בלאט 1 פון 2
גאליציאנער קרעטשמע !
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 7:29 pm
דורך חבקוק הנביא
כ'האב געזיכט א אשכול ווי מען קען סתם פלוידערן, נישט דוקא איבער א ספעציפישע נושא, נאר סתם זיך אויסטשוכען אביסעלע נו אז כ'האב נישט געפינען, האב איך אליינס געפענט..... א קרעטשמע,
פארוואס גאליציאנער ?, נו, כ'וויל זיך שפירען היימיש, ווי אין די אלטע היים אין גאליציע, טרינקען אביסעלע מעיד, און אביסעלע שנאפס, און אביסעלע א שמועס טאהן מיט גוטע פריינד,
נו באריסטא, דערלאנג א גלעזעלע שנאפס, אזוי, פיין, אההה ברוך אתה ה'..... שהכל.... אה ס'דארווארימט די ביינער....

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 7:38 pm
דורך חבקוק הנביא
נו, וואסי נייעס אויפען עולם השפל,
גראדע געווען א ווארעמע טאג היינט, נארמאל אזא צייט אין יאר איז שוין קילער,
באריסטא, פיהל'זשע זייט מוחל אהן דאס גלעזל, פיינע שנאפס, א דאנק,
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 7:41 pm
דורך שמעקעדיג
פאר קרעטשמע און שנאפס איז דא אייוועלט... דא איז קאווע, און באריסטא גיט קאווע און קאפעטשינא, נישט שנאפס....
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 7:44 pm
דורך בעל הבית
די קומסט אריין זייער אום קלאר, הייב אן עפעס זאכליך,וועטער רעדט איך שון מיט מיין שכן ביים פאסט באקס
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 8:39 pm
דורך חבקוק הנביא
גערעכט, כ'בין פשוט אינמיטען ביזי געווארען, אבער ניש-קשה, ס'דא אנדערע וואס וועלען ציענדיגען
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 9:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
זעהט דערווייל אויס ווי א גאליציאנער קרעטשמע מיט אונגערישע שיכורים.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 9:30 pm
דורך zurich
יא זאגסט גיט אין אלע אשכולות קען מען נאר שרייבן אינטערגעשפיצטע אויפגעקלערטע קאפידיגע ווערטער אבער דא אין דעים אשכול, יודן דארף מען נישט שרייבן אזאלכע ווינדערבארער ווערטער צו באקימען א לייק דא איז די מצב רוהוג געלאסן פלעין מ'שמיעסט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 9:35 pm
דורך zurich
סא וואס איז נייעיס חברה אינטערסאנט היי יאר טוישט מען ערשט דעים זייגער פרשת תולדות wow
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 9:46 pm
דורך אליצפן
הלוואי מ'לאזט א גאנץ יאר דעם זומער זייגער, ס'דא פלעצער וואו מ'טוט שוין אזוי.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 9:54 pm
דורך zurich
אליצפן האט געשריבן:הלוואי מ'לאזט א גאנץ יאר דעם זומער זייגער, ס'דא פלעצער וואו מ'טוט שוין אזוי.
פארוואס? האסט נישט ליב אז ס'ווערט אזוי פרי נאכט? פארקערט איך האב ליב די טשענז.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:26 pm
דורך galitzyana
You taking away my name
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:50 pm
דורך חבקוק הנביא
א כפרה דער זוממער זייגער, וואסי שלעכט מיט די ווינטער זייגער א גאנץ יאר, ווער דארף ס'זאל ווערען נאכט 10 אזייגער,
מיטען ווינטער זייגער איז די שפעטסטע נאכט 9 אזייגער ר"ת,
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:10 am
דורך בעל הבית
איך זיך א כולל בוקר אין ווילאמסבורג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:23 am
דורך zurich
חבקוק הנביא האט געשריבן:א כפרה דער זוממער זייגער, וואסי שלעכט מיט די ווינטער זייגער א גאנץ יאר, ווער דארף ס'זאל ווערען נאכט 10 אזייגער,
מיטען ווינטער זייגער איז די שפעטסטע נאכט 9 אזייגער ר"ת,
ווער רעדט נאך פון די אנטווערפענע זיי דארפן ווארטן תשעה באב אויסצופאסטן ביז עלעווע!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:28 pm
דורך בעל הבית
zurich האט געשריבן:חבקוק הנביא האט געשריבן:א כפרה דער זוממער זייגער, וואסי שלעכט מיט די ווינטער זייגער א גאנץ יאר, ווער דארף ס'זאל ווערען נאכט 10 אזייגער,
מיטען ווינטער זייגער איז די שפעטסטע נאכט 9 אזייגער ר"ת,
ווער רעדט נאך פון די אנטווערפענע זיי דארפן ווארטן תשעה באב אויסצופאסטן ביז עלעווע!
זייער גיט זאל משה ארי' פריעדמאן ליידען
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:29 pm
דורך berlbalaguleh
ווער איז דער ארענדאר?!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:31 pm
דורך בעל הבית
איווען
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:32 pm
דורך berlbalaguleh
חבקוק הנביא האט געשריבן:א כפרה דער זוממער זייגער, וואסי שלעכט מיט די ווינטער זייגער א גאנץ יאר, ווער דארף ס'זאל ווערען נאכט 10 אזייגער,
מיטען ווינטער זייגער איז די שפעטסטע נאכט 9 אזייגער ר"ת,
הרהגה"צ ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א טוישט קיינמאל נישט דעם זייגער. ער לעיבט נאך מיט'ן אייראפעאישן זייגער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:35 pm
דורך בעל הבית
פארוואס דארף ער בכלל א זייגער? ער גייט דאך ממילא מיט די משמורות
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:47 pm
דורך zurich
בעל הבית האט געשריבן:zurich האט געשריבן:חבקוק הנביא האט געשריבן:א כפרה דער זוממער זייגער, וואסי שלעכט מיט די ווינטער זייגער א גאנץ יאר, ווער דארף ס'זאל ווערען נאכט 10 אזייגער,
מיטען ווינטער זייגער איז די שפעטסטע נאכט 9 אזייגער ר"ת,
ווער רעדט נאך פון די אנטווערפענע זיי דארפן ווארטן תשעה באב אויסצופאסטן ביז עלעווע!
זייער גיט זאל משה ארי' פריעדמאן ליידען
ס'דא נאך מענטשן וואס וואוינען אין אנטווערפען חוץ מא"פ.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 1:10 pm
דורך איך אויך
טאקע?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 1:12 pm
דורך בעל הבית
וועם מיינסטו די חיד'א ווייס ? ער איז תשעה באב אין אראזע שווייץ
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 1:17 pm
דורך איך אויך
איך האב א קאזין דארט.
ואגב ,כבר הערתי שחיד"א ווייס אינו קיים ,או חיד"ו או חי"ד ווייס.