בלאט 1 פון 8
וואלן אין אוטרעמאנט, מאנטריאל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 3:12 pm
דורך שושן פורים
עס טוט זיך לעבעדיג אין מאנטריאל איבער די וואלן וואס גייט פארקומען אין מאנטריאל אין אפאר וואכן ארום.
פון איין זייט לויפט א פרוי מינדי פאללאק, א אקטיוויסט שוין א שיינע פאר יאר צו פארבעסערן די באציאונגען מיט די גוי'אישע שכנים און נאך, און זי האט שוין אויפגעטון אסאך,
ווען זי האט געמאלדן איר קאנדידאטור האט זיך קיינער נישט קעגנגעשטעלט אפילו רבנים, קיינער האט נישט גע'טענה'ט אז ס'איז א הלכה פראבלעם, אפילו ר' משה מנחם טירנויער האט נישט ארויסגעשטעלט קיין קעגנערשאפט.
למעשה האבן אפאר עקסטרעמיסטן אנגעהויבן צו פארפירן ביי טירנויער אז היתכן, אינדארסירן א פרוי און נאכדערצו א היימישע, עס איז א פירצה שאין כדוגמתה, און עס וועט צוברענגען אז אנדערע זאלן מורה היתר זיין, כאילו א טאג נאכדעם גייען אלע סאטמארע תלמידות אריינגיין אין פאליטיק, האט ער אנגעהויבן צו פארפירן איבער די געפערליכע פירצה, בנוסף צו דעם האבן אפאר עסקנים זיך אויפגערעגט אויף איר , ווייל עפעס האט זי נישט געוואלט פאלגן וואס זיי האבן געוואלט, און זיי האבן מחליט געווען אז מ'שטיצט איהר נישט, און זענען געגאנגען אנהעצן רבנים קעגן איר, בקיצור ס'איז געווארן פרייליך.
למעשה האט זיך בעלזער דיין אויפגעשטעלט און געזאגט אז עס איז א פאליטישע שאלה, גארנישט צו טון מיט רבנים, מילא האט ער נישט וואס אריינצורעדן,
בקיצור די קאשע האלט זיך אינמיטן קאכן, עמער זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן דא....
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 4:47 pm
דורך אוהב ספרים
געהעריג א הלכהדיגע שאלה, עיין ערך בחירות און ארץ ישראל, בחירות לנשים, עס איז דא אויף דעם קול קורא'ס פון הרב דיסקין כמדומני
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
די אלע אקטיוויסטן, עקסטרעמיסטן און אזוי גערופענע קנאים וועלכע זענען לכאורה מקנא קנאת ה' צב' ווילן ענדערש אנהאלטן דעם מצב אזוי ווי ס'איז געוועהן די לעצטע פאר יאהר ווען די אנטיסעמיטן למיניהם ובראשם סעללין פארזשעי און זשאן לא-סערט ימ"ש האבן זיך פארמאסטן ענג צו מאכן פאר די אידישע איינוואוינערס פון די געגנט. ספעציעל לא-סערט, וועלכער האט א בלאג (אויף פראנצויזיש) וואו ער העצט די גוי'אישע באפעלקערונג אקעיגן די אידן, מיט די שטיצע פון זיינע גלחים. יעצט אז ס'זעהט זיך שוין בעז"ה א שטיקל ישועה פאר די אידן, וואס מ'האפט בעז"ה אז מ'וועט קענען פטור ווערן פון די פארשאלטענע שונאי ישראל. ווייל ערשטנס, די ארגאניזאציע וואס מס. מ. פאללאק האט אויפגעשטעלט ברענגט צוזאמען די אידישע איינוואוינער מיט להבדיל זייערע גוי'אישע שכינים זיך אדורכצורעדן איבער אלע פראבלעימען וואס מאכן זיך. און א פאר ערנסטע (גוי'אישע) פאליטישנס האבן זיך צוגעשטעלט צו די אידן און מ'האפט אז די שונאי ישראל וועלן ליידן א שטארקע פאליטישע מפלה. אין אזא זמן קומען אונזערע "צדיקים" און ווילן אלעס חרוב מאכן. דער מצב אין מאנטריאל איז אינגאנצן אנדערש ווי אין וויליאמסבורג, וואו די גוי'אישע באפעלקערונג באטראכט די אידן אזוי ווי די גויים אין פוילן אדער אונגארן. אין וויליאמסבורג, למשל קענמען זיך ערלויבן אז אזעלכע אינשי דלא מעלי ווי הערשל קלאר און צימערמאן זאלן משוגע מאכן דעם עולם. אבער אין מאנטריאל קען דאס ח"ו ברענגען צו א מצב אז א חסידיש'ער איד זאל נישט קענען וואוינען דארט.
א בריוו וואס פארט ארום אין מאנטריאל
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:04 am
דורך שושן פורים
חשובע תושבי אוטרעמאנט כל אחד בשמו הטוב יבורך!!!!!
ווי יעדער איינער ווייסט, גייען פארקומען וואלן אין די קומענדיגע וואכן איבער ווער זאל אונז פארטרעטן אין די בארא קאנסול די קומענדיגע פאר יאר.
ליידער פארשטייט יעדער גוט די מצב אין וואס מיר געפונען זיך יעצט, ווי מען זוכט אונז צו באגרעניצן און באשמיצן איבעראל, ממילא פארשטייט יעדער איינער די וויכטיגקייט פון די קומענדיגע וואלן.
בכל אופן איז זיכער אז מיר מיזן "פאקטיש" אריינשטעלן איינעם, נישט בלויז ווייזן א בלאק וואוט.
איז פון איין זייט האבן מיר א קאנדידאט מרת מ. פאללאק, א פרוי וואס האט זיך איבערגעגעבן פאר אונזער קאמיוניטי די לעצטע פאר יאר מיט אויסערגעווענליכע געטריישאפט, אסאך געהאלפן פארבעסערן אונזער אימעדזש אין די פרעסע, וכדו' וכדו'.
לכאורה האט זי די בעסטע שאנסן צו אריינקומען, פון איין זייט די שטיצערס פון די פארטיי אונטער וואס זי לויפט, און אזוי אויך די שטיצערס פון איר "פרענד אף האטשיסאן "גרופע, נאך א מעלה אז זי איז א פרוי קען זי באקומען נאך א שיינע פאר שטימען, וכהנה, והעולה על כולנה אז מיר יודן וועלן וואוטן פאר איר איז עס לכאורה א זיכערע געווינס.
אבער פון די אנדערע זייט איז דא א גרופע צומישטע אזויגערופענע "עסקנים", וואס פונקטליך וואס זיי האבן שוין אויפגעטון דא אין שטאט ווייסט קיינער נישט, און פאר סאם ריזען האבן זיי דעסיידעט אז פאללאק איז נישט גוט פאר זיי, וועמען יא ווייסן זיי אויך נישט, קודם איינעם פימא, פימא נישט וועט מען טרעפן גאלדבערג, מארגן וועט זיך גאלדבערג אפזאגן וועט מען טרעפן א דריטן, אבי נישט פאללאק. פארוואס? זענען זיי אליינס צומישט, איינער זאגט ווייל זי איז א פרוי, א צווייטער זאגט א פרוי איז נישט קיין פראבלעם ער וואלט גערן געוואוט פאר איר פראדזשעקט, מאנטריאל איז די פראבלעם, א דריטער שרייט זי איז צו ניי אין די ליין און אן עקספיריענס, א פערטער שרייט זי איז צו לאנג אין די ליין און זיצט מיט גוי'טעס און איז קאליע געווארן, איינער שרייט זי האט די חוצפה צו לאזן הענגען פיקטשערס פון זיך, א צווייטער שרייט גאר אז זי האט נישט קיין זעלבסטזיכערקייט, בקיצור א צומישעניש חושך ענן וערפל, קיינער שטימט נישט מיטן צווייטן און יעדער אליינס שרייט יעדן טאג עפעס אנדערש,
הצד השווה אז זיי שוימען פאר כעס אז פאללאק האט געהאט די חוצפה זיך ארויסצושטעלן אן פאלגן פונקטליך אלע משוגעתן און קאפריזן פון די אזוי גערופענע באלעבאטים פון מאנטריאל.
און לאמיר שוין זאגן אז מ'וועט יא גיין פאר זייער קאנדידאט, איז דא שוואכע שאנסן אז ער זאל געוואונען בלויז מיט אונזערע וואוטס, מ'דארף האבן הילף פונדרויסן וואס פון דעם האט פאללאק די והותר.
איז לאמיר זיך צאמנעמען, מיר קענען נישט ערלויבן צו ספליטן אונזער וואוט, זאל יעדער גיין וואוטן מ. פאללאק פאר בארא קאונסיל.
ובשם השם נעשה ונצליח.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:03 pm
דורך berlbalaguleh
שושן: אלס א געוועזענער איינוואוינער אין מאנטריאל פארשטיי איך אביסל די פראבלעמען וואס דער היימישער עולם גייט אדורך. אזוי ווי כ'האב שוין דערמאנט אין מיין פריערדיגע תגובה אז מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג. מ'קען זיך נישט ערלויבן נאכצוטאנצן מיט אלע משוגעת'ן פון די פאררוקטע ליידיגגיערס. אפילו אין וויליאמסבורג האבן זיי אנגעמאכט א סאך פאליטישן שאדן ווען זיי האבן מוחה געווען אקעיגן דעם פאליטישן קאנדידאט פאר מעיאר, בילל טאמפסאן, אונטער וועלכן די ערנסטע קהילה פירערס האבן זיך פאראייניגט. און אוודאי אין אזא פארהעלטניס מעסיג קלענערע שטאט ווי מאנטריאל און מיט די מענטאליטעט פון די פראנצוזישע באפעלקערונג איז זייער וויכטיג אז אזא קאנדידאט ווי מס. מינדי פאללאק זאלל אריינקומען אין בארא קאונסיל. ווייל דער קאנדידאט פאר מעיאר רעכנט אויכעט אויף די שטיצע פון היימישן עולם בכלל און אין אוטרעמאנט בפרט. וואס דאס וועט געיבן א שטארקע פאליטישע מפלה פאר אללע לאקאלע שונאי ישראל ווי לא-סערט ימ"ש. ווייל מיר דארפן געדענקען אז די גלחים און די פראנצויזישע באפעלקערונג שטיצן איהם אויכעט שטילערהייט. נאר אויב מ'וועט זיך מאכן נאריש קענען זיי ח"ו האבן ידם על העליונה. א שטיקל לימוד זכות איז אז דער עולם איז נאאיוו. זיי ווייסן אפשר נישט ווי ווייט דער רשע לא-סערט ימ"ש העצט אקעיגן אידן, און לא פרעסס איז אויך נישט בעסער אין זייערע באשרייבונגען איבער די אידישע באפעלקערונג.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:06 pm
דורך שושן פורים
זיי וויסן שוין איינמאל וואס לאסערט קען אלץ אפטוהן עס איז בעיסיקלי א פייט פון גם לי גם לך לא יהיה
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:13 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים האט געשריבן:זיי וויסן שוין איינמאל וואס לאסערט קען אלץ אפטוהן עס איז בעיסיקלי א פייט פון גם לי גם לך לא יהיה
זענען זיי דאך רשעים און משוגעים. איך מיין אויך אזוי. וועלכער אידישער איינוואוינער האט דען נישט געשפירט די מעשי רשעות פון איהם. בד"וו. כ'האב אביסל אריינגעבליקט אין זיין בלאג. ער איז דאך פול מיט העצע און רישעות אקעיגן די אידן. און זיינע גלחים געבן איהם מסתמא א קלאפ אויפ'ן פלייצע. "גוד באי". ער פייט אקעיגן די אידן. וכדי בזיון וקצף.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:21 pm
דורך berlbalaguleh
שושן פורים: איין בקשה האב איך. אזוי ווי ס'גייט זיין שטאטישע וואלן ערגעץ אין נאוועמבער (לפי זכרוני.) פליס האלט דעם עולם וועים ס'אינטרעסירט דער מצב פון אידישן עולם אינפארמירט איבער דעם דאטום פון די בחירות (הטמאות?
( און אלעס ארום דעים. לאמיר האפן צו השי"ת אז די יודן וועלן האבן א ישועה. ייש"כ.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:45 pm
דורך אדם הראשון
היינט איז די וואלען,
נאך א פאר שעה און מען וועט וויסען ווער ס'האט געווינען,
אין דער באשעפער זאל העלפען אז די שונאי ישראל זאלען האבען א מפלה,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 4:03 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער דאך אז עטליכע רבנים זענען שטארק אנטקעגן וואוטן פאר די פרוי.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:03 pm
דורך אדם הראשון
מען האלט נאך אינמיטען ציילען אבער דערווייל קוקט עס אויס זייער נישט גוט.....
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:11 pm
דורך אדם הראשון
דא קען מען זעהן די אנטיסעמיטישע בלאג פין דעם צורר היהודים Pierre Lacerte, וואס דערווייל ביים ציילען האט ער איבער 20 % מער ווי די נעקסטע נאך עים,
כ'לייג די לינק דורך גוגעל טרענסלעיט, כדי מען זאל עס קענען ליינען אין ענגליש,
http://translate.google.com/translate?s ... spot.ca%2F
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:14 pm
דורך אדם הראשון
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:32 pm
דורך אדם הראשון
ס'קען זיין אז די יעצטיגע ריזאלטס מיינען נאך גארנישט, ס'קען זיין ס'איז די ריזאלטס פין די עדווענס וואוטינג,
עמער ציווארטען אין זעהן, לאמיר האפען אז דער באשעפער זאל העלפען, אז די שונאי ישראל וועלען האבען א מפלה, אין שנעל גיין אין די אדמה,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:07 pm
דורך אדם הראשון
ס'הייבט שוין ב"ה אן צי אויסקוקען בעסער !
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:17 pm
דורך בן תמליון
זיי זאגן נישט וויפיל מען האט שוין געציילט. איז דא די נומערן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:20 pm
דורך אדם הראשון
אייןם זאך איז שוין קלאר אז ווען נישט די ציטיילטע יודישע וואוט וואלט דער צורר היהודים לאסערט זיכער פארלוירען,
יעצט דארף מען ווארטען צי זעהן צי למעשה לויט די יעצטיגע מצב ווער ס'האט געווינען, ס'קען נאך זיין מייניך אז מיסיס פאללאק וועט געווינען,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:21 pm
דורך אדם הראשון
כ'האב שוין פריער געלייגט ס'לינק, אבער ס'שטייט נישט וויפעל פראצענט איז געציילט מממילא איז שווער צי וויסען,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:26 pm
דורך בן תמליון
עס ריקט זיך נענטער. שוין א פאר פראצענט אינטערשייד.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:37 pm
דורך בן תמליון
מינדי פאלאק איז יעצט העכער!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:48 pm
דורך אדם הראשון
ווי עס קוקט יעצט אויס גייט מיסיס פאללאק געווינען,
אין דאס איז שוין מיט א ציטיילטע יודישע וואוט,
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:49 pm
דורך בן תמליון
עס שטייט נישט וויפיל מען האט געציילט אבער זי האלט יעצט העכער מיט 6 פראצענט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 10:52 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פאר וועם האבן דע אנדערע אידן געוואיט?