גניבת ספרים ביי א שבעה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:41 pm
עס איז נישט קיין סוד, אז ביי א שבעה, איז אלעמאהל דא פון דיע וואס קומען מנחם אבל זיין וואס פארמאגען קלעבידיגע הענט, אין מיינען אז מ'מיז ארויס גיין מיט כאטש וועלעכע ספר וואס קומט זיי אינטער די הענט, די יתומים וואס שטעלן זיך אויף נאך א וואך, אין מ'הייבט אן זיך ארום צוקוקען זעהן זיי פלוצלינג דער ספר פעלט יענער ספר איז נעלם געווארען.
ביי די שבעה נאך הרב עובדיה יוסף האט מען מקדים געוועהן די רפואה פאר די מכה, וויסענדיק אז דא איז פארהאן א אוצר רב פון ספרים, וואס אסאך זענען געגעבען געווארען במתנה דורך גדולי הדור, וואס האבען אריין געשריבען, איז עס נישט אזוי ווייט די ספרים נאר דער כתב יד וואס דער צדיק אדער יענער פוסק האט אריין געשריבען בכתב יד קדשו, אין בכלל איז דארט געוועהן אסאך אנטיק ספרים, און ספרים נדירים.
האט מען תיכף סמוך לאחר פטירתו פארהאקט די ספרים, מיט קלעצער, צו פארמיידען אז אומגעווינטשענע הענט זאל זיך מטפל זיין דארט.