס?
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 2:18 pm
דורך שמואל הלוי
פרעזענטעישאן דורך בוני עולם
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_50wlGuLpRQ[/youtube]