בלאט 1 פון 1
היינטיגע באלערענדע דאקומענטעריס
נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 7:20 pm
דורך בשבילי!
אזוי ווי אז ס'דא היסטארישע דאקומענטעריס וויל איך דא און יעדער איינער זאל קענען לייגן באלערענדע דאקומענטעריס פון היינטיגע זאכן. דא איז איינס זייער אינטערעסאנט וויאזוי א מענטש לעבט צווישן לייבן, ער ציעט זיי אויף און זיי זענען ווי זיינע קינדער. אויך איז דא אין דעם "יתומים היים" הייענעס וואס געוועניך לעבן זיי נישט בשלום מיט לייבן אבער דא איז אלעס ווי איין משפחה. האט הנאה
דניאל בגוב האריות
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=r0RCYUa3Kbg[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:58 pm
דורך בשבילי!
יעדער קען דאך אליינס טרעפן שיינע קליפס אויפן וועב, דאך לייג איך ארויף ווען נישט יעדער ווייסט וואס צו זוכן. אויב זעה'ך עפעס אינטערעסאנט און איבער אלעם א כשר'ע פילם לייג איך עס ארויף. איינער האט ערגעץ שוין געשריבן אויף דעם אז ס'איז געווען באשריבן אין איינע פון די יודישע מעגעזינ'ס. א מענטש וואס וואוינט אליינס אויף א 19 מיליאן אקער לאנד אין די פארפרוירענע Arctic National Wildlife אין אלאסקע, 250 מייל צפון צו פון די סיטי פעירבענקס אלאסקע. ער וואוינט דארט מיט זיין ווייב שוין 30 יאר ! ער איז אינגאנצן איזאלירט און לעבט א מיטל אלטער וועג פון לעבן, ער גייט פישן ון כאפט חיות זיך צו שפייזן. זיין איינציגסטע גריס פון די דרויסענדיגע וועלט זענען די עראפלאנען וואס ער זעט פליען אין די הימלען. ער זאגט אז ער איז געוואויר געווארן פון 911 נאך עטליכע טעג ווען ער האט געזען אז ס'פליען נישט דורך קיין פליגערס, האט ער עפעס אנגעהויבן חושד צו זיין...
קוקטס און האט הנאה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Iq0rZn8HFmQ[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:12 pm
דורך קרעקער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:37 pm
דורך אבי גערעדט
בשבילי! האט געשריבן:יעדער קען דאך אליינס טרעפן שיינע קליפס אויפן וועב, דאך לייג איך ארויף ווען נישט יעדער ווייסט וואס צו זוכן. אויב זעה'ך עפעס אינטערעסאנט און איבער אלעם א כשר'ע פילם לייג איך עס ארויף. איינער האט ערגעץ שוין געשריבן אויף דעם אז ס'איז געווען באשריבן אין איינע פון די יודישע מעגעזינ'ס. א מענטש וואס וואוינט אליינס אויף א 19 מיליאן אקער לאנד אין די פארפרוירענע Arctic National Wildlife אין אלאסקע, 250 מייל צפון צו פון די סיטי פעירבענקס אלאסקע. ער וואוינט דארט מיט זיין ווייב שוין 30 יאר ! ער איז אינגאנצן איזאלירט און לעבט א מיטל אלטער וועג פון לעבן, ער גייט פישן ון כאפט חיות זיך צו שפייזן. זיין איינציגסטע גריס פון די דרויסענדיגע וועלט זענען די עראפלאנען וואס ער זעט פליען אין די הימלען. ער זאגט אז ער איז געוואויר געווארן פון 911 נאך עטליכע טעג ווען ער האט געזען אז ס'פליען נישט דורך קיין פליגערס, האט ער עפעס אנגעהויבן חושד צו זיין...
קוקטס און האט הנאה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Iq0rZn8HFmQ[/youtube]
געווען נאכגעשריבן אין דער בליץ א חודש אדער 2 צוריק
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:07 am
דורך הדד בן בדד
בשבילי! האט געשריבן:אזוי ווי אז ס'דא היסטארישע דאקומענטעריס וויל איך דא און יעדער איינער זאל קענען לייגן באלערענדע דאקומענטעריס פון היינטיגע זאכן. דא איז איינס זייער אינטערעסאנט וויאזוי א מענטש לעבט צווישן לייבן, ער ציעט זיי אויף און זיי זענען ווי זיינע קינדער. אויך איז דא אין דעם "יתומים היים" הייענעס וואס געוועניך לעבן זיי נישט בשלום מיט לייבן אבער דא איז אלעס ווי איין משפחה. האט הנאה
דניאל בגוב האריות
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=r0RCYUa3Kbg[/youtube]
דאס איז זייער אינטערעסאנט, אבער דער פילם וואס דו ברענגסט איז דער צווייטער אין די סעריע, עס איז א סעריע פון דריי, און די איז די צווייטע, ברענג'זשע זיי מוחל אויך דעם ערשטן און דעם דריטן. עס איז עפעס נישט נארמאל אינטערעסאנט צו זעהן ווי א מענטש, מיט דעם ריכטיגן צוטריט קען ער געוואונען דעם צוטרוי פון אזעלכע דורסים ווי לייבן. עס דערמאנט עפעס א מעשה (פון חז"ל אפשר?) פון איינעם וועלכער האט זיך באפריינדעט מיט לייבן ביז ער האט אויסגעמעלקט א לייב און געברענגט איר מילך צום קעניג וועלכער איז געווען קראנק. נו, כ'געדענק שוין נישט פונקטליך, פילט אריין די מעשה.
אויך איז זייער אינטערעסאנט צו זעהן ווי ער האט אויפגעצויגן נאטורליכע פיינט צו לעבן צוזאמען, א היענע צוזאמען מיט א גרופע לייבן. הפלא ופלא. יישר כח פארן ברענגען דעם לינק.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:12 am
דורך ונבנתה העיר
אויב האט איהר הנאה געהאט פונעם אלאסקע דאקומענטערי, דאן איז א חוב קדוש צו זעהן די וידיאו Happy People: A Year In The Taiga, א דערפל טיף אין סיביר, אפגעהאקט פון ציוויליזאציע, זייער אינטערעסאנט.
http://viooz.co/movies/12579-happy-peop ... -2010.html
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 5:26 pm
דורך הדד בן בדד
ישר כח ונבנתה, איך האב מקיים געווען דעם חוב קדוש און גאר גאר שטארק הנאה געהאט. איך רעקאמענדיר שטארק דעם העפי פיעפל.