בלאט 1 פון 1
וועמען דארף מען גריסען?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 3:18 pm
דורך סאשי פיש
איך וואלט געוואלט דא אויסשמוסען די ענין פון (נישט) גריסען, וועמען דארף מען גריסען און וועמען נישט?
אסאך מאל מאכט זיך אז איך גריס א מענטש און ער מאכט זיך ווי ער קען מיך נישט און ווייזט א פנים וואס זאגט וואס וואלסטו פון מיך??!
לאמיך מיך געבען אפאר משלים,
דוגמא 1 - איך גיי קויפען א סוט אין GG/GB עס נעמט א גוטע האלבע שעה אדער מער ווי לאנג מען מעסט און מען דארף זיך דרייען אלע וועגען ווי מען דרייט די האן ביי כפרות ענדליך מען זעט זיך שוין אינדערויסען, א האלבע שעה שפעטער טרעף איך די אינגערמאן און איך פאכע מיט די האנט אים צו גריסען און ער מאכט זיך ווי ער קען מיך נישט און ווייזט א פנים וואס זאגט וואס וואלסטו פון מיך??!
האב איך אים געדארפט גריסען?
האט ער מיך געדארפט צוריק גריסען?
דוגמא 2 - איך קויף איין אין א גראסעריי גאנץ אפט און די קאשיער קען מיך זיכער פון פרעגען צו די ברויט איז פון היינט צו די מילעך איז פריש צו ער קען אפשר מאכען העכער די אויפשרייבען לימיט,
אבער ווען איך זע אים אויפען גאס ווער איך פארוואנדעלט אין א רואה ואינו נראה!
פון די אנדערע זייט האב איך געשעפטסלייט וואס גריסען מיך אזוי שיין מיט א שמייכעל!
איך מיין נישט דווקא געשעפטסלייט נאר אזעלכע מיני מעשות
מען קען געבען אזויפיל משלים אז מען וועט נישט פארטיגען אבער איך האף אז יעדער פארשטייט וואס איך מיין און איך בין זיכער אז יעדער איינער האט אזעלכע מעשות נאר אויף אנדערע אויפנים,
מען גריסט נישט סתם מענטשען נאר אויב מען איז זייער נאנט?
וואס האלטען די חברי השטיבעל?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 3:32 pm
דורך שרייבער
ווענדט זיך וועלכע סארט מענטש דו ביסט, ס'איז דא מענטשן וואס זענען בטבע פרענדלי און גריסן יעדעם אפילו האסט אים נישט אנגעטרייט א סוט אדער געגעבן פרישע מילך, און ס'איז דא מענטשן וואס אפילו די שכנים גריסן זיי נישט מחשש לא תחנם, און ווידער איז דא מענטשן אינביטווין, רעד איך מיט אים פינף ווערטער קומט אים א גריס, אז נישט איז נישט
סאו יתכן דער מענטש איז פון די ערשטע סארט וואס גריסן יעדן, ער בלאזט שוין אויף דיר א האלב יאר פארוואס דו גריסט אים נישט, און פלוצים איין טאג הייבסט אים אן צו גריסן קוקט ער דיך אזוי אן, מה יום מיומים? ער האט שוין לאנג פארגעסן ער האט דיך נעכטן אנגעטרייט א סוט, ווייל ער האט געהאט נאך 20 אזעלכע קאסטומערס, לעומת זה דו האסט נאר אנגעטרייט ביי איינעם, ממילא ווייסט ער נישט וואס דו ווילסט פון אים
איך האף אז מארגן צופרי וועסטו מיר שוין גריסן
בתקוה להבנה................
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 3:44 pm
דורך פרישער
דער בעל הבית פינעם געשעפט אדער אן אגענט וואס פארדינט אויף יעדען סעיל וועט דיך גריסן אפילו דו האסט שוין פארגעסן ווער ער איז, ווייל ער וויל דו זאלסט אים געדעינקען לטובה,
יא דער קעשיער אדער דער פון דזשי ענד דזשי ער געט נישט פאר דיר קיין הכנה, אלזא גריס אים אפילו נישט, נאר אויב ער איז א פיינער און וועט דיר צייגען א סבר פנים יפות.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 3:54 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:51 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 5:58 pm
דורך קאמענטירער
איך וואלט יעדעם געגריסט אבער איך האלט נישט ביים זיין א לוזער און בלייבען מיטן צינג אינדערויסען מילא גריס איך נאר פאר וועם איך שטעל מיך פאר אז ער וועט מיך צוריק גריסען
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:49 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס אין בארא פארק למשל גריסט זיך יעדער איינער גוט שבת?
אבער למשל אין ווילי נישט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:59 pm
דורך שושן פורים
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס אין בארא פארק למשל גריסט זיך יעדער איינער גוט שבת?
אבער למשל אין ווילי נישט?
און אין בארא פארק יא?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:27 pm
דורך פרישער
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס אין בארא פארק למשל גריסט זיך יעדער איינער גוט שבת?
אבער למשל אין ווילי נישט?
און מאנסי געדעינק איך בין איך געוועין אויף שבת יעדער האט מיך שיין געגריסט, און וויליאמסבורג, אויב גריס איך עימצן, ווערט ער בלאס ווי דו וואנט און נעמט גלייך א טוען.
מיר זענען עס זאל'ן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:40 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 5:26 pm
דורך ברסלבער
איך פיר זיך גראדע צו גריסן אויך אין ווילי, אויב יענער זאל צוריק גריסן איז שוין זיין אפשען, איך מיש זיך נישט אין דעם, איך טוה מיינס.
געווענליך פרוביר איך אבער צו גריסן אויפן גאס נאר די מענטשן וואס קומען מיר אנטקעגן, ווייל אזוי האב איך מער אויסזוכטן נישט צו ווערן באפאלן פון יענעם היתכן איך האב אים געגריסט. משא"כ די מענטשן וואס גייען די זעלבע דירעקציע ווי מיר איז שוין אביסל שווערער, עס איז מער איינגעשטעלט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:56 am
דורך נתן_עוזר23
זייט איך בין געווען אין מאנסי אויף א שטיק צייט, גריס איך יעדעם איינעם גוט שבת.
דערמאנט מיך א מעשה.. א חבר מיינס האט אלס בחור געלערענט אין לאנדאן ווי דער עולם גריסט זיך מער, הכלל ער קומט אהיים בין הזמנים האט ער אנגעהויבן גריסן רעכטס און לינקס. איין שבת גריסט ער אן עלטערן בעה"ב מיט א ברייטן 'גוט שבת' און ער זעהט ווי דער איד דרייט זיך צוריק מיט אלע זיינע קינדער און קוקט אויף עם ווי ער קומט יעצט פון מארס, לויפט ער צו צו עם "אנטשולדיגט .. זייט מיר מוחל אבער איך האבט געמיינט איר זענט א איד..." ודפח"ח.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:27 am
דורך דעת תורה
שבת איז דער עולם, ווי נישט ווי, מער ליניענט מען גריסט מער און מען נעמט שנעלער אויף א גריס פון א צווייטן. עס איז א אפמאך אזא, איך טרעף דיר אינמיטן די וואך, פרובירן זאל איינער פון אונז צו גריסן, שבת אבער, מסתמא אז מען האט די נשמה יתירה האט מען מער קאנפידענס, גריסט זיך גרינגער. איך האלט עס האט מיט קאנפידענץ היבש, איר וועט זעהן אז איינער וואס וואקט מיט קינדער אדער חברים וועט גרינגער גריסן דעם יחיד וואס קומט אים אקעגן, בעת איר וועט שווערער גריסן - אפילו איינעם וואס איז אויף אייער גוט שבת ליסטע - אויב יענער וואקט צוזאמען מיט אנדערע, און די אנדערע זענען נישט, ווי מ׳זאגט, ״אייערס א מענטש״.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:04 pm
דורך דולה ומשקה
איך וויי נישט וועגן גריסען, אבער 'מזל טוב' דארף מען זיכער געבן קרוב צו הונדרעט מאהל
ביים קומען צום לחיים, בשעת דער לחיים, ווען מ'גייט אוועק פון דער לחיים
חזר דאס איבער אויך ביים תנאים
ווען מ'קומט לייגן די שטיימעל
ביים אויפרוף, נאך דער עלי', שפעטער ביים קידוש, ביים אוועקגיין פון דער קידוש, שפעטער ביים סעודה
ביים חתונה, פאר די חופה, נאך די חופה, ביים מצוה טאנץ, ביים אהיים גיין
ביי די שבע ברכות
דאס איז נאר באופן כללי
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:25 pm
דורך ברסלבער
אז מען קען אזוי גרינג פרייליך מאכן א איד, בלויז מיטן זאגן מזל טוב, פארוואס זאל מען דאס נישט טוהן גערן מערערע מאל?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:36 pm
דורך גאנצל
ס'זעהט מיר אויס אז ביי גוים איז מער איינגעפירט דאס גריסן פאר יעדן מענטש מסתמא אלס עטיקייט
איז עס טאקע אזוי אדער נישט?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבער האט געשריבן:אז מען קען אזוי גרינג פרייליך מאכן א איד, בלויז מיטן זאגן מזל טוב, פארוואס זאל מען דאס נישט טוהן גערן מערערע מאל?
מאכט מען דען זיי פרייליך? נישט יעדער דארף 100 מזל טוב'ס פון 100 מענטשן.
ווען יעדער זאל נאר אריינשטופן א פינפער מיט יעדן מזל טוב וואלטן ביידע זייטן געהאט מער מנוחה און דער בעל שמחה וואלט מער פארדינט....
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
אז מ'רעדט שוין פון גריסן און פון גויים, כדאי אדורך צולערנען א פרק אין
הלכות ומנהגים פון גריסן והמסתעף אין אמעריקא. ס'איז זייער וויכטיג און נוצבאר פאר די אלגעמיינע חסיד וואס אויפגעצויגן אין אן אינזעל בתוך אינזעל מיט אירע אייגענארטיגע קולטור.
עלת לקרתא הלך בנימוסה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:21 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי: איך האב א שטיקל לימוד זכות (יש אומרים א לימיט פון זכות..) אויף דעם יונגערמאן דעם מעסטער ביי די קליידער געשפטן און דעם גראסערי קעשיער, ווען דו באגעיגנגסט זיי אויפ'ן גאס און זיי גריסן דיר נישט צוריק. די אטמאספער ביי די ארבעט איז אזוי אנגעשטרענגט און א סאך קאסטומערס פארדרייען א קאפ. נאר אויפ'ן דזשאב מוז דער אנגעשטעלטער ווייזן א פנים שוחקות. אבער איינמאל ער גייט ארויס אויף די גאס וויל ער אינגאנצן פארגעסן פון זיין דזשאב און אלע מענטשן וועלכע זענען פארבונדן דערמיט. און ווען א קאסטומער גריסט איהם דערמאנט דאס איהם פונ'ם דזשאב און שלעפט איהם בעל כורחו צוריק אהין. כנלענ"ד.