הרב זמיר כהן וספריו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

טאקע הערליכע ספרים, גאר שיינע גרעפיקס און בילדער.
א שאד נאר אז א פשוטער גוגל סירטש אויף רוב נושאים וואס ער שמועסט ווייזט אז רוב פון זיינע פאקטן זענען נישט פונקט פאקטן.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

חיים נחום, שרעק דיך נישט פון לעיקוואוד ודומיהן וואס פרובירן צו אפקילן די קלארע איבערצייגנדע רייד פון הרב כהן וועלכער ווייזט אויף מיט ראיות ברורות ומוכרחות די אמת'דיגקייט פון תורתינו הק', ווי מ'זעט באשיינפערליך אז ג'ורג' ושינגטון איז צוריק אראפגעקומען אין גלגול צו א גענעראל וועמענס פנים שטריכן האבן עטוואס געענדלט אין אים, און אז ווען מ'גייט אנגעטון מיט תפילין ווערט מען ארומגענומען מיט א הייליגע היולא פון פורפל און בלוי וואס דייטעט אן אויף די געוואלדיגע קדושת התפילין, (בעצם קען מען מיט דעם מוכיח זיין האם הלכה כרש"י או כר"ת, ואולם תורה לא בשמים היא, ויש לדון בזה דבכגון דא היא כמעט כהכרעה בדבר מציאותי הנראה ונוכח לעין כל, ואכמ"ל). עס איז ממש מבהיל על הרעיון ווי אזוי איין מענטש קען זיין אזא בקי אין אזויפיל צענדליגער פארצווייגטע חכמות, וואס סייענטיסטן מיט גרויסע קעפ ווידמען זייער גאנץ לעבן פאר בלויז איין סארט חכמה, שוין נישט רעדנדיג פון די העכערע כוחות ווי שיחת השמים ועופות ושיחת מלאכי השרת, שדים ומזיקים, שרפים וחיות, אין וואס הרב כהן איז בקי כבשבילי העיר העתיקה. מ'זעט בחוש די סוד ה' ליראיו. כ'האף נאר ער האט נישט גענאשט חלילה פון די באהאלטענע פינסטערע כוחות וואס בוזשעווען ארום אין די איצטיגע טעג בעקבתא דמשיחא.
בנוגע אבולוציה וואס כידוע איז הרב כהן פון די לוחמי מלחמת חרמה קעגן די מסלפי המדע וועל איך איבערלאזן פאר @שיטה מקובצת צו קומען רעדן דערוועגן, וויבאלד איך בין נישט אזא בקי דערין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

עס איז אויך אמת וואס לעיקוואד זאגט אז די גראפיקס זענען גאר שיין, וואס איז זייער וויכטיג צוציען די אויג. אודה ולא אבוש, אז מתחילה האב איך געקלערט אז עס איז בלויז נאך אן אפאלגעטיק ספר, נאר ווען איך האב געזען דעם בילד פון איינשטיין אויפ'ן דעקל האב איך פארשטאנען אז דא רעדט מען פון אמת'ע דברי חכמה, און איך בין ב"ה נישט געווארן אנטוישט.
איינער ווייסט וואו מען קען אים הערן רעדן אין ברוקלין?
האדם לא נברא אלא להתענג
kliger
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

שליחה דורך kliger »

כישוף??
וויאזוי קען ער זיך קריגען מיט אן אפענע רמב"ם???
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]יאיר[/tag], ס'פאסט נישט אזעלכע ליצנות, מ'אידאך אין גלות.. :lol:

כ'האב פונקט געטראפן זיין ספר אין א ספרים געשעפט אפאר וואכן צוריק און איך בלעטער אהער איך בלעטער אהין, איך פרוביר אויסצופיגערן וואס איז פשט. Am I missing something? קעיוומען זענען געהעריגע אפריקאנער מיט אסאך האר, אלע fossils זענען פון בע"ח וואס לעבן נאך היינט, און ער ברענגט "ראיות ברורות". די נאמען זמיר כהן האט אן אינטעלעקטואלער קלונג דערצו. כ'האב געטראכט אז אפשר רעדט מען דא פון א קלוגע איד וואס האט עכט אויסגעפיגערט די סקעמס פון די סייענטיסטן. אבער א שנעלע סירטש אויף מיין (חבר'ס) סעלפאון האט אנטפלעקט "זמיר כהן יו"ר הידברות:, ס'האט אלעס פארענטפערט.

ווען און וואו גייט ער רעדן, כ'וויל אים גיין הערן און זעהן, ברצינות.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

kliger האט געשריבן:כישוף??
וויאזוי קען ער זיך קריגען מיט אן אפענע רמב"ם???


כישוף אהער כישוף אהין, אז החכם זמיר זעהט מיט די אייגענע אויגן אויף עפעס א מאדנע מיסטיסיזם- האראר- מאזוכיזם-קאנפירעסי זייטל א קלארע בילד פון א וויטש, פון גייסטער און מלאכי חבלה זאל ער נאך פרעגן? מען זעהט דאך עס מיט די אייגענע אויגן. אויסער וואס אויטיסטישע קינדער און קליניקעל טויט ווי אויך דיבוקים סיאנסעס און די פראטאקאלן פון די זקני ציון זאגן אזוי.
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

העי מר. ישק, זינט ווען בין איך נארמאל? דאס איז אן ערנסטע לשון הרע און איך בין נישט מוחל דעם וואס האט ארויסגעלאזט די שמועה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
smartinof
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 283
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

שליחה דורך smartinof »

ביי דעם שיעור גייט ער מסביר זיין און ברענגען ראיות וואו מקען זען גוגל און די תורה...
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אפשר זאל איינער טוהן א גענאדע און אראפברענגן וואס דער הרב כהן פארקויפט, און דערנאך דן זיין אויב ער איז יא גערעכט אדער נישט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

דער יושב ראש הידברות זמיר האט געמאכט דעם בריק צווישען דער פירער פון ש''ס און בעלז וואס דאס האט צוזאמגעשמאלצען חלקים פינעם היימישען ציבור מיט די וואס זענען א חלק פון די ציוניסטישע הנהגה דורכען דינען אין ראבינאט וכדומה
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

נאר,,פרייליך האט געשריבן:דער יושב ראש הידברות זמיר האט געמאכט דעם בריק צווישען דער פירער פון ש''ס און בעלז וואס דאס האט צוזאמגעשמאלצען חלקים פינעם היימישען ציבור מיט די וואס זענען א חלק פון די ציוניסטישע הנהגה דורכען דינען אין ראבינאט וכדומה


איך האב דאס נישט געוואוסט!
אשרי חלקו!!
.
באניצער אוואטאר
זאל_זיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך זאל_זיין »

kliger האט געשריבן:כישוף??
וויאזוי קען ער זיך קריגען מיט אן אפענע רמב"ם???

און די מנחת אלעזר איז זיך מחולק מיט דיר...
פארשפארט