בלאט 1 פון 21

ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:29 pm
דורך in-Kolel
אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:11 pm
דורך פריינדליך
קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:17 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
פריינדליך האט געשריבן:קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.


אבער נישט פאלגן א פסק פון א גדול איז דאך נישט ביהרוג ואל יעבור :roll: - קידינג.

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:19 pm
דורך in-Kolel
K9 just gave out a filter for android

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 4:34 pm
דורך געפילטע פיש
פריינדליך האט געשריבן:קען ענדרויד האבן א פילטער? אויב יא, איז אינטערסאנט אז די שמיעס זאל גיין ווייטער,
אויב נישט טאר מען דאך עס נישט קויפן הרה"ג ר חיים קנוויסקי שליט"א און אנדערע גדולים זאגען, אז עס איז ביהרוג ואל יעבור, סאו פארוואס זאל מען רעדן פון א זאך וואס איז ווייניגער כשר ווי א מעקדאלאנדס סענדוויטש? א טריפה סענדוויטש איז נישט ביהרוג ואל יעבור, און דאס יא.

הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר, מ'סתם ביסטו שוין געהארגעט געווארן על קידוש השם אויפן וועג צום קאווע שטיבל...

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:17 pm
דורך in-Kolel
סאו לויט ווי איך פארשטיי ווילט איר איך זאל ניצן דאס וואס ר' חיים האט?

ערנסט גערעדט וואס קויף איך פאר מיין רעביצין

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:31 pm
דורך פריינדליך
געפילטע פיש האט געשריבן:הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר,


האסט א גיטע פוינט, אויך איז שוין דא דרגא'ס און אידשקייט, מיט א פילטער בין איך זיך מקיל,

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:14 pm
דורך געפילטע פיש
פריינדליך האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:הרב קניווסקי'ס פסק איז נישט מחלק בין מפולטר לאינו מפולטר,


האסט א גיטע פוינט, אויך איז שוין דא דרגא'ס און אידשקייט, מיט א פילטער בין איך זיך מקיל,

טאמער קען מען זיך וועלן דרגות אין אידישקייט קען דאך אין-כולל אויסוועלן נאר צו קויפן א ענדרויד פאון וואס האט די אפשען אז אויב זעט מען אן אומריינע בילד קען מען דריקן א קנעפל וואס לעשט גלייך אויס די סקרין.

פ.ס. טאקע שווער צו גלייבען אבער מ'קען שוין היינט קויפן אזאלכע פאונס...

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:41 pm
דורך א איד
in-Kolel האט געשריבן:סאו לויט ווי איך פארשטיי ווילט איר איך זאל ניצן דאס וואס ר' חיים האט?

ערנסט גערעדט וואס קויף איך פאר מיין רעביצין


פאר דיין רעבעצן זאלסטו קויפן א פשוטע LG פאון
פארוואס דארף זי עפעס מער

דרשענען און טעקסטען
וואס זוכט זי אויפן אונטערנעט
מילא די מענער האבן תאוות

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:50 pm
דורך דבילה
in-Kolel האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??


שטעלט זיך די פראגע וואס פרעגסטו... ענדרויד קעגן ios? סעמסאנג קעגן htc אדער דרויד? ענדרויד 4 קעגן 2.3? 2.1 קעגן webos?

די ערשטע פראבלעם מיט אנדרויד איז קלאר צו מאכן פון וועלכן די רעדסט. במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו. קיינער זוכט דיר נישט צו קאנטראלירן אין די גוגל וועלט, און דעם חלק וועלט האט סטיוו דזשאבס נישט כובש געווען. מילא איז די אויסוואל גאר גרויס. מאך קלאר פון וואס דו רעדסט דערנאך 'עמער רעדן.

בדא"ג ס'איז יעצט ארויסגעקומען א געוואלדיגע ליצנות קליפ פון סעמסאנג אויף עפל. ממש א מחי' צו זען. קוקטס און האט הנאה. http://youtu.be/t8RgFITKTRk

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 12:41 am
דורך in-Kolel
אההההה איך געב אויף ! איך האב נישט קיין אנונג פין וואס די רעדסט געהאט ביז יעצט א פשוטע אייפאון פין ר' סטיוון אין דא ווער איך איגאנצן צימישט די מעשה איז איך דארף טוישן קעריער מילא דארף איך א נייע פאון אין דעם היינטיגן וועלט דארף דאס דאך זיין קיל סאו חשבתי ליקח ענדרויד למעשה בין איך אזוי קאנפיוסד אז איך האלט שוין ביים צירוקגיין צי וואס מיין זיידע ע"ה האט געהאט

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 12:48 am
דורך געפילטע פיש
Ten Reasons You Should Buy an iPhone
1) Because they have rounded edges, so you won't poke yourself.
2) Because the other kids in your high school class have one already.
3) Because you enjoy donating to CISPA every time you pay your bill.
4) Because Steve Jobs said to buy one and he knew everything.
5) Because you love to spend money on a minor upgrade each year.
6) Because you like to laugh at Siri trying to understand your accent.
7) Because you love Instagram and want the authentic experience.
8) Because the 3.5" screen fits your dainty little fingers so well.
9) Because you want to do your part to bring back slave labor.
10) Because you just don't know any better.

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 12:59 am
דורך משה רוקח
דבילה האט געשריבן:
in-Kolel האט געשריבן:אזוי ווי עס איז נאך נישט דא א טעכנילאגיע ווינקל שטעל איך עס אריין אין קאווע שטיבל , דרך אגב קען איך נישט פארשטיין פארוואס מען זעהט אידן אין קאווע שטיבלעך שמועס'נדיג מיט מענטשן און זיי האלטן די קאווע אין איין הענט און אין די אנדערע הענט.... האלטען זיי א סעלפאון! פארוואס?? שמועס'טעך יעצט מיט איינעם! די טוויטער מעססעדזש אז די שטערן איז שוין ארויסגעקומען קען ווארטן אפאר מינוט!

יעצט צום ענין וועלעכע ענדרויד איז די בעסטע ??


שטעלט זיך די פראגע וואס פרעגסטו... ענדרויד קעגן ios? סעמסאנג קעגן htc אדער דרויד? ענדרויד 4 קעגן 2.3? 2.1 קעגן webos?

די ערשטע פראבלעם מיט אנדרויד איז קלאר צו מאכן פון וועלכן די רעדסט. במקום גדולתו שם אתה מוצא ענותנותו. קיינער זוכט דיר נישט צו קאנטראלירן אין די גוגל וועלט, און דעם חלק וועלט האט סטיוו דזשאבס נישט כובש געווען. מילא איז די אויסוואל גאר גרויס. מאך קלאר פון וואס דו רעדסט דערנאך 'עמער רעדן.

בדא"ג ס'איז יעצט ארויסגעקומען א געוואלדיגע ליצנות קליפ פון סעמסאנג אויף עפל. ממש א מחי' צו זען. קוקטס און האט הנאה. http://youtu.be/t8RgFITKTRk


מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:04 am
דורך געפילטע פיש
משה רוקח האט געשריבן:מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

לדוגמה, טאמער ווילסטו טוישן דיין אן סקרין קיבאורד אדער דיין טעקסטינג אדער קאנטאקטס עפפ, קענסטו עס טוהן?

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:05 am
דורך ברוין
איך וואלט געזאגט זאלסט אויסווארטן די גרויסע אסיפה און דערנאך באשלוסן צו דו ווילסט א גרויסע שווארצע מאטאראלע מיט די גראבע בעטערי אויפן דעקל. אדער א נעקסטעל פרי פרי..

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:06 am
דורך משה רוקח
ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:08 am
דורך משה רוקח
געפילטע פיש האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:מיט וואס פונקטליך קען מען קאנטראלירן א ענדרויד מער ווי אן אייפאון?
איך האב אן ענדרויד און אן אייטאטש, איך זעה נישט וואס די ענדרויד איז בעסער.

לדוגמה, טאמער ווילסטו טוישן דיין אן סקרין קיבאורד אדער דיין טעקסטינג אדער קאנטאקטס עפפ, קענסטו עס טוהן?

גערעכט. איך האב נישט געכאפט דאס. איך נוץ טאקע נישט די געהעריגע טעקסטינג עפפ און קיעבאורד.

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:12 am
דורך מומחה
מיין מיינונג אין דעם ענין איז, אז ווער עס קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע זאל קויפן אן ענדרויד, און ווער נישט זאל נעמען אן אייפאון.

די פראגע: How do you ping a remote IP address? Answer it without Google

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:14 am
דורך מומחה
משה רוקח האט געשריבן:ס'איז צרות ווי א בארג.
ווען איך ליין דא פון מיין ענדרויד און ס'איז דא נקודות אויף איין ווארט, קומט די גאנצע שורה אויס פארקערט. איז דא עפעס אן עצה פאר דעם?

עצה: שרייבן אן נקודות, נישטא עפעס אנדערש

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:17 am
דורך משה רוקח
אבער אנדערע שרייבן דאך יא מיט נקודות.

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:20 am
דורך געפילטע פיש
מומחה האט געשריבן:מיין מיינונג אין דעם ענין איז, אז ווער עס קען ענטפערן אויף די פאלגענדע פראגע זאל קויפן אן ענדרויד, און ווער נישט זאל נעמען אן אייפאון.

די פראגע: How do you ping a remote IP address? Answer it without Google

מה ענין שמיטה? טאמער קען איך נאר פינגען מיין אייגענע איי פי (localhost) מעג איך אויך האבן א ענדרויד? איך קען א קנאפע פאר יודן וואס קענען נישט די זאכן און באלעקען זיך מיט זייער אייז קרעים סענדוויטשעס.

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:33 am
דורך מומחה
דאס איז ווען איינער פרעגט, אבער אז ער האט עס שוין איז נישט קיין חילוק

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 2:08 am
דורך ביי דיר אויף שמחות
איינער וואס ווייסט פון א פילטער אויף א ענדרויד זאל ביטע שרייבן כ׳וואלט געקענט באשטיין צי לייגן א פילטער. איכא דרכא אחרינא.....