בלאט 1 פון 1

MoMA

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:22 am
דורך גנדי
איך האב באקומען א בריוועל פון די מוזעיאן פון מאדערן קונסט (MoMA) זיי בעטן מיר צו ווערן א יערליכע מעמבער.

לוינט זיך צו ווערן א מעמבער?

אין בכלל, ווי אזוי ווייסן זיי צו שיקן פונקט צו מיר? האט דאס יעדער באקומען, אדער נאר מיר?

ווי אזוי ווייסן זיי אז איך פון אלע חסידים האב ליב מאדערן ארט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:33 am
דורך פרישער
גוגל האט זיי געזאגט איבער דיר, אז דו סערטשסט פיל איבער דו נושא.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:44 am
דורך גנדי
אלץ אן אידישע הלכה'דיגע שטאנדפונקט: מעג מען גיין צו א מוזיאום (ווי אזוי שרייבט מען דאס אין אידיש?) פון ארט? ווען מען קען זיך באקעגענען מיט מאלערייען פון נישט צניעות'דיגע פרויען?

אדער דארף מען נישט חושש זיין, ווייל מען איז אזוי נתפעל פון די קונסט פון די מעלער, אז מען טראכט נאר פון די מעלער און די קונסט, און מען דארף נישט חושש זיין פאר הרהורים רעים?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:53 am
דורך דעת תורה
קוק אויף די שער בלעטער פון די אלטע ספרים, ותפשוט ספיקותיך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:13 am
דורך מאטי
קען זיין דא פאסט זיך צו זאגן "ובזמננו נגדלו הבעים ..