בלאט 1 פון 2
ירושלים ד'אמעריקע
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am
דורך בן תמליון
איר האט שוין זיכער געהערט דעם אויסדריק אויפן עואב"י וויליאמסבורג און מסתמא שוין געהערט אפאר וויצן אויפן חשבון פון דעם צונאמען. אבער דעם שבת איז מיר אויסגעקומען עס איז בכלל נישט קיין וויץ. אין שטאט וויליאמסבורג די לעצטע צייטן איז געווארן א מאגנאט פאר טוריסטן. זיי קומען אין די מאסן אסאך זענען פון אייראפע וואס זיי ווילן זען ארגינאלע אידן פון וואס זיי האבן אזוי פיל געליינט. שבת נאכמיטאג ווען מען קומט אהיים פון שוהל איז א גאר גרויסער אנלויף יעדע וואך און עס ווערט מער און מער. עס קענען זיין אפשר 10 פולע באסעס וואס שפאצירן ארום אין גרופעס באטראכטן ווי מיר גייען אהיים מיט די טליתים און שטריימלעך עס איז פאר די אויסלענדער א מחזה הוד.
בקיצור די וואך גיי איך אהיים מיט מיינע חברה, שטייט א מיטל יעריקער אזיאנער ביי לי עוו קארנער הופער פארגאפט פארטיפט אין געדאנקען און זינגט א ניגון כאילו לא היה. גיי איך נענטער הער איך ווי די ווערטער קומען ארויס קלאר:
אוויר הרים צלול כיין וריח אורנים
נישא ברוח ערבים עם קול פעמונים
ובתרדמת אילן ואבן שבויה בחלומה
העיר אשר בדד יושבת ובליבה חומה
ירושלים של זהב ושל נחושת ושל אור
הלה לכול שירך אני כנור
צו מיין וואונדער געב איך איהם א וועק אויף, האו דו יו נאו דע סאנג סיר? ער זאגט ער איז פון קארעא און שטודירט אידן. ער האט זייער ליב דאס אידיש פאלק איז איינמאל געווען אין ישראל און זיך אויסגעלערנט עיברית און ירושלים של זהב. באזוכנדיק דא אין וויליאמסבורג שפיר איך ממש ווי אין ירושלים. שוין דאס זאגט א גוי פון קארעא.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 1:50 pm
דורך zurich
ס'איז געהעריג אזוי ווי ער איז אין עמיש טאן!
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:02 pm
דורך משה געציל
געווען פונקט פאריגע וואך שבת אין ווילאמסבורג פאר א משפחה שמחה, נאכן מיטהאלטן לייוו די זעקת השבת האב איך מחליט געווען אז ווילאמסבורג איז נישט די ירושלים ד'אמעריקא, נאר ליבערשט איז מאה שערים די ווילאמסבורג ד'אר"י...
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:13 pm
דורך יואליש
כ'געדענק איז באלד צען יאר צוריק האט זיך שוין אנגעהויבן די פענאמענאן. פאר רוב טוריסטן (פון אזיע) איז עס גענוי ווי מיר גייען חוה"מ צו באטראכטן די אמיש. ס'איז א טיער גארטן פון מאדנע באשעפענישן. אבער ס'מאכט זיך אמאל מענטשן מיט אן אטראפאלאגישע פארשטאנד אדער היסטארישע פערספעקטיוו, צו אלס פארשער אדער אלס נייגעריגע קאפ, פאר זיי איז דאס א גאר אינטערעסאנטע וויזיט. אבער די ברויכן הילף צו קענען עקספעריענסן אביסעל מער פון בלויז אבזערווירן די גאס. וומ"ס איז נאך א ספר החתום פאר זיי. ס'איז דא אפשר איין טוריסט קאמפעני, אבער אפי' זיי האבן נישט קיין איינטריט אין אינסטיטוציעס, צוטריט צו לעבעדיגע מענטשן, וכו' אני הקטן האב שוין עטליכע מאל געגעבן א באזוך פאר באקאנטע מיט די ריכטיגע אינטערעסע און אפרישיעשאן. זיי האבן אויסגעלעקט יעדעס צעטל אויפן וואנט און יעדע געלעגענהייט צו רעדן מיט א מאן, פרוי, אדער קינד וואס לעבט וויליאמסבורג.
אויב טוט מען עס ריכטיג איז עס א גיטע געלגעגנהייט פאר א ביזנעס אונטערנעמונג, און ס'קען געבן א געלעגענהייט פאר פאזיטיווע פי אר.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:07 pm
דורך קאווע טרינקער
דארף מען זיך צו האלטן מיט די מסורה, אז נישט פארלירען אונז דאס לעצטע ביסל ווערט...
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:27 pm
דורך בן תמליון
יואליש ווי גוט דו זאגסט. היינט איז דא עטליכע טור קאמפאניס וואס קומען, בעיקר אייראפעער, איטאליענער, שפאניער און פראנצויזן. בעת וואס די אמישעס האבן אויפגעבויעט א גאנצע עקאנאמיע אויף טוריזם האבן די וויליאמסבורגע אידן נישט קיין שכל צו איינקעשן די טויזנטער טוריסטן. אינגעלייט האבן שוין געטראכט פון עפענען בוטיק שאפס צו סערווירן די טוריסטן האבן זיי אבער מורא פון די קלארישע שייאטן וואס וועלן מאכן סקאנדאלן. אלזא ווערט וויליאמסבורג אויסגעזייגט געבנדיק פרייע איינטריט צו איינס פון די מערסט אינטערסאנטע סייט-סיאינג אין די שטאט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:29 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין געזיצן אין טורא בורא דאמעריקא, נאכן זיך אומקוקן אויף די הייפעלע עקסטרעמיסטן פארשקלאפן א שטאט, און עס האט זיך מיר געזינגען גאנץ אן ענדליכער ניגון'דל
אויר דחוס, ריחות חרוכים משונים
נישא עם בליל קולות זלונים וארונים
ובתרדמה שבויים תושבים, העיר שבויה בחלומה
העיר בדד יושבת, סביבה הקימה חומה
וויליאמסבורג של ברזל, נתונה ביד צר
הלא לחיים, למציאות, לשכל הוא כה זר
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 6:40 pm
דורך אחד העם
אזוי זיצינדיג ביים קאמפיוטער אויפגימישט צו ק"ש, זענדיג ווי חברים חכמים בדעה אחת, צו באפרייען ווילימסבורג, פון די קעלבלעך וואס הערשען אויף איר האט זיך מיר אונטערגעזינגען דאס לידל
במחשכיך ווילעמסבורג מצאנו לב אוהב
עת באנו להרחיב גבוליך ולמגר אויב
מקול מרגמותיו רווינו, ושחר קם פתאום -
הוא רק עלה, עוד לא הלבין הוא
וכבר היה אדום
ווילעמסבורג של ברזל ושל עופרת ושל שחור
הלא לחומותייך קראנו דרור
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 7:50 pm
דורך מאטי
בן תמליון האט געשריבן:יואליש ווי גוט דו זאגסט. היינט איז דא עטליכע טור קאמפאניס וואס קומען, בעיקר אייראפעער, איטאליענער, שפאניער און פראנצויזן. בעת וואס די אמישעס האבן אויפגעבויעט א גאנצע עקאנאמיע אויף טוריזם האבן די וויליאמסבורגע אידן נישט קיין שכל צו איינקעשן די טויזנטער טוריסטן. אינגעלייט האבן שוין געטראכט פון עפענען בוטיק שאפס צו סערווירן די טוריסטן האבן זיי אבער מורא פון די קלארישע שייאטן וואס וועלן מאכן סקאנדאלן. אלזא ווערט וויליאמסבורג אויסגעזייגט געבנדיק פרייע איינטריט צו איינס פון די מערסט אינטערסאנטע סייט-סיאינג אין די שטאט.
ביזט נישט אינגאנצן גערעכט, ווייל ווי ווייניגער קלארישע שייאטן געוועלטיגן דא, אלס ווייניגער אינטערסאנט וועט דאס זיין פאר טוריזם. קענסט נישט עסן נאר די קרעים פונעם קעיק.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 8:42 pm
דורך קינות גירושין
יואליש, אז די עפענסט אזא ביזנעס , זענען דיינע קינדער ארויס פון די מוסדות
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 9:14 pm
דורך יואליש
קינות גירושין האט געשריבן:יואליש, אז די עפענסט אזא ביזנעס , זענען דיינע קינדער ארויס פון די מוסדות
ס'איז שוין דא
אזא ביזנעס, אבער נישט דורך אן איינוואוינער (ער זאגט ער איז אויפגעוואקסן חסידיש). כ'האב געהערט אז ס'ברענגט שיין געלט. ווען ס'איז איינעם באשערט פרנסה אן קאנקורענץ מאכט גאט די מוסדות זאלן ארויסווארפן קינדער פון קאנקורענטן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:03 pm
דורך איך אויך
זעה די קאממענטס דארט ביי די בלאג סעקשן ,כ'מיין דער זעלבער יונגל וואס שרייבט די בריוון אינעם בלאט אפיס האט עס געטייפט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 1:25 pm
דורך עוד מישהו
אחד העם האט געשריבן:אזוי זיצינדיג ביים קאמפיוטער אויפגימישט צו ק"ש, זענדיג ווי חברים חכמים בדעה אחת, צו באפרייען ווילימסבורג, פון די קעלבלעך וואס הערשען אויף איר האט זיך מיר אונטערגעזינגען דאס לידל
במחשכיך ווילעמסבורג מצאנו לב אוהב
עת באנו להרחיב גבוליך ולמגר אויב
מקול מרגמותיו רווינו, ושחר קם פתאום -
הוא רק עלה, עוד לא הלבין הוא
וכבר היה אדום
ווילעמסבורג של ברזל ושל עופרת ושל שחור
הלא לחומותייך קראנו דרור
וואס מיינט די שטיקל "מקול מרגמותיו רווינו"? פון די קול פון מארטאר (קאנאן פייער) זענען אונז אויס דארשטיג געווארן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:08 pm
דורך אחד העם
כאילו אז מיר זענען שוין אנגעזעטיגט פון די קולות פון די קאנאנען, און סגלוסט אונז זיך שוין מער נישט פון דעם
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:39 pm
דורך משה פיטות
יואליש האט געשריבן:קינות גירושין האט געשריבן:יואליש, אז די עפענסט אזא ביזנעס , זענען דיינע קינדער ארויס פון די מוסדות
ס'איז שוין דא
אזא ביזנעס, אבער נישט דורך אן איינוואוינער (ער זאגט ער איז אויפגעוואקסן חסידיש). כ'האב געהערט אז ס'ברענגט שיין געלט. ווען ס'איז איינעם באשערט פרנסה אן קאנקורענץ מאכט גאט די מוסדות זאלן ארויסווארפן קינדער פון קאנקורענטן.
יישר כח פארן וואזאן די blog איך האב קיינמאל נישט דאס געזען, ער האט דארט א tab וואס ריפא זיך glossary מאן קען זיך האלטן בא די זאטן ווי למשל :
Papa (Puppa) – a hasidic sect, named after a town in Hungary. It is the second largest in Williamsburg, maintaining a full complement of communal institutions. Its post-WWII leader was Rabbi Joseph Gruenwald (d. 1984), who was also the nephew of the Tseleme rav, Rabbi Levi Isaac Gruenwald. Papa is considered a satellite of Satmar, known in Yiddish as “
satmar-geshtimt” (Satmar-aligned).
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:51 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם ר' משה ,איר זענט פון צפת?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:47 pm
דורך משה פיטות
איך אויך האט געשריבן:שלום עליכם ר' משה ,איר זענט פון צפת?
יא פארוואס פרעגסטי
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:24 pm
דורך איך אויך
ווייל ווי דען אויב נישט אין צפת איז פארהאן א ר' משה פיתות. זיין בעקעריי גייט נאך אן?
נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב גיט קעקענט דער ר׳ משה פיתות
אבער וי....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:28 am
דורך קינד_אן_קייט
בן תמליון האט געשריבן:צו מיין וואונדער געב איך איהם א וועק אויף, האו דו יו נאו דע סאנג סיר? ער זאגט ער איז פון קארעא און שטודירט אידן. ער האט זייער ליב דאס אידיש פאלק איז איינמאל געווען אין ישראל און זיך אויסגעלערנט עיברית און ירושלים של זהב. באזוכנדיק דא אין וויליאמסבורג שפיר איך ממש ווי אין ירושלים. שוין דאס זאגט א גוי פון קארעא.
עפעס האבן געוויסע אזיאנע א געפיל פאר ישראל, מעגליך אז דאס איז געווארצלט אין קריסטליכע גלויבונגען אדער גאר א הערכה פאר תורת משה, נישט משנה, ס׳איז א מערקוועדיגער אויסדרוק פון רעספעקט:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rKOy8MsXr78[/youtube]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 4:20 pm
דורך ימי קדם
אז די וואס וואוינען היינט אין וויליאמסבורג קענען נישט, די וואס האבן עס איבערגעלאזט נוצן עס אויס.
http://www.visithasidim.com
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:27 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:27 pm
דורך בן תמליון
דא איז אן ארטיקל און קליפ איבער א קאריאנער וואס זינגט ירושלים של זהב פארנט פון סאטמאר לי גארדנס ב'חנטע אינגאלאך. מעגליך עס איז דער זעלבער פון מיין ירושלים ד'אמעריקע.
http://yiddish.forward.com/articles/191 ... liamsburg/