בלאט 1 פון 2
אלטע קאמישע לידער
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 7:53 am
דורך מנשה לוסטיג
ס'דא אלטע לידער, וואס מיר האבן אלץ קינד געזינגען, צו עלטערע האבן עס פאר אונז געזינגען, ס'איז אינטערעסאנט זיך ווידער צו דערמאנען.
למשל, אוי ס'גיסט די אלטע באבע שיסט.
ווער ס'ווייסט מער, זאל שרייבן
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 9:06 am
דורך משה געציל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ס'דא אלטע לידער, וואס מיר האבן אלץ קינד געזינגען, צו עלטערע האבן עס פאר אונז געזינגען, ס'איז אינטערעסאנט זיך ווידער צו דערמאנען.
למשל, אוי ס'גיסט די אלטע באבע שיסט.
ווער ס'ווייסט מער, זאל שרייבן
סתם זיך דערמאנען דעי אלטע נארישע לידער וואס האבען נישט קיין הענט און פיס איז דאך נישט אינטערעסאנט, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו שרייבען א שטיקעל ביאגראפיע אויף דער ניגון, לדוגמא אויף דער ניגון וואס די דערמאנסט דארט, האב איך באשריבען מיט קלארע דעטאלען פינקטליך דער מעשה וואס ליגט אינטער איר,
viewtopic.php?f=10&t=447 (דרך אגב דאכט זיך מיר אז די האסט א אנדערע גירסא פון די אנגענומענע...)
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 3:27 pm
דורך מנשה לוסטיג
נו אפשר קענסטו מיר אויסלייגן נאך אלטע לידער, אין דעם סארט, זאל זיין אן הענט און פיס, אבער לאמיר הערן
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:12 am
דורך מנשה לוסטיג
פון ווי קומט די ליד, ריגעלע ריגעלע ריק, מיר זעמער חברים צוריק
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:28 am
דורך זר זהב
חמורייזעל פיטערייזעל
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:40 am
דורך דבילה
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פון ווי קומט די ליד, ריגעלע ריגעלע ריק, מיר זעמער חברים צוריק
דער ניגון ווערט געזינגען אויף ענגליש אביסעלע אנדערש. דא האט איר צוויי נוסחאות:
Ring around the rosy
A pocketful of posies
"Ashes, Ashes"
We all fall down!
Ring-a-Ring o'Rosies
A Pocket full of Posies
"A-tishoo! A-tishoo!"
We all fall Down!
די ניגון איז לפחות 500 יאר אלט. די ניגון באציט זיך קלאר צו די נושא פון טויט, אזוי ס'איז קענטליך פון די לעצטע שורה אין די גראם אין ביידע נוסחאות, און די אש פון די עלטערע נוסח רעדט נישט פון פארברענטע חלה. די פשט פון די "פאזיס" אין די קעשענע איז לכאורה פון די שמעקעדיגע בלומען וואס קינדער פלעגן ארום טראגן אין טאש צוליב די דעמאלטסדיגע חכמת הרפואה וואס האט אנגענומען אז די מחלות שפרייטן זיך ארום פון די שלעכטע גערוך. די נאזטיכלעך אין די צווייטע גראם איז מיוחס צו די מענטש וואס פלעגן שטארבן פון די געפערליכע אינפלוענזע ווירוס אדער אנדערע קראנקהייטן וואס די ליידענדע דערפין שטארבן מיט געפערלכע האטשוען.
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:20 am
דורך געפילטע פיש
דבילה האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:פון ווי קומט די ליד, ריגעלע ריגעלע ריק, מיר זעמער חברים צוריק
דער ניגון ווערט געזינגען אויף ענגליש אביסעלע אנדערש. דא האט איר צוויי נוסחאות:
Ring around the rosy
A pocketful of posies
"Ashes, Ashes"
We all fall down!
Ring-a-Ring o'Rosies
A Pocket full of Posies
"A-tishoo! A-tishoo!"
We all fall Down!
די ניגון איז לפחות 500 יאר אלט. די ניגון באציט זיך קלאר צו די נושא פון טויט, אזוי ס'איז קענטליך פון די לעצטע שורה אין די גראם אין ביידע נוסחאות, און די אש פון די עלטערע נוסח רעדט נישט פון פארברענטע חלה. די פשט פון די "פאזיס" אין די קעשענע איז לכאורה פון די שמעקעדיגע בלומען וואס קינדער פלעגן ארום טראגן אין טאש צוליב די דעמאלטסדיגע חכמת הרפואה וואס האט אנגענומען אז די מחלות שפרייטן זיך ארום פון די שלעכטע גערוך. די נאזטיכלעך אין די צווייטע גראם איז מיוחס צו די מענטש וואס פלעגן שטארבן פון די געפערליכע אינפלוענזע ווירוס אדער אנדערע קראנקהייטן וואס די ליידענדע דערפין שטארבן מיט געפערלכע האטשוען.
היסטאריקער זאגן אז דאס איז נישט מער ווי urban legend.
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:12 am
דורך יידל
חסידיש יידש האט געשריבן:ס''רעגנט ס'גיסט די אלטע באבע היסט סעקימט א פליס און ער גיט א שיס .1
2. זינעלע זינעלע שיין אויף דריי מלוחים זענען אויף, איינער לערנט תורה, די אנדערע האנדלט סחורה, די דריטע מאכט אויף די טירעלע און סשיינט אריין די זינעלע...
3. אברהם'לע מלמד ליגט אין שניי אוי וויי גיב מיר טיי, די טיי איז ביטער, עס צוקער, די צוקער איז זיס, לעק דיין פיס, די פיס איז קאלט, גיי אין וואלד, אין וואלד האב איך מורא, לערן תורה, די תורה איז הייליק, עס בייליק, די בייליק איז פארדארבן, המן איז געשטארבן, א גיט מארגן!
4. אלטע באביטשקע וואס טיסטו איינז א-זייגער? "איך כאפ א דרימל...אלטע באביטשקע וואס טיסטו צוויי א-זייגער?..
5. ווען משוגע וואלט געמאכט קליין וואלסטו געקענט זיצן אויף די ברעג פון א דיים און שאקלען מיט די פיס
6. קליינע שרהלה סוי-סוי, זיצט אין די וואסער, וויין נישט שרהלה וויין נישט, וויש דיך אפ דיינע אייגעלעך, דריי דיך צו די רעכטכ זייט, דריי דיך צו די לינקע זייט, דריי דיך צו די מיידעלע וואס די האסט די בעסטע ליב!
7. מירי און שלאכי זענען טאקע צווילינג, אבער צווישן זיי איז דא א גרויסע חילוק: מירי איז צוזאמגענימן זי האלט זיך ריין, שלאכי איז ציפלויגן איר האר איז נישט שיין.
ניען (נון) ניען, א איד טאר נישט קניע. 8
9. א גרויסע שכח, זאלסט וואקסן הויעך. א שיינעם דאנק, זאלסט לעבן לאנג-- ביז הינדערט און צוואנציג יאר געזינטערהייט
10. ארי בארי באקסער אויבן וואוינט דער דר אונטן וואוינט די קוה און דא ביסטו
אלף בית גימל, דער רבי פליט אין הימל, דלד היי וואו... .11.
12. הינט הינט,
די ביסט עשו׳ס קינד
אויב די וועסט מיך בייסן
וועט קימען מיין פאטער יעקב,
און וועט דיך צירייסן
13. אז מען זיצט בארן (ביים) טיש איז מען שטיל ווי א פיש
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:06 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווער ווייסט די מקור פונעם ליד
פעטער שלמה האט געהאט א פארעם..
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:10 pm
דורך זר זהב
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 3:00 pm
דורך מנשה לוסטיג
א דאנק פאר די וואס האבן געברענגט פרישע ניגונים און די וואס האבן געברענגט מקורות. ס'איז העכסט פארגענוגן פול.
פון ווי קומט די לידעלעך
געווען א מעשה א קי א ווייסע א שעפס א רויטע המן איז א שוטה
אדער
אדם א מענטש קאטשקעלע דריי דיך..
רבותי ברענגטס נאך לידער
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 6:52 pm
דורך אוי טאטי
און וואס איז מיטן ציפי ציפי צא קא...
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 6:56 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'קען נישט דעם ניגון, לייג ארויס דעם גאנצן ליד ביטע
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:05 pm
דורך אוי טאטי
איך געדענק עס שוין נישט פונקטליך אבער עפעס געדענק איך אז מען לייגט ארויף איין הענט אויפן צווייטן ווי א טורעם בשעת מען זינגט עס.
איינער מיט מער אינפא?
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:30 pm
דורך משה געציל
איך שטיי דא אין זייט א שטיקעל צייט שטילערהייט, איך וויל זעהן ווען מען גייט זיך דערמאנען פונעם בעסטע, אין לפלא פון פעטער שלמה אין אלע אנדערע האט מען געדענקט, און פונעם באליבטען באבע שרה וואס ליגט אין בעט, מיט א שמאטע ציגעדעקט, האט יעדער פארגעסן? איז איינער געווען לעצטענס באזיכען? האט איינער אינזין געהאט אוועק צו נעמען דעם פארדארבען שטיקעל בייליק און ברענגען א פרישע?...
אז מ'רעדט שוין, איז כדאי צו דערמאנען דעם באקאנטען, אִינִי מִינִי דיקס אַ דינִי אַ באַ באָ אָטשִי מאָטשִי וגו'...
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'דא פארשידענע נסחאות אין 'אוי וויי מיין קאפ טוהט וויי..' און צוויי נסחאות איז דערמאנט געווארן פריער
אבער די איני מיני.. איז היבש א גוט אלטע ווערק, געב אהער די פולע נוסח פליז
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 8:47 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווער ווייסט די מקור פונעם ליד
פעטער שלמה האט געהאט א פארעם..
פון די ערשטע "אברמעלע" טעיפ... איינער געדענקט נאך?...
און וועגן די אברהמ'עלע מלמד וואס ליגט אין שניי,
איז שוין דא א געוואלדיגע הספד, אשר כל ראש לחלי וכל לבב לחוכא וטלולא....
פאר נאך קינדערישע שמועסן און לידער,
זעהט דא.
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:40 am
דורך מנשה לוסטיג
WOW רב שמעקעדיג.. נישט שמעקעדיג נאר געשמאק..!
כ'האב היבש הנאה געהאט זיך דערמאנען די אלטע שפייעכטץ און חדר פעטש, ווען כ'האב דורכגעלייענט די אלע לינקס. באמת א דאנק
מ'קען נאך אלץ מוסיף זיין..
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:04 pm
דורך א איד
איני מיני דיקס א דיני א בא בא אוטשי מושטי קאלא פוטשי ניינטי פארטי טו מיי מאדער סעד יו שולד בי איט
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
נו ווער קען עפעס מוסיף מער ווי וואס ס'שטייט שוין אין די לינקס
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 2:56 pm
דורך אוי טאטי
די ניגון איז נוגע יעצט פאר די ספירה טעג,
הוי! חנה׳לע חנה׳לע צו ווייסטי וואס מען מעג,
נישט טון אין די ספירה טעג,
שניידן די האר, אן טין א נייע קלייד,
הערן מיוזיק און זיין פיל מיט פרייד.
איינער ווייסט פון וואנעט דאס שטאמט?
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 7:54 pm
דורך שמעקעדיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:WOW רב שמעקעדיג.. נישט שמעקעדיג נאר געשמאק..!
כ'האב היבש הנאה געהאט זיך דערמאנען די אלטע שפייעכטץ און חדר פעטש, ווען כ'האב דורכגעלייענט די אלע לינקס. באמת א דאנק
מ'קען נאך אלץ מוסיף זיין..
יא, ס'איז געוואלדיג, די עטליכע ארטיקלען געשריבן איז ראוי זיך צו ווארפן פאר געלעכטער... א גאנצער שלל מיט גוטע ארטיקלען... אזא פעדער ווי דער אלטער יענטאאש קומט נאר אראפ איינמאל אין ___ יאר....
נו מנשה'לע זיסער, זאגסט מען קען מוסיף זיין? לאמיר זעהן! די האנטוך ארטיקל איז א גוטער אנהויב, און מיר ווילן זעהן נאך. וויזוי גייט דאס ווערטל? געסט א פינגער בעהט מען א האנט?
Re: אלטע קאמישע לידער
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב מיך היינט פונקט דערמאנט פונעם אלטן 'דזשינא'.
ווער האט א לינק, אדער פירוש דערצו [כ'הער אז ס'קען גאר זיין ס'נישט כשר]