בלאט 1 פון 1

די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:07 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'איז געווארן א מציאות, פון היימישע בדחנים אויפן אונטערנעט, זינט דאס עפענונג פון פייסבוק און יוטוב.
איך בין אויסן, דא פארצולייגן די ביאגראפיע פון זיי, למיניהם בשמותם, און זייערע אייגנארטיגע טאלאנטן און ספעציאליטעט.

יעך אליין, מנשה לוסטיג, בין אינעם קאטעגאריע, אבער ווער איך בין ווייס איך דאך, און כדי איר זאלט וויסן, דארפט איר נאר קלאפן אינעם 'יידישע וויקיפעדיע' און שם תמצא נחת.

אבער אנדערע זענען דערווייל פארהוילן זייער שורש און עקסזיסטענץ, דערפאר לאמיר אנהייבן מיטן עבודת הגילוי, צו אנטפלעקן אונזערע 'היימישע מידיא העלדן'.

ליבי פאלאק
ווער ביסטו?
[דער עולם וואס ווייסט מוסיף צוזיין אין דעם קאטעגאריע, ווערט געבעטן מיט'טיילן די ידיעות, להנות בהם בני אדם

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:15 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס זאלסטו נישט אנפאנגען מיט א היימישע זאך, נישט אזא קאנטרעווערשעל וכו

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:19 pm
דורך יואליש
א באשרייבונג איבער די מיס פאלאק

http://hasidicnews.com/hn/?p=428

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:27 pm
דורך מנשה לוסטיג
ראשעקאל, יור אר וועלקאם, צו שרייבן וועמען איר ווילט. [כ'מיין גראדע אז זי איז אקטיוו אינעם גרינדונג פונעם 'קאווע שטיבל']

יואליש, אויב מעגליך בקיצור [אדער באריכות..] די ביאגראפיע אויף יידיש להנאת הקוראים

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 6:53 pm
דורך מנשה לוסטיג
לאמיר נעמען נאך א נאמען

קטלא קניא
ווער ביסטו?

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:58 pm
דורך קרעמער1
קענסט צולייגן גרויזי פון איי-וועלט.....

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:02 pm
דורך אברעמעל
וואס איז די ציל פון די אשכול?
מ'פלאנט דא איינעם צו ברענגען פאר א אינטערוויא?

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
וואס איז מיט 'לאה פארסטער' ווער ווייסט

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:33 pm
דורך קרעמער1
ווער איז דאס בכלל?

Re: די היימישע אינטערטעינער'ס אויפן אונטערנעט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 11:32 am
דורך יואליש
קרעמער1 האט געשריבן:ווער איז דאס בכלל?


ווי ווייט איך ווייס איז לאה פארסטער נישט קיין "אינטערנעט" אינטערטעינער, הגם ס'איז דא קליפס פון איר אויף יוא טוב. זי איז אן ארטאדאקסישע פרוי א קאמעדיען וועלכע טרעט אויף ביי פארטיס און עווענטס. למשל, קומענדיגע וואך גייט זי פערפארמען ביי א פרויען געטעוועי אין א ניו גורזי האטעל. פאר היימישע פרויען וועלכע קענען נאר קאמעדי פון מצוה טאנץ בדחנות איז זי זייער ריפרעשינג. פון מער ברייטערע פרויען האב איך געהערט זאגן אז זי איז א עמעטשור. אבער איר עקט איז זייער רעסטריקטיוו אין נאטור. זי קען נאר רעדן פון א טייל פרויען טעמעס, ווי דייעט, שאפינג, חתונה מאכן, שוויגער-שניר, באטיס און צאמיס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:28 am
דורך מנשה לוסטיג
פונקט האב איך געפונען רעדן אין די אחרונים, וועגן 'האליוואוד' אז עס איז געעפענט געווארן דורך יודען, און גאר אן זיי וואלט מעגליך נישט עקזיסטירט אין אמעריקא אזא צענטער ווי האליוואוד.
http://www.youtube.com/watch?v=Q2YZws9x ... 899E448681

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:07 am
דורך שעפטל
פערצופאל פון לאה פארסטער איז דייקא ממש נישטא קיין קליפס אנליין, זי איז א גאר גוטע לייוו אינטערטעינער, אנדערשט ווי אלע דא אויסגערעכענט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 1:42 am
דורך גנדי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פונקט האב איך געפונען רעדן אין די אחרונים, וועגן 'האליוואוד' אז עס איז געעפענט געווארן דורך יודען, און גאר אן זיי וואלט מעגליך נישט עקזיסטירט אין אמעריקא אזא צענטער ווי האליוואוד.
http://www.youtube.com/watch?v=Q2YZws9x ... 899E448681


אמת אסאך אין האליוואד אמאל און היינט זענען אידן.

אבער דוכט זיך מיר די דאקומענטערי איז נישט קיין ריכטיגע היסטאריע און אביסעל אויך אנטי-סימיטיש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:59 am
דורך טעפל
מנשה'לע פארגינסט נישט דיין שוואגער זז"ג?
ליפא שמעלצער
פֿון װיקיפּעדיע


ליפא שמעלצער
ליפא שמעלצער (געב' ח' אדר ב' ה'תשל"ח) איז פון די גרויסע מפורסמים אין דער ארטאדאקסישער יודישער געמיינדע. ער איז א זינגער, אקטיאר, מאדעל, בדחן. ער איז שטארק פאפולער ביים חרדישן אידנטום בעיקר צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן.
מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגן וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פילע מוזיק קריטיקער.

אינהאַלט [באַהאַלטן]
1 ביאגראפיע
2 מאָדעלינג
3 מיטן מאקעווער רבין
4 זיין שייכות צו סקווער
5 אלבאמען
6 נאטיצן
7 וועבלינקען
ביאגראפיע[באַאַרבעטן]

ליפא איז געבוירן ח' אדר שני ה'תשל"ח אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגעוואקסן. זייענדיג צעהן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס, וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט, 'שופר של משיח' און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע.
אום ה' אלול ה'תשנ"ח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן א איידעם, און דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו, דאן האט ער זיך געצויגן קיין ערמאנט, וואו ער איז געווארן דער מנהיג פון זיין באשיידענער קהילה, און ביהמ"ד דקהל ערמאנט.
ליפא איז שוין אקטיוו דרייצן יאר, מיט זינגען און בדחנות, מיטן ארויסגעבן קאסעטן און שפילען אויף דער טריבונע.
מאָדעלינג[באַאַרבעטן]

ליפא שמעלצער איז היינט צוטאגס פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוהט, נישט דווקא מיטן זינגען, נאר מיט יעדער זאך. אינעם פארגאנגענהייט, האט זיך שמעלצער שוין ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.
שמעלצער אליין שטעלט זיך ארויס מיט מאדנע מנהגים, ווען יעדע צייט טוישט ער ברילן אויף אינטערעסאנטערע, און אויף זיין קאר, זיין העמד, זיין קאפל זיינע קאלירטע בעקיטשעס, אויף די קנעפלעך, אויף אלץ שרייעט ארויס 'ליפא', וואס דאס געבט ער צושפייז זיינע יונגע מעריצים, וואס ווערן ממש צעדרייעט פאר יעדער תנועה וואס ער געבט. באזונדער ווען ער ערשיינט אויף דער טריבונע גייט דער צושויער ארויס פון גלייכגעוויכט, ווי ביי די וועלטס גרויס באוואוסטע פערפארמערס.
שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק. ווי ארויסקומען מיט איסורים אויף זיינע אלבאמען. טראץ דעם וואקסט זיין פאפולעריטעט טעגליך.

מיטן מאקעווער רבין[באַאַרבעטן]

ליפא האט אין זיינע בחורישע יארן געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי'ן אין קרית אתא, ישראל, וואו ער איז געווארן א הויז בחור, און די רעכטע האנט פונעם רב, און דער מאקאווער רבי איז געווען דער וואס האט געוואונטשן פאר ליפא הצלחה אינעם לעבן, זייט דעמאלטס האט ער וואונדערליך אנגעהויבן מיט בדחנות, צו זיינע מוזיקאלישע געבוירענע טאלאנט. נאך היינט איז מאקעווער רבי דאס הייליגסטע אין ליפא'ס לעבן.
זיין שייכות צו סקווער[באַאַרבעטן]

שמעלצער איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין ניו סקווער. היינט וואוינט ער אין ערמאנט
ער איז אויך באקאנט אלס א אויסערגעווענליכער גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט אים נישט צוסאך איבער, ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטן, אין אזוי ווייטער.. צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשען.
אלבאמען[באַאַרבעטן]

נאר בשמחה
שמע
לטובה
למרנן (ניגוני סקווירא)
ליפא בדרך
לעילא ולעילא
פראיעקט x
בלי עין הרע (קעניינעהארע)
לקרוא את ההלל
א פשוטער יוד
נאנ-סטאפ
מעומקא דליפא
6\24
אמונה (Leap of faith)
נאטיצן[באַאַרבעטן]

קטלא קניא'ס "ואיני יודע מה הוא" אויף הרב ליפא'ס אלבום[1]
↑ ר' קטלא'ס איינדרוקען. [1]

וועבלינקען[באַאַרבעטן]

אָפֿיציעלע װעבזײַטל
ווידעא פון א קאנצערט אין עפעס א קאנטרי [2]
אינטערוויו מיט ליפא
ווידעא פראומשען פאר א העסק קאנצערט. [3]
ווידעא קליפ פון פאפולערן ניגון אבי מ'לעבט [4]
ווידעא קליפ אויף ליפ'ס פאפולערן ניגון חלום חלמתי. [5]
קאַטעגאָריעס:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 4:02 pm
דורך מנשה לוסטיג
גראדע האב איך געשריבן זיין ערך אינעם יידישער וויקי