בלאט 1 פון 2
נאבעל פרייז געווינער - חסידים
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:09 pm
דורך יואליש
ס'איז באקאנט די שענדליכע אנטיסעמיטיזים וואס הערשט אין אסלא קעגן חסידישע אידן. פון די אלע נאבעל פרייז געווינער דורכאוס די יארן זענען פארהאן
פיל אידן, אבער קיין איין חרידי'שע איד. דאס קען נישט זיין קיין פערצופאל, זינט עהרליכע אידנטום באטרעפט א באדייטענדע חלק פון די אלוועלטליכע אידישע אפשטאמיגע, אבער צווישן די געווינער זעהן זי זיך בכלל נישט אן, איז מוכרח אז אסלא איז אויף אן ליבעראלע אנטי-רעליגיע מלחמה. אנדערש איז סטאטיסטיקלי נישט מעגליך.
ס'איז צייט צוריקצושמייסן. מיר וועלן באקרוינען אונזערע אייגענע נאבעל פרייזן!
לאמיר אנהייבן מיט די נאמינאציע פראצעס און אים ר"ח אדר ב' וועלן די ענדגילטיגע געווינער באעהרט ווערן.
חסידיש נאבעל פרייז,
ליטארעטור: דבר יום ביומו
חסידיש נאבעל פרייז,
מעדעצין: מרת ווידער
חסידיש נאבעל פרייז,
עקאנאמיקס: כולל חצות
חסידיש נאבעל פרייז,
פיזיקס: פלאסטישע בעג שוץ נגד טומאת מת שבוקעת ועולה
חסידיש נאבעל פרייז,
כעמיסטריי: כרייענעיז
חסידיש נאבעל פרייז,
שלום: וואסידאס?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:14 pm
דורך דער (פינטעל) איד
חסידיש נאבעל פרייז, אויפגעקלערטע פעסטע חברה: קאווע שטיבעל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:17 pm
דורך יואליש
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:חסידיש נאבעל פרייז, אויפגעקלערטע פעסטע חברה: קאווע שטיבעל
וחוט המשולש; איין הודעה, איין לייק געגעבן איין לייק באקומען, און אלעס אין איין אשכול.
שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:19 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איין הודעה
איין לייק געגעבן און
איין לייק גענומען אלעס אין
איין אשכול = 4... איז נישט א משולש

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:21 pm
דורך יואליש
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איין הודעה
איין לייק געגעבן און
איין לייק גענומען אלעס אין
איין אשכול = 4... איז נישט א משולש

בלויז דריי ווערט רעקארדירט דארט אויפן לינקע זייט. אבער צדקה ממני, און די נאבעל פרייז אין מאטעמאטיק איז נאך אפען....
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:ס'איז באקאנט די שענדליכע אנטיסעמיטיזים וואס הערשט אין אסלא קעגן חסידישע אידן. פון די אלע נאבעל פרייז געווינער דורכאוס די יארן זענען פארהאן
פיל אידן, אבער קיין איין חרידי'שע איד. דאס קען נישט זיין קיין פערצופאל, זינט עהרליכע אידנטום באטרעפט א באדייטענדע חלק פון די אלוועלטליכע אידישע אפשטאמיגע, אבער צווישן די געווינער זעהן זי זיך בכלל נישט אן, איז מוכרח אז אסלא איז אויף אן ליבעראלע אנטי-רעליגיע מלחמה. אנדערש איז סטאטיסטיקלי נישט מעגליך.
ס'איז צייט צוריקצושמייסן. מיר וועלן באקרוינען אונזערע אייגענע נאבעל פרייזן!
לאמיר אנהייבן מיט די נאמינאציע פראצעס און אים ר"ח אדר ב' וועלן די ענדגילטיגע געווינער באעהרט ווערן.
חסידיש נאבעל פרייז,
ליטארעטור: דבר יום ביומו
חסידיש נאבעל פרייז,
מעדעצין: מרת ווידער
חסידיש נאבעל פרייז,
עקאנאמיקס: כולל חצות
חסידיש נאבעל פרייז,
פיזיקס: פלאסטישע בעג שוץ נגד טומאת מת שבוקעת ועולה
חסידיש נאבעל פרייז,
כעמיסטריי: כרייענעיז
חסידיש נאבעל פרייז,
שלום: וואסידאס?
אלץ א מבין אויף ליטערארור וואלט איך ענדישער געשטיצט די גוט מארגן אנשטאטס דבר ביומו. (אויך ווייל איך בין א שטיקעל אהרוני)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:38 pm
דורך געפילטע פיש
איים סארי, אבער אויב גייט ספעלינג און גראמאטיק אריין אין כלל פון ליטעראטור, דאן איז הידעת די אנקאנטעסטעד ווינער.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:39 pm
דורך פרישער
ווער ברויך ליטערעטאר ווען מיר האבן ק"ש
ווער ברויך מעדעצין ווען מיר האבן תהילם כולל
ווער ברויך עקענאמיקס ווען מיר האבן זיבן זאכן
ווער ברויך פיזיקס ווען מיר האבן ביטחון
ווער ברויך קעמעסטרי ווען מיר האבן פילטערס
ווער ברויך שלום ווען מיר האבן רבי'ס
מיר זענען חסידים, ביזן עק
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 6:46 pm
דורך היימישער ליטוואק
חסידיש נאבעל פרייז, פיזיקס: "לעשן" עין הרע דורך גיסן בליי. קען זיין אז יענער געוואונט אויך דעם פרייז אויף עקונאמיקס...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:03 pm
דורך מנשה לוסטיג
די בעסטע ביכל פארקויפט - 'אתהלך' - פון אהרן מרגלית
די אינטערעסאנטסטע שלום - מענדל סרוליק
[אזוי ווייטער מעגן מיר שרייבן אמת'ע פאקטן נישט נאר אויסגעזויגענע פון פינגער]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:31 pm
דורך געפילטע פיש
קעמיסטרי איז פאר גוים, מיר האבן שדכנים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 7:46 pm
דורך קינות גירושין
אלטוועלטליכער געווינער אויף קאמעדי, מנשה לוסטיג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:06 am
דורך יתרו
יואליש האט געשריבן:פון די אלע נאבעל פרייז געווינער דורכאוס די יארן זענען פארהאן פיל אידן, אבער קיין איין חרידי'שע איד. דאס קען נישט זיין קיין פערצופאל, זינט עהרליכע אידנטום באטרעפט א באדייטענדע חלק פון די אלוועלטליכע אידישע אפשטאמיגע, אבער צווישן די געווינער זעהן זי זיך בכלל נישט אן, איז מוכרח אז אסלא איז אויף אן ליבעראלע אנטי-רעליגיע מלחמה. אנדערש איז סטאטיסטיקלי נישט מעגליך.
נישט אמת, פאר א פאר יאר צוריק האט א חרדי'שער מזרחיסטישער רעליגיעזער באבערדעלטער איד געווינען די נאבעל אויף עקינאמיקס. ער האט געטראגען א גרויסע קאפל מיט א לאנגע ווייסע בארד ביי די צערמאניע און געמאכט א ברכה שחלק מכבבודו לבשר ודם אויףן קעניג דארט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:17 am
דורך יואליש
יתרו האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:פון די אלע נאבעל פרייז געווינער דורכאוס די יארן זענען פארהאן פיל אידן, אבער קיין איין חרידי'שע איד. דאס קען נישט זיין קיין פערצופאל, זינט עהרליכע אידנטום באטרעפט א באדייטענדע חלק פון די אלוועלטליכע אידישע אפשטאמיגע, אבער צווישן די געווינער זעהן זי זיך בכלל נישט אן, איז מוכרח אז אסלא איז אויף אן ליבעראלע אנטי-רעליגיע מלחמה. אנדערש איז סטאטיסטיקלי נישט מעגליך.
נישט אמת, פאר א פאר יאר צוריק האט א חרדי'שער מזרחיסטישער רעליגיעזער באבערדעלטער איד געווינען די נאבעל אויף עקינאמיקס. ער האט געטראגען א גרויסע קאפל מיט א לאנגע ווייסע בארד ביי די צערמאניע און געמאכט א ברכה שחלק מכבבודו לבשר ודם אויףן קעניג דארט.
דערפאר האב איך געשריבן "חרידיש". דו מיינסט דער מאטאמאטיקער
ישראל אומן. און אפי' מיט אומן, איז דער איינער עהרליכער איד בלויז איינס פון איבער 150. זייער נישט פראפארשאנעל צו די אלגעמיינע עהרליכע דעמאגרעפיקס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 1:38 pm
דורך [NAMELESS]
סתם אנטיסעמיטיש און אנטי חרדיש, ליצנות'דיג און סעלף העיטינג.
קען נישט מנשה לוסטיג - שפיצער באקומען די נאבל פרייז פאר פיזיקס פאר זייער חידוש פון קארטאפל און קלארין וואסער אויף א בריה?
קען נישט מיילעך שטערן און ימ סופר באקומען די נאבל פרייז פאר ליטעראטור? פרעג ר' בערל בעל עגלה.
קען נישט די ארבעטס פארמיטלונג פאראיין געווינען די נאבל פרייז פאר עקאנאמיקס?
קען נישט יאראוויטש באקומען די נאבל פרייז פאר כעמיסטרי פאר זיינע טראפן וואס העלפן פאר קאנסיטיפאציע, שלשול, לערנינג דיסאביליטי, קענסער, א צוג, און העמעראוידס?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:00 pm
דורך ממרום שלח אש
מענין לענין...
והיה שארית יעקב בקרב עמים רבים, כטל מאת ה' כרביבים עלי עשב
והיה שארית יעקב בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן
23% פון די מקבלי הנאבעל פרייז זענען אידען.
בשעת אידן זענען בלויז 0.2% פון די וועלטס באפעלקערונג.
וויפיל מען זאל עס נאר ראציאנאליזירן גיבט עס א לייכטע שוידער לאדם המשכיל.
זע ליסטע דא, אין אנדערע פרסים זענען זייערע נומערן נאך העכער
http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:52 pm
דורך [NAMELESS]
החכם ר' יודל האט בשעתו געהאט א לאנגע הערליכע אשכול איבער די נושא. פון די שענסטע אשכולות אין שטיבל.
ילנקקן המלנקים כלקנוק השור.
אוי עס בענקט זיך צו יידל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:54 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקוס האט געשריבן:אוי עס בענקט זיך צו יידל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:59 pm
דורך ממרום שלח אש
יידל איז נישטא מער? גארנישט געוויסט דערפון?
איך דריי מיך שוין נישט דא אפט, אבער ווילאנג ער קומט מיר נישט זאגן בחלום מה נעשה בדינו, איז ער בחזקת חיים, ווייל ער האט קיינמאל נישט עובר געווען אויף קיין תקיעת כף.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:11 pm
דורך מנשה לוסטיג
קינות גירושין האט געשריבן:אלטוועלטליכער געווינער אויף קאמעדי, מנשה לוסטיג
How common a person get a compliment like that?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 4:22 pm
דורך היימישער ליטוואק
ממרום שלח אש האט געשריבן:מענין לענין...
והיה שארית יעקב בקרב עמים רבים, כטל מאת ה' כרביבים עלי עשב
והיה שארית יעקב בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן
23% פון די מקבלי הנאבעל פרייז זענען אידען.
בשעת אידן זענען בלויז 0.2% פון די וועלטס באפעלקערונג.
וויפיל מען זאל עס נאר ראציאנאליזירן גיבט עס א לייכטע שוידער לאדם המשכיל.
זע ליסטע דא, אין אנדערע פרסים זענען זייערע נומערן נאך העכער
http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html
אין דיין פסוק שטייט והיה שארית יעקב
האשכנזים בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן?
אין אנדערע ווערטער, אויב איז דאס א יידישע אייגנשאפט דאן פ"וו זענען די נישט-אשכנזישע יידן אונטער-רעפרענזענטירט?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 6:27 pm
דורך ממרום שלח אש
היימישער ליטוואק האט געשריבן:ממרום שלח אש האט געשריבן:מענין לענין...
והיה שארית יעקב בקרב עמים רבים, כטל מאת ה' כרביבים עלי עשב
והיה שארית יעקב בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן
23% פון די מקבלי הנאבעל פרייז זענען אידען.
בשעת אידן זענען בלויז 0.2% פון די וועלטס באפעלקערונג.
וויפיל מען זאל עס נאר ראציאנאליזירן גיבט עס א לייכטע שוידער לאדם המשכיל.
זע ליסטע דא, אין אנדערע פרסים זענען זייערע נומערן נאך העכער
http://www.jinfo.org/Nobel_Prizes.html
אין דיין פסוק שטייט והיה שארית יעקב
האשכנזים בגוים בקרב עמים רבים. כאריה בבהמות יער, ככפיר בעדרי צאן?
אין אנדערע ווערטער, אויב איז דאס א יידישע אייגנשאפט דאן פ"וו זענען די נישט-אשכנזישע יידן אונטער-רעפרענזענטירט?
און דיין פסוק שטייט אנשים? פארוואס זענען פרויען אונטער רעפרעזענטירט?
נישט קיין חכמה זיך נעמען שניידן די פאפיולאציע אויף אלע אופנים און פרעגן קושיות, ווילאנג סשטייט נישט אין פסוק אז עס וועט זיין אייניג דיסטריביוטירט צווישן אלע דעמאגראפיעס קריכסטו סתם אויף גראדע ווענט. די פסוק רעדט פון די נעט רעזולטאט, די אפעקט פון שארית יעקב אויף עמים רבים.
או יאמר, אז מכאן ראיה אז די ספרדים זענען נישט קיין ריינע אידן, א שאד הרב עובדיה לעבט שוין נישט, עס וואלט געווען ווערט אלע געלטער צו זען זיין רעאקציע צו די באהויפטונג.
או יאמר אז די ווייסע אידן זענען נישט קיין אידן, אזוי ווי סדא פארשער וואס טענהן, ממילא איז שוין מובן די לשון "שארית" יעקב, מיר זענען עפעס אזא ערב רב, וואס האבן זיך צוגעטשעפעט.
קענסט טשוזען וועלכע תירוץ די ווילסט און נאכזאגן אין דיין נאמען.
נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:30 am
דורך מנשה לוסטיג
מנשה לוסטיג האט געשריבן:קינות גירושין האט געשריבן:אלטוועלטליכער געווינער אויף קאמעדי, מנשה לוסטיג
How common a person get a compliment like that?
דאס איז נאר די התחלה