בלאט 1 פון 2

אפשערן די כלה ראש חודש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:21 pm
דורך chaim101
איך האב געליינט איבער די הארבקייט פין זיך שערן ראש חודש
ווי אזוי פירט מען זיך ווען מען מאכט חתונה ראש חודש צי מען שערט אפ די כלה צופרי נאך די חתונה אדער מען ווארט אויף נאך ראש חודש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:48 pm
דורך פרישער
האלא ווי אזוי מען מעשר'ט זאלץ ווייסטע שוין?
לחיים ולשלום

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:55 pm
דורך smart man
mazal tov!!! s

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:02 pm
דורך געפילטע פיש
וואס איז דאס "מ"שערט די כלה? האסט איר שוין געפרעגט אויב זי לאזט זיך שערן? האסט געפרעגט דעם חתן? מ'פירט זיך ביי עכטע אידן נישט צו שערן בכלל.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:14 pm
דורך נהורא נפישא
פרישער האט געשריבן:האלא ווי אזוי מען מעשר'ט זאלץ ווייסטע שוין?
לחיים ולשלום

וואס ווילסטו ערשט יעצט געוואויר געווארן דעם חומר פון זיך שערן ר"ח ווילסטו ער זאל שוין וויסן אלעס? זאג מ'ווערט עפעס א ת"ח איבערנאכט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:18 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע! נא נא!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:25 pm
דורך לעמיל
[tag]שמעקעדיג[/tag]
לעצטע מאל איך האב דיך געזעין ביסטו געוועין שווארץ זייט ווען ביסטו רויט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:18 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע! נא נא!

בילד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:38 pm
דורך נהורא נפישא
געפילטע אזוי קאליע צו מאכן אן אשכול.
איין זאך קאן מען אפשר אראפלערנען אז גאר די חתנים שערן זיך ביי די עכטע אידן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:51 pm
דורך געפילטע פיש
קאליע? וואס עפעס קאליע? אויב עפעס מאכן די שערער'ס קאליע א אידישע טאכטער. ער פרעגט מיט אזא תמימות אויב "מ'שערט אפ די כלה" כאילו מ'רעדט דא פון עפעס א חפץ אדער א קליין קינד. דאס איז א האלבוועגס ערוואקסן 18 יעריג מיידל, טאמער וויל זי זיך שערן זאל זי זיך שערן געזונטערהייט, אבער "שערט איר נישט"!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:26 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע, דו שאק'סט דא יעדנ'ס אייער....

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:30 pm
דורך שמו יגער
געפילטע פיש האט געשריבן:קאליע? וואס עפעס קאליע? אויב עפעס מאכן די שערער'ס קאליע א אידישע טאכטער. ער פרעגט מיט אזא תמימות אויב "מ'שערט אפ די כלה" כאילו מ'רעדט דא פון עפעס א חפץ אדער א קליין קינד. דאס איז א האלבוועגס ערוואקסן 18 יעריג מיידל, טאמער וויל זי זיך שערן זאל זי זיך שערן געזונטערהייט, אבער "שערט איר נישט"!

פארוואס זאל מען זי נישט שערן? קודם כל מוז מען נישט רעדן פון א פאל אז מען צווינגט זי, אין לויט ווי די זארגסט דיך אז די מיידל איז שוין אכצען יאר אלט אין האט שוין א אייגענע מיינונג נא קען זיין.... אבער יעדע קהילה און משפחה האט דאך געווענטליך א מסורה אדער מנהג וואס איז אונגענומען ביי זיי אז אזוי פירט מען זיך לגבי זיך שערן אין דאס איז ביי זיי קדוש קדוש אין מען רירט זיך נישט פון די מסורה. נאך איר חתונה אויב די מיידל וויל אדער איר מאן פאלט אזוי איין אדער זיין מנהג אדער מסורה איז נישט אזוי "דעמאלסט" איז נישט שערן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:52 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
נישט אינגאנצען אזוי [tag]שמו יגער[/tag] שוין ליידער מיט געהאלטען א פאל ווי א מאמע האט געשוירען א מיידלס האר נאכן חתונה בשעת ווען פון דאס מיידעלס אויגן פליסן זודיגע הייסע טרערען. דאס מיידעל האט גיאמערט בדמעות רביעית אז זי איז נישט קיין פליכטלינג און זי וויל זיך נישט אפפליכיטלינגען, ס'האט איר אבער געהאלפען א מכה בכותל. די מאמע האט געשניטען מיט אן אכזריות דקדושה שטיקער האר ווי א קצב בבשר חי, בשעת ווען די שוויגער מאמבעלט זיך אונטער: ס'גארנישט זי וועט זיך אי"ה צוגעוואוינען. און די טרערען (און די ליחות האף) פון די כלה האבן זיך אויס געמישט מיט די פאלענדע האר בבחינות דמעות ומי חוטם בשערות נגעו, ה"י.
ומי שלא ראה כלה אומללה זו לא ראה כלה אומללה מימיו.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:13 pm
דורך פרישער
לחיים קימט אהער ביי הודאה איינס, און הייבט אן מיט הלכות ראש חודש
והיא לפלא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:38 pm
דורך געפילטע פיש
שמו יגער האט געשריבן:פארוואס זאל מען זי נישט שערן? קודם כל מוז מען נישט רעדן פון א פאל אז מען צווינגט זי, אין לויט ווי די זארגסט דיך אז די מיידל איז שוין אכצען יאר אלט אין האט שוין א אייגענע מיינונג נא קען זיין.... אבער יעדע קהילה און משפחה האט דאך געווענטליך א מסורה אדער מנהג וואס איז אונגענומען ביי זיי אז אזוי פירט מען זיך לגבי זיך שערן אין דאס איז ביי זיי קדוש קדוש אין מען רירט זיך נישט פון די מסורה. נאך איר חתונה אויב די מיידל וויל אדער איר מאן פאלט אזוי איין אדער זיין מנהג אדער מסורה איז נישט אזוי "דעמאלסט" איז נישט שערן.

מסורה אין קאפ אריין, די באבע וואס האט זיך אנגעהויבן שערן האט דאך עובר געווען אויף איר מסורה פון זיך נישט שערן, די הייליגע אימהות האבן דאך געהאט תלתלים שחורים כעדר העיזים, טא פון וואו נעמט זיך די חוצפה אראפצונעמען די ניצוצות וואס ברענגען די צנורות פון שפע אויף דעם וועלט? די גרויסע סודות וואס זענען מרומז אין שיר השירים אויף יעדע האר, יעדע האר שניידט אוועק א גוטע מלאך...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:04 pm
דורך שמו יגער
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמו יגער האט געשריבן:פארוואס זאל מען זי נישט שערן? קודם כל מוז מען נישט רעדן פון א פאל אז מען צווינגט זי, אין לויט ווי די זארגסט דיך אז די מיידל איז שוין אכצען יאר אלט אין האט שוין א אייגענע מיינונג נא קען זיין.... אבער יעדע קהילה און משפחה האט דאך געווענטליך א מסורה אדער מנהג וואס איז אונגענומען ביי זיי אז אזוי פירט מען זיך לגבי זיך שערן אין דאס איז ביי זיי קדוש קדוש אין מען רירט זיך נישט פון די מסורה. נאך איר חתונה אויב די מיידל וויל אדער איר מאן פאלט אזוי איין אדער זיין מנהג אדער מסורה איז נישט אזוי "דעמאלסט" איז נישט שערן.

מסורה אין קאפ אריין, די באבע וואס האט זיך אנגעהויבן שערן האט דאך עובר געווען אויף איר מסורה פון זיך נישט שערן, די הייליגע אימהות האבן דאך געהאט תלתלים שחורים כעדר העיזים, טא פון וואו נעמט זיך די חוצפה אראפצונעמען די ניצוצות וואס ברענגען די צנורות פון שפע אויף דעם וועלט? די גרויסע סודות וואס זענען מרומז אין שיר השירים אויף יעדע האר, יעדע האר שניידט אוועק א גוטע מלאך...

מסכים. לאמיר צוריקגיין אין היסטאריע ווען מען האט אנגעהויבן זיך יא צו שערן די האר אויב איך מאך נישט קיין טעות איז עס געקומען צוליב די גזירות אין כדי צו זיין פארמיעס'ט ביים גוי אין דאס וועט העלפן צו זיין אפגעזונדערט אדרבה פליז זיי מיך מתקן מיט א מקור ווען אין פארוואס מען האט יא זיך אנגעהויבן צו שערן (איך ווייס איך האב נישט געברענגט א מקור צו מיין השערה......)
אבער איינמאל עס איז אזוי געווארן זענען דא וואס זענען זייער מקפיד אפילו אויף אזוי ווייט נישט צו עסן פון א שוחט וואס די ווייב שערט זיך נישט אין ווי איך האב געזאגט איש כפי מנהגו
אין לגבי צוואונגען איך הייס נישט אין האלט נישט פון צוואונגען אבער א מיידל אין דעם גיל אפילו זי איז שוין א בעלת דעת וויל איך פארשטיין פארוואס וויל זי נישט גיין אין די וועגן פון אירע עלטערן??? אזויפיל קלוגער?? אדורך געטון די ענין פארוואס יא אדער נישט אזוי גרונטליך פון א השקפה פונקט?? אדער איז עס ווייל דער אין יענער האט געזאגט??
דאס איז מיין קשיה פארוואס וויל זי נישט???

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:53 pm
דורך געפילטע פיש
אויף ווי ווייט איך ווייס איז נישט קלאר פונקט ווען און פארוואס דאס האט זיך אנגעהויבן, אבער דאס איז יא קלאר, אז די אלע אידישע מקורות און טעמים זענען געקומען לאחר המעשה, און נישט אז דאס איז געווען א תקנה מתחילה, ווען יא וואלט דאך געווען קלארע מקורות דערפאר.

מסתבר איז אז מ'האט זיך אנגעהויבן אין אמונות תפילות וואס מ'האט אויפגעפיקט ביי די פרימיטיווע פויערישע שכנים.

על אודות שאלתך פארוואס די מיידל וויל נישט, גערעכט, רוב מאל האט זיי נישט קיין שכל זיך קעגן צו שטעלן, און אויב יא איז עס נישט ווייל זיי האט עס דורכגעטוהן, אבער וועסטו פרעגן די זעלבע שאלה אויף א כלה פון די כת השאלים וואס ווייל נישט גיין מיט א בורקע?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:00 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה האט מען דאס שוין איבערגעקייעט אין אנדערע אשכולות. דערווייל שטייט חיים נעבעך און ווארט אויף א תשובה, און מען ענטפערט אים מיט דברים של מה 'בכך'... (כ'וויל עס נישט שרייבן אויף פרידיש...)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:06 pm
דורך היימישער ליטוואק
דער איסור און עוולה פון שערן און מנוול זיין א אידיש טאכטער שטייגט איבער דער איסור פון שערן ר"ח

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:09 pm
דורך שמעקעדיג
עס קען נישט זיין אז די וועד ארבע ארצות האבן נישט געוואוסט פון דעם איסור און עוולה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:14 pm
דורך היימישער ליטוואק
בימיהם קען זיין איז דאס נישט גווען א עוולה

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:14 pm
דורך אשכולות אויפוועקער
אויפגעוועקט
לכבוד ר''ח

נשלח: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:55 pm
דורך גנדי
אשכולות אויפוועקער האט געשריבן:אויפגעוועקט
לכבוד ר''ח


ווער מאכט חתונה אין ספירה?