בלאט 1 פון 28
הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:29 pm
דורך שושן פורים
יעצט קומט אן די נייעס אז הרב שלמה העלבראנץ דער ראש פון די אזויגערופענע קולט "לב טהור" איז געווארן געצוואונגען צו אנטלויפן פון זיין שטעטל אין קאנאדע, נאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:47 pm
דורך שעפטל
קיין?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:48 pm
דורך zurich
ו
אויף וואס איז געוועין די מסירה?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:48 pm
דורך הדד בן בדד
שעפטל האט געשריבן:קיין?
איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:55 pm
דורך בן תמליון
עס איז צום האפן די נייעס איז אמת.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
הדד בן בדד האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:קיין?
איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...
זיי קענען אהינטראגן אליאור חן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:06 pm
דורך שושן פורים
קופערניקוס האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:קיין?
איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...
זיי קענען אהינטראגן אליאור חן.
ווער ריז דעס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:12 pm
דורך פרישער
ווער געדעינקט נאך פרשת ישי פימא
אולי מאכן א תגיבה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:20 pm
דורך outspoken
פרישער האט געשריבן:ווער געדעינקט נאך פרשת ישי פימא
אולי מאכן א תגיבה
אני הקטן בין געווען ביי די משפט , ער האט געהט א TOP לויער, פארגעסען ווי אזוי ער האט געהייסען (מיט א רויט בערדעל) אינטערסאנט אז א ביים משפט איז נאך ישי פימא געווען באהאלטען.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
שלמה העל, לערנט ענדליך פרשת לך לך. זאל ער גיין אל הארץ אשר אראך - אין די ערד אריין.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:24 pm
דורך חבקוק הנביא
איינער ווייסט מער דיטעילס ?
ווי איז ער אנטלאפען ?
גייט יענע גאנצע דערפעל מיטלויפען ?
וואס איז געווען די מסירה ?
קיין אמעריקע, אין מדינת ישראל קען ער שוין נישט לויפען, סאו ווי יא, בראזיל, ארגענטינא, צי מאראקא ווי איינער האט שוין געשריבען,
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:27 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם ,וויזוי האסטו אויפגעוויזן פאר שמעקי אז דו רעפרעזענטירסט חבקוק הנביא?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:38 pm
דורך מנשה לוסטיג
הרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:40 pm
דורך איך אויך
מנאשקע, באקומסט א עקסטערע סיפוק פון זיין איבעראל פונקט קאפויער?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:51 pm
דורך חבקוק הנביא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:הרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]
זעהט אויס די קענסטעם נישט, ממילא וואלט איך דיר געראטען האלט דיר ארויס פין דעם אשכול,
אז די נעמסט דיר אן פאר דיין אפגאט, נו מיילא, אבער זייט ווען ביסטע געווארען די סניגור פאר אלע געטשקעלעך ?
האסט דען א השגה וויפעל בלוט אין טרערן דער האט געקאסט פאר כלל ישראל, אין די געבסט דאס אזא וויש אוועק "ווייל די ביסט דארט געווען סוכות" ...... , סיג לחכמה שתיקה,
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:10 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך זיך נישט צו זיין פארקערט אבער אז כ'ווייס פאקטן, האב איך נישט קיין פראבלעם זיי אויסצולייגן.
די סיבה פארוואס איך בין דארט געווען סוכות האט שייכות מיט דעם גאנצן טאראראם, איך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.
וויפיל עגמת נפש ער האט געקאסט, דאך הייסט ער נישט קיין עבריין על פי התורה - האב איך געהערט מפי א עסקן וואס האט מיך מיטגענומען דארט.
און יענער האט מיר געזאגט די ווערטער וואס כ'האב געשריבן, אז איינפאך וואלט ער זיך שוין געפונען אין תפיסה אין ישראל, עפעס [רוף עס כיטרישקייט, רוף עס סייעתא דשמיא] האט ער וואס געבט עהם קראפט אנצוהאלטן, כאטש נישט זיין ווייב און נישט זיין משפחה און א טייל זיינע מעריצים זענען שוין אנטלאפן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:27 pm
דורך חבקוק הנביא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך זיך נישט צו זיין פארקערט אבער אז כ'ווייס פאקטן,
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.
וואסערע פאקטען ווייסטו ?
"אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים וואס זענען אויף זיין זייט"
וועלכע ?
סקווירא רבי ?
יא כ'ווייס אז סקווירא רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט לטובתו,
אבער נישט די אין נישט סקווירא רבי ווייסען "פאקטען" וואס דארט גייט פאר,
אין בכלל איז סקווירא רבי נישט קיין ראיה, ווייל איין דיקטאטור דעקט דעם צווייטען, (סארי פארען אזוי רעדען אויף דיין רבי'ן, אבער מסתם זיכסטע א אפענעם דיסקאשען), אין סקווירא רבי איז גילטי מיט אסאך ענדליכע עבירות ווי העלבראנץ ביידע ניצען יענעם'ס בלוט זיך צי שפייזען,
עכ"פ ס'נישטא קיין איין נארמאלער רב וואס שטיצט אים, טאמער די ווייסט יא, נו שרייב עס ארויס,
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וויפיל עגמת נפש ער האט געקאסט, דאך הייסט ער נישט קיין עבריין על פי התורה - האב איך געהערט מפי א עסקן וואס האט מיך מיטגענומען דארט.
כ'פארשטיי נישט פינקליך דיין "עבריין סטראטעגיע", ס'הייסט אזוי, טאמער די קענסט אויף עפעס א וועג אראפ נעמען דעם טיטול "עבריין" דאן מעג מען שון פארגיסען יענעם'ס בלוט, וואס עבריין'סטע אין קאפ אריין,
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
גע'פועלט אלעס גוטס..
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:19 am
דורך berlbalaguleh
שעפטל האט געשריבן:קיין?
קאשוי....

סירקולעיט יעצט אויף וואטסעפפ
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:41 am
דורך יאסל ראקאווער
העלבראנץ
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:43 am
דורך יאסל ראקאווער
2
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:58 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז דען דער פראבלעם... אז יענער שרייבט אונטער מתוך שמחה וטוב לבב, זאל אים וואויל באקומען...
וויצן אין א זייט. א שוידער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:12 am
דורך שמעקעדיג
שושן פורים האט געשריבן:נאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.
וואו האט מען אריינגעגעבן די מסירה? קאנאדא?
נעבעך אויף די מוסרים. זיי זענען פארשאלטן מיט כל מיני קללות ושמתות, אפילו התרת נדרים וועט זיי שוין נישט העלפן. אוי להם ואוי לנפשם.