בלאט 1 פון 1

די ליבשאפט און דער טױט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 8:45 am
דורך שלום בערגער
געזאָגט האָט אַ פראנצײזישער פילאָסאָף, כ'געדענק נישט װעלעכער, אז דער װאָס ס'האָט זיך קײן מאָל נישט געמאטערט מיט דער פראַגע פון טױט האָט קײן קאָפּ נישט אױף געדאנקען בכלל. כ'װײס נישט אױב דאָס איז אמת, כ'קען א סך מענטשן װאָס האָבן גאָר שארפע קעפּ נאָר די פראָבלעם פון טױט שטײט בײ זײ נישט אױבן-אָן.

אזױ צי אזױ איז ער בײ מיר יאָ תּמיד א גאסט אין מוח. דער טױט באָמבלט זיך מיר אין קאָפ טאָג אײן טאָג אױס, װען נאָר מע נעמט אונטערציִען אַ סך-הכל אונטער די װעלטישע אופטוען.

מע קען אָבער טראכטן װעגן טױט צו פיל, בפרט דערפאר, װאָס דער טױט באגעגנט יעדן נאָר אײן מאָל, און דעמאָלט איז דאָך שױן נאָך אלעמען. ביז יענער רגע מוז מען זיך באפרידיקן מיט זײטיקע קוקן אױפן טױט, גריבלענישן דערינען. דער טױט איז אין דעם פאל ענלעך דער ליבשאפט. מע קען אָן א שיער דרשענען װעגן דער דעפיניציע דערפון און װאָס ס'הײסט זײן פארליבט, אָן דעם, מע זאָל טאקע דערזען יענעם מיטישן פױגל.

קינדװײז, אײדער איך האָב זיך ריכטיק באקענט מיט מײדלעך, האָב איך טאקע געטרױמט װעגן דער ליבשאפט. און אין יענע יאָרן אױך האָב איך געטראכט װעגן טױט. װי אזױ װעל איך אים באַגעגענען װען איך בין שױן אין די יאָרן? װען זאָל איך װיסן, אז כ'האָב גענוג אופגעטאָן בײם לעבן כּדי נישט מורא צו האָבן פארן מלאך-המװת?

שױן עלטער געװאָרן, װײס איך שױן אז אױף די אָ פראגעס איז נישטאָ קײן ענטפער. די ליבשאפט איז א סובסטאנץ װאָס מע קען דערזען אומעטום, און דער טױט איז א װעזן װאָס מע זעט נאָר די גראװיטאציע דערפון נאָר מע באזוכט אהין בלױז אן אײנציק מאָל.

װען די אלע װאָס האָבן דערפילט דעם טױט אױפן אײגענעם הױט זאָלן זיך באקענען מיט די "ריכטיקע ליבהאָבערס," װאָלט אפשר געװען א ממשותדיק התגלות.

בילד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:10 am
דורך פרישער
Zoloft הינדערט מיליגראם פער טאג, מיין פריינט איז אייער ענטפער
מר. בערגער איר האט סימנים פון דיפרעסיא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:38 pm
דורך בן תמליון
פרישער'ל עס איז איראניש איר פארשרייבט רעצעפטן פאר ר' שלום בעת ער אליינס איז א לאנג יעריקער דאקטער זעלבסט. דא איז א פיליזאפישער געטראכטעריי איבערן טויט וואס איז לאו דוקא מרה שחורה סחורה.

דאס וויל איך טאקע פארשטיין ר' שלום, איר זאגט אז ליבע האט איר טאקע געפונען דעם באדייט נאכן לעבן עס בעת דער טויט מוז מען דערלעבן? דוכט זיך אז ליבע איז אויך בעיקר א פאנטאזיע און לעבט בלויז אין די געדאנקען און פילמען פונקט ווי טויט. איז דא וואס קען זאגן בפה מלא ער האט זוכה געווען צו דערלעבן און פארשטיין דעם אמת'דיק אהבה?

אפשר דאס מיינט דער שיר השירים "כי עזה כמות אהבה" דער טויט איז ווי אהבה עס עקזעסטירט אינעם ליידקייט אבער מאכט דעם מענטשהייט קראנק פון טראכטן דערפון.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:33 pm
דורך Starbucks
בן תמליון האט געשריבן:פרישער'ל עס איז איראניש איר פארשרייבט רעצעפטן פאר ר' שלום בעת ער אליינס איז א לאנג יעריקער דאקטער זעלבסט. דא איז א פיליזאפישער געטראכטעריי איבערן טויט וואס איז לאו דוקא מרה שחורה סחורה.

דאס וויל איך טאקע פארשטיין ר' שלום, איר זאגט אז ליבע האט איר טאקע געפונען דעם באדייט נאכן לעבן עס בעת דער טויט מוז מען דערלעבן? דוכט זיך אז ליבע איז אויך בעיקר א פאנטאזיע און לעבט בלויז אין די געדאנקען און פילמען פונקט ווי טויט. איז דא וואס קען זאגן בפה מלא ער האט זוכה געווען צו דערלעבן און פארשטיין דעם אמת'דיק אהבה?

אפשר דאס מיינט דער שיר השירים "כי עזה כמות אהבה" דער טויט איז ווי אהבה עס עקזעסטירט אינעם ליידקייט אבער מאכט דעם מענטשהייט קראנק פון טראכטן דערפון.


זעהט אויס האסט זיך קיינמאל נישט פארליבט אין א רבי צו וואס.

וואס כ'בין געווען אויסן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:54 am
דורך שלום בערגער
דעם פסוק פון שיר-השירים האב איך זיכער געהאט אין זינען. דעם טויט דערלעבט יעדער איינער, און די ליבשאפט - ניט אזוי. אדער גאר פארקערט? ווייל די ליבשאפט איז מיט דער האנט צו דערטאפן אבי וואו, כל זמן מע האלט די אויגן אפן. און דעם טויט איז אוממעגלעך אויסצופארשן ביים לעבן.

אזעלכע ענלעכקייטן און קאנטראסטן האב איך געוואלט ארויסהייבן.

און וואס שייך זאלאפט, איז דער טרויעריקער אמת, אז די פארמאצעווטישע פירמעס האבן אייך אריינגעפירט אין באד. ס'איז נאר טיילווייז עפעקטיוו אין טייל מענטשן. קיין פאנאצעע איז דאס זיכער ניט.

סארא מחייה צו לייענען קלועג קאמענטארן - יישר כוח!

שלום מ-באלטימאר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 8:58 am
דורך diff
תהילים פרק מט
א לַמְנַצֵּחַ לִבְנֵי-קֹרַח מִזְמוֹר.
ב שִׁמְעוּ-זֹאת, כָּל-הָעַמִּים; הַאֲזִינוּ, כָּל-יֹשְׁבֵי חָלֶד.
ג גַּם-בְּנֵי אָדָם, גַּם-בְּנֵי-אִישׁ-- יַחַד, עָשִׁיר וְאֶבְיוֹן.
ד פִּי, יְדַבֵּר חָכְמוֹת; וְהָגוּת לִבִּי תְבוּנוֹת.
ה אַטֶּה לְמָשָׁל אָזְנִי; אֶפְתַּח בְּכִנּוֹר, חִידָתִי.
ו לָמָּה אִירָא, בִּימֵי רָע-- עֲו‍ֹן עֲקֵבַי יְסוּבֵּנִי.
ז הַבֹּטְחִים עַל-חֵילָם; וּבְרֹב עָשְׁרָם יִתְהַלָּלוּ.
ח אָח--לֹא פָדֹה יִפְדֶּה אִישׁ; לֹא-יִתֵּן לֵאלֹהִים כָּפְרוֹ.
ט וְיֵקַר, פִּדְיוֹן נַפְשָׁם; וְחָדַל לְעוֹלָם.
י וִיחִי-עוֹד לָנֶצַח; לֹא יִרְאֶה הַשָּׁחַת.
יא כִּי יִרְאֶה, חֲכָמִים יָמוּתוּ-- יַחַד כְּסִיל וָבַעַר יֹאבֵדוּ;
וְעָזְבוּ לַאֲחֵרִים חֵילָם.
יב קִרְבָּם בָּתֵּימוֹ, לְעוֹלָם-- מִשְׁכְּנֹתָם, לְדוֹר וָדֹר;
קָרְאוּ בִשְׁמוֹתָם, עֲלֵי אֲדָמוֹת.
יג וְאָדָם בִּיקָר, בַּל-יָלִין; נִמְשַׁל כַּבְּהֵמוֹת נִדְמוּ.
יד זֶה דַרְכָּם, כֵּסֶל לָמוֹ; וְאַחֲרֵיהֶם, בְּפִיהֶם יִרְצוּ סֶלָה.
טו כַּצֹּאן, לִשְׁאוֹל שַׁתּוּ-- מָוֶת יִרְעֵם:
וַיִּרְדּוּ בָם יְשָׁרִים, לַבֹּקֶר--וצירם (וְצוּרָם), לְבַלּוֹת שְׁאוֹל; מִזְּבֻל לוֹ.
טז אַךְ-אֱלֹהִים--יִפְדֶּה נַפְשִׁי, מִיַּד-שְׁאוֹל: כִּי יִקָּחֵנִי סֶלָה.
יז אַל-תִּירָא, כִּי-יַעֲשִׁר אִישׁ: כִּי-יִרְבֶּה, כְּבוֹד בֵּיתוֹ.
יח כִּי לֹא בְמוֹתוֹ, יִקַּח הַכֹּל; לֹא-יֵרֵד אַחֲרָיו כְּבוֹדוֹ.
יט כִּי-נַפְשׁוֹ, בְּחַיָּיו יְבָרֵךְ; וְיוֹדֻךָ, כִּי-תֵיטִיב לָךְ.
כ תָּבוֹא, עַד-דּוֹר אֲבוֹתָיו; עַד-נֵצַח, לֹא יִרְאוּ-אוֹר.
כא אָדָם בִּיקָר, וְלֹא יָבִין; נִמְשַׁל כַּבְּהֵמוֹת נִדְמוּ.

מאי דכתיב זה דרכם כסל למו ואחריהם בפיהם ירצו סלה? אמר הקב"ה: יודעים רשעים שדרכם
ואחריתם למיתה, ויש להם חלב על כסלם, שמא תאמר שכוחה היא מהם? תלמוד לומר: ואחריהם
...