בלאט 1 פון 1
קאווע שטיבעל ארטיקלען אויף וואטסעפפ
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:12 pm
דורך [NAMELESS]
לעצטענס האלטען אין איין ארום פארן ארטיקלען פון דא אין קאווע שטיבעל אין די וואטס עפפ גרופ'ס. ס'גייט איינער, ער קאפי'ט א ארטיקעל, און שיקט עס ווייטער צו זיינע וואטסעפפ פרענד'ס און גרופ'ס און אזוי פארט עס ארום.
איך מיין אז עס איז א גרויסע עולה צו טוהן אהן שרייבען פון ווי ס'קימט און ווער די שרייבער איז געוועהן, אדער כאטש א לינק צו די ארטיקעל.
רבותי, מ'דארף זיין מענטשלעך און געבען קרעדיט פאר וועם עס קימט זיך
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:16 pm
דורך לעמיל
איך פרעיג אייבוג ווען איך באקום עפעס פון דא פון ווי קומט עס קיינער האט מיך נאכנישט גענפערט קאווע שטיבל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:46 pm
דורך שושן פורים
פאלט דיר נישט איין אז דער זעלבער וואס שרייבט עס דא שיקט עס ארום?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
מסתמא נישט. און אפילו אויב יא איז שיין צו לייגן א לינק.
איך האב שוין אליין באקימען זאכן וואס איך האב געשריבען דא און איך האב עס נישט געשיקט......
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:15 pm
דורך [NAMELESS]
שושן פורים האט געשריבן:פאלט דיר נישט איין אז דער זעלבער וואס שרייבט עס דא שיקט עס ארום?
איך דערמאן מיך אז פינקט לעצטע וואך האב איך באקימען פון אפאר אירע דייןארטיקעל וועגן די סוף זמן קרי"ש בעלל.....
די האסט עס ארויסגעשיקט?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:01 pm
דורך פרישער
מיין אויפ פירינג איז אז למשל ווען איך שרייב אן ארטיקל, און איך שפיר אז עס איז פעסטע סחורה, דאן שיק איך עס צו מיין עינגע צעפ גרופ אדער אישו צו צעפ חברים, און פון דארט און ווייטער פארט עס ארים, און געוועינטליך דארט נישט קיין עטליכע און עס מאכט א עושה שלום, און א אנדערע חבר שיקט מיר א ארטיקל און זאגט דו מיזט דאס זעין סיז סחורה, אויב איז ער א מחמיר און איז חס אויפ זיין אייגענע כבוד און וויל נישט אז איינער זאל חושד זיין אז חלילה ער שרייבט אויף קאווע, דאן מיט דו צויבער ווארט ק/פ איז מען פטור,
אבער געוועינלעך איז דער צעפישער עולם נישט אינטערעסירט און קיין ארטיקלען, למשל ווען איך קריג א ארטיקל אויפ וואצעפ, היפ איך עס איבער, קודם ווייל איך בין נישט נייגעריג אויף יעדען'ס איבל, און צווייטענס געוועינטלעך דו צעפערס שרייבן שוואך, א בחור בארעדט זיין ישיבה, א שוטה שרייבט וועיגן באנדא'ס גראסערי, אזעלכע נער'יש קייטן, אדער אז ארען אדער זלמעלייב איז א באם, אדער נפתלי בלומענפעלד גייט ברענען אין געהענעם.