בלאט 1 פון 2
גייען די סאטמארע נייעס בלעטער רעדן פון ר' עובדיה'ס פטירה?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 2:47 am
דורך zurich
וואס זאגט עטס קינדערליך, ביז יעצט ווען דער בלאט האט דערמאנט ר' עובדיה האבן זיי עם גערופן "די ספרדישע גייסטישע פירער", איז די שאלה צו יעצט וועלן זיי האבן די חוצפה בכלל נישט צו רעדן דערפון, אינגאנצן עס צו איגנארירן, אפשר וועלן זיי עס צושרייבן ביי די קעסטל טשיקאווע נייעס.. איך ווייס וואס זיי קען בייפאלן..
די ספק איז נאר דער בלאט, די יוד וועט עס זיכער איגנארירן, נישט אזוי?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:50 am
דורך דייטל
די שאלה איז צי האט ער געהאלטן אז אידן מעגן האבן א מדינה פאר ביאת המשיח און געוואלט קיום המדינה דאן איז עס לשיטת הויואל משה ציונות [לייען : אפיקורסות] טא ברויכן זיי עס דאן נישט דעקן לשיטתם.
איך ווייס נאר נישט פונקט וואס הרב יוסף האט געהאלטן אין די ענינים, און בכלל איז א שאלה וויפיל די סאטמוירים בכלל זענען אויסגעקאכט היינט און פראקטיצירן נאך שיטת הויואל משה.. ימים ידברו.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:53 am
דורך אבי גערעדט
א גוטע שאלה, געמיר א שעה צוויי כ'וועל דיר האבן א קלארע ענטפער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:19 am
דורך outspoken
'די צייטונג' באשרייבט זייער שיין דעם אינגען מתמיד און קנאי אויף 2 בלעטער, אין די לעצטע פארעגראף שרייבט ער אז תשי''ט האט ער זיך געדרייט לינקס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:13 am
דורך א שוויצער
דער איד אינעם פאליטישער קוק ווינקעל געט אראפ דעם קלארען בילד איבער'ן נפטר הגדול
און עקסטער א קורצע באשרייבונג כנוסח ה'די צייטונג
ס'א פלא זייער גאטס זיך ארויסצושטעלן אזוי פעסט בזמן וואס די וועלט'ס פרעסע קלאגט מיט זוידיגע טרערן אויף די פארלוסט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:50 pm
דורך דולה ומשקה
רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א מטארטיקוב ווייסט צו זאגען אז דער סאטמאר רב האט איהם געוואלט אריין נעמען אין דער עדה, נאר צוליב מאיזה סיבה לא יצא מכח אל הפועל.
לכאורה וועט אויס קומען אז דאס געווען פאר תשי"ט.
וואס האט הרב עובדיה געטוהן במשך השנים תש"ח ביז תשי"ט?
וואס זאל נאר נישט זיין, פון סאטמער רב'ס בליק האט ער אויך אויפגענומען דער מנחת יצחק וואס איז געוועהן א שטארקע אגודיסט, אין דייקא איהם האט דער סאטמער רב בחור געוועהן אלץ ראב"ד נאך רבי פנחס עפשטיין'ס פטירה, ס'טאקע געוועהן פאשקעווילן מצד הקנאים אז 'שוב רבינו סר מן הדרך', דער 'שוב' איז געוועהן וויבאלד ער האט נישט גע'אסר'ט די בחירות העירית.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:21 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:14 pm
דורך סאשי פיש
'דער איד' פארגינט נישט פאר רב עובדיה יוסף דעם טיטל 'גאון', מסתמא איז ער נישט אזא ת"ח ווי די אחים הגאונים פילאפף אדער משפחת הדיינים פרידמאן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]שפתים ישק[/tag]/ זייער אינטערסאנט!!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:20 pm
דורך אבי גערעדט
דער בלאט האט א באשרייבונג פון 2 זייטן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
די בלאט שרייבט די שענסטע פון אלע דריי.
א שיינע העדליין אויף די פראנט פעיזש, און גאנץ א שיינע ארטיקעל.
זיי ריפן אים "הגאון החכם"
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:27 pm
דורך א שוויצער
ראשעקאל האט געשריבן:די בלאט שרייבט די שענסטע פון אלע דריי.
א שיינע העדליין אויף די פראנט פעיזש, און גאנץ א שיינע ארטיקעל.
זיי ריפן אים "הגאון החכם"
ס'נישט קיןן ראי' השוחד יעור דער אדמו''ר האט געקריגען א כתב יד פינעם הגאון החכם ברויך מען עפעס צוריק צאלען הכרת הטוב איז א אידישע מדה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:36 pm
דורך zurich
ווי איז געוועין זייער הכרת הטוב די אלע יארן ווען זיי האבן עם גערופן 'די ספרדישע גייסטישע פירער'?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:45 pm
דורך א שוויצער
zurich האט געשריבן:ווי איז געוועין זייער הכרת הטוב די אלע יארן ווען זיי האבן עם גערופן 'די ספרדישע גייסטישע פירער'?
די משתמשים בק' האבען ערשט איצט עס מוציא געווען לאור עולם האבען די שרייבעליך אפגעצאלט דעם תשלום
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
א שוויצער האט געשריבן:
ס'נישט קיןן ראי' השוחד יעור דער אדמו''ר האט געקריגען א כתב יד פינעם הגאון החכם ברויך מען עפעס צוריק צאלען הכרת הטוב איז א אידישע מדה
ביטע זיי מסביר פון וואסערע כתב יד מ'רעדט. א דאנק!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:16 pm
דורך א שוויצער
this
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואס איז געווען די מעשה, און פארוואס שרייבט ער עס?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:29 am
דורך הדד בן בדד
ראשעקאל האט געשריבן:די בלאט שרייבט די שענסטע פון אלע דריי.
א שיינע העדליין אויף די פראנט פעיזש, און גאנץ א שיינע ארטיקעל.
זיי ריפן אים "הגאון החכם"
זיי זענן די גרעסטע פאלעטישענס פון אלע דריי. איך האב דאס שוין געשריבן מער ווי איין מאל. א איד וועלכער טוט זיך אידענטיפיצירן מיט די עדה החרדית\סאטמאר קנאי'שע קרייזן דארף זיין זייער בייז אויף הרב עובד', חוץ פון זיין זיין א טייל פון די מדינה מיטן זיין נאנט צו די מזרחי און שטיין בראש פון א פארטיי פון כנסת, איז ער פארדעם געווען רב הראשי הציוני, רב הראש דעיר תל אביב, און אויף פילע פסקי הלכה געווען זייער לינק, ווי למשל דאס מאשר זיין דעם היתר מכירה פון רב קוק, און ועל כולם, דאס ערגסטע פון אלעם, דאס מיטשטיין מיטן חוק גיוס בנות.
אזא צייטונג מעג שרייבן א פארעווע באהאנדלונג, ווייל נאך אלעם איז עס דאך נייעס, אבער אים צו באשרייבן מיט גרויסע גדלות'ן איז סתם פאליטיק
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:41 am
דורך ציבעלע-קיגל
א שוויצער האט געשריבן:this
דאס איז פאלש...
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:38 am
דורך נאטרוליסט
אינארעסאנט, אויף הרב אלישיב, וועלכע האלט זיך פאר א "תלמיד" פון קוק, און איז געווען אין "היכל שלמה" און מתיר געווען חפירות, אים האט דער איד שיין באשריבן.
פאני+בעלאני. קיין קנאות, קיין תורה, קיין אידישקייט. פאליטיק = פאליטיק.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 1:47 am
דורך ידען
וואס איז געשעהן צו ישראל מ סופר און צו ב טויב?
ער שרייבט גארנישט וועגען ר׳ עובדי יוסף.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:40 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:וואס איז געשעהן צו ישראל מ סופר און צו ב טויב?
ער שרייבט גארנישט וועגען ר׳ עובדי יוסף.
שכוח. קאווע. נאך א מזל כ'האב נישט געקויפט דעם צייטונג די וואך. נישט געדאגה'ט ישראל מם. וועט שוין משלים משלים זיין אין די קומענדיגע וואכן. מיט פראצענט.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:44 am
דורך דעת תורה
ראשעקאל האט געשריבן:[tag]שפתים ישק[/tag]/ זייער אינטערסאנט!!