בלאט 1 פון 1

איך האב א תאוה שטארק און פראסט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:11 am
דורך רויטע וואנצעס
איך האב א תאוה שטארק און פראסט,
עס ברענט געגועים א הייסע לאסט,
איז עס נשמה אדער חומר,
וואס א חילוק אם תמצא לומר,
מיין הארץ טרייבט בלוט מיט היץ,
איז עס הייליג אדער שמוץ,
מ'קען ביים שכל נישט פרעגן,
פארטעמט זענען אלע וועגן,
די ציעדיגע אהבה,
ווי הייסע זודיגע לאווע,
איך בין קראנק פאר קריבה,
נפשי חשקה בנקיבה,
ווי מאגנעטען ציען מיט כח,
צאפלט די הארץ און מח.

מבשרי אחזה אלוקי,
די תאות זענען כדי,
וואס עבותות אהבה באדייט,
די אינירליכע קייט,
אהבת דודי איז די ציל,
בין הבנות איז די משל, ס'נאר א שפיל,
א לאסט א האלז א קיש ממש קלעבן,
ווייל טאטע די געבסט אונז לעבן,
כי הוא חיינו ואהבתך אל תסיר,
מיט שטריק פון אהבה, נפשינו אסור,
איך האב דיר ליב מיט טרערן פון אהבה,
די ביסט היינט מיין נייע אנדעקטע תאוה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 3:22 am
דורך יואב
געוואלדיג!
אגב, איך וואלט דיר געלייקט אפילו אן צופאסן א נמשל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:34 am
דורך דעת תורה
דאס, ממש דאס, זאגט דאך אונז דער הייליגער ר"ר אלימלך צו טון.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:06 am
דורך רויטע וואנצעס
יואב האט געשריבן: אפילו אן צופאסן א נמשל.


[tag]יואב[/tag] לאל. עוד חזון אין מאחורי מער צונעמען די משל, איך קען נישט ווארטן צו זעהן ווי דיין אוועטארס צינג הענגט ארויס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:20 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]רויטע וואנצעס[/tag], אין איין ווארט:
[center]הערליך![/center]

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:38 pm
דורך ראוונע
זייער שיין הרב וואנצעס שרייב נאך