בלאט 1 פון 2

אלטע פארזעצונגען אין דער בלאט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:13 am
דורך אליצפן
איינער געדענקט נאך די אין די שנים קדמוניות ווען דער בלאט פלעגט האבן מעכטיגע דראמאטישע מעשיות אין זייערע פארזעצונגען? יוי איז דעיס געווען גוט.
זיי פלעגן נעמען מעשיות גראד ארויס פון גוי'אישע מאוויס און עס איבערטייטשן אויף יודיש און מאכן דערפון א פארזעצונג. (מסתמא אן נעמען רשות פון די קאפירייט האלטער...)
איינמאל האבן זיי געהאט די מעשה פון די מאווי Ransom, ממש א צודרייטע מעשה פון א קידנעפינג וואס די פאליציי דעטעקטיוו איז געווען אינוואלד. גאר אינטערסאנט געווען.
אן אנדער מאל האבן זיי גענומען די מעשה פון דער באקאנטע מאווי Behind enemy lines, ווי א מיליטערישער פילאט איז אראפ געשאסן געווארן אונטער פיינטליכע ליניעס און געלאפן פאר זיין לעבן פאר עטליכע טעג. זיי האבן אויך געהאט גאר אסאך מעשיות מיט שפיאנען, fbi, cia, וכדו'.
יענע צייטן פלעג איך ערליך קויפן די בלאט יעדע וואך נאר צוליב די פארזעצונגען, היינט קוק איך עס נישט אן ווי גרויס די יאר איז.
וויל איך פרעגן צו דער עולם געדענקט נאך עפעס מעשיות פון דארט, און אויף וועלכע מאווי מ'קען דאס וואטשן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:35 am
דורך שמעקעדיג
איך געדענק נאך דעם פארזעצונג פון די איבערפאל אויפן פעדעקס עראפלאן. זייער דראמאטיש געווען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:07 pm
דורך אליצפן
שמעקעדיג האט געשריבן:איך געדענק נאך דעם פארזעצונג פון די איבערפאל אויפן פעדעקס עראפלאן. זייער דראמאטיש געווען.

יא דעיס איז געווען די סאמע ערשטע פארזעצונג אין די בלאט אונטערן קעפל 'די אומגעלונגענע נקמה אקציע', גאר אינטערסאנט געוועזן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:40 pm
דורך גלות יוד
איך געדענק א מעשה פון james bond

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:10 pm
דורך קרעקער
דעמאלטס האט ר' שמעון ראלניצקי נ"י געשריבען אין דער בלאט און וועגען דעם איז געווען צו באלעקען די פינגערס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:40 pm
דורך אליצפן
גלות יוד האט געשריבן:איך געדענק א מעשה פון james bond

[tag]גלות יוד[/tag] נא אדרבה, אפשר זאגסטו וועלכע מעשה? איך געדענק זיי פלעגן האבן עפעס אויסטערלישע מעשיות, ממש נישט נארמאל, איך וואלט זייער שטארק געוואלט וואטשן די מאוויס דערפון.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:42 pm
דורך אליצפן
קרעקער האט געשריבן:דעמאלטס האט ר' שמעון ראלניצקי נ"י געשריבען אין דער בלאט און וועגען דעם איז געווען צו באלעקען די פינגערס

דאכציך ער פלעגט שרייבן די פאליטישע קאלום אויך דעמאלטס אונטער עפעס א פען נאמען דוב עפעס. די בלאט איז געווען א גאלדענע צייטונג ווען ער פלעגט דארט שרייבן.
אוי מי יתן לנו תמורתו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:45 pm
דורך sefish
ס'אלעמאל געווען א געילע צייטונג אבער געיל ענדליט צו גאלד האסטי זיך טועה געווען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:59 pm
דורך שמעקעדיג
דו מיינסט אפשר דוב שטרייכער? אוי קאמאן, דאסי דאך יאסי געשטעטנער (כמדומה לי), ער האט דאך געשריבן אזוי פארביסן און איינזייטיג, הגם אינטרעסאנט.
איך האב מער ליב געהאט איינעם באש, ער פלעגט באשרייבן די פאליטיק מיט א ריזיגע סענס אויף הומאר וואס האט מיר געמאכט זיך קייקלען יעדע וואך באזונדער.
די "דעבאטע פון די וואך" געדענקט נאך איינער, אין די בראשית יארן? איי... (דער איד האט לעצטנס אנגעהויבן א ענליכן קאלום)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 4:29 pm
דורך אליצפן
קען זיין ס'געווען יוסי געשטעטנער איך געדענק נישט. כ'געדענק איין שרייבער איז געווען באקאנט אז ס'איז שמעון ראלניצקי, כ'געדענק נישט זיין פען נאמען.
זיי פלעגן האבן גוטע קאלומס אין יענע יארן, פינסטערע שטערנס אין די נאכט איבער די צווייטע וועלט קריג, טעכנאלאגיע, גאר גוטע פאליטישע אנאליזן און כמדובר צוויי זעלטן שפאנענדער פארזעצונגען . היינט זייגן זיי געפערליך. מ'מוז צוקומען צום ציוניסטישן ענגלישן יתד פאר א גוטע פאליטישע אנאליז.
שוין פארקראכן פונעם נושא האשכול.
צוריק צום נושא איינער געדענקט עפעס גוטער מעשיות פון דארט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:11 pm
דורך סאשי פיש
איך וויל נישט פארקריכען פון די נושא,

ווער געדענקט נאך די פארזעצונגען פון די בולעטון? נעווי סיעלס, גרין בערעס, קאמאנדא אקציעס,!!!
איין מעשה וואס איך געדענק נאך ביז היינט א אמעריקאנע סומבארין מיט זעלנער וואס די יאפאנע האבען פארכאפט און ווי אזוי די קאמאנדאס האבען געראטעוועט די משכונות פון געפענגעניש און אויפגעריסן די סומבארין

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:32 pm
דורך געפילטע פיש
וואס יוסי געשטעטנער? ער איז נאך געווען א בר מצוה בחור דעמאלס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:44 pm
דורך אליצפן
אגב, ווען האט שמעון ראלניצקי איבערגענומעם דעם שטערן? כמדומה לי אז אין די בראשית יארן פלעגט איינער וואגשאל זיין דער רעדאקטער.

יוסי געשטעטנער זייגט במחילת כבודו, ער'האט זיך אריינגעלייגט אין שיך וואס איז קענטליך פיל גרעסער ווי זיין סייז.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:11 pm
דורך zurich
איך מיין די ריזיקאלישער געראנגל און 'פון אינטער די נעגל פונעם קומיניסטישען הענט' איז קודם געוועין אינעם בלאט.

בד"וו ווייסט איינער צו ס'דא א מאווי אויפן צווייטע מעשה הנ"ל?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:36 pm
דורך אליצפן
zurich האט געשריבן:איך מיין די ריזיקאלישער געראנגל און 'פון אינטער די נעגל פונעם קומיניסטישען הענט' איז קודם געוועין אינעם בלאט.

בד"וו ווייסט איינער צו ס'דא א מאווי אויפן צווייטע מעשה הנ"ל?

די ריזקאלישע געראנגל איז געווען א פארזעצונג אין 'די בליק' פאר יארן לאנג.
די קאמוניסטישע נעגל געדענק איך נישט זאל ווערן ערגעץ באשריבן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:דו מיינסט אפשר דוב שטרייכער? אוי קאמאן, דאסי דאך יאסי געשטעטנער (כמדומה לי), ער האט דאך געשריבן אזוי פארביסן און איינזייטיג, הגם אינטרעסאנט.
איך האב מער ליב געהאט איינעם באש, ער פלעגט באשרייבן די פאליטיק מיט א ריזיגע סענס אויף הומאר וואס האט מיר געמאכט זיך קייקלען יעדע וואך באזונדער.
די "דעבאטע פון די וואך" געדענקט נאך איינער, אין די בראשית יארן? איי... (דער איד האט לעצטנס אנגעהויבן א ענליכן קאלום)

דו ביסט גערעכט. שמעון ראלניצקי האט געשריבן אונטער זיין אייגענעם נאמען. אין יענע תקופה איז געווען געשמאק צו ליינען דעם בלאט. נאר דער איד האט אין יענע תקופה געטרייט נאכצוטאנצן דעם בלאט. און זיי האבן געברענגט כל'ערליי מעשיות וועלכע האבן נישט געהאט קיין הענט און פיס. איינס (וועלכע איך בין חושד אז ס'איז געווען א שפיצל אונטערגעשטעלט פון "בלאט") איז געוועין א באשרייבונג פון איינעם "איאן קארטשאק", א קינדער דאקטער אין ווארשאווער געטא. דער איד האט איהם באשריבן אין זייער פאזיטיווע פארבן. און איך ווייס פון אנדערע מקורות אז דער קארטשאק, א חוץ וואס ר'איז געווען א פושע ישראל און אפיקורס איז ער פארהייליגט ביי די פרייע ציונים. איז מיר געוועין א חידוש אויפ'ן "איד" אז ער באשרייבט איהם אזוי שיין. ס'פונקט אזוי ווי ס'זאל שטיין באשריבן אין איד אז בן גוריון איז געוועין זייער א פיינער מענטש און א וואוילער איד. נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי עס טאקע אויפגעהערט צו באשרייבן. אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. :lol:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:54 pm
דורך ישמעאל הכהן
ראלניצקי'ס פען נאמען איז געווען ר. ש. הכהן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:08 pm
דורך ממרום שלח אש
berlbalaguleh האט געשריבן:אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. :lol:



די מעשה איז דערנאך ארויסגעקומען אין א בוך, און דערנאך א חלק שני, א סיקוועל. נישט געווען אזוי שלעכט. איך האב דעמאלס געטראכט אז דער שרייבער האט נישט געוואלט אונטערגראבן די פאטענציאלע הכנסה פון די בוך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
berlbalaguleh האט געשריבן:
אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. :lol:

דאס איז געווען א פריוואטע סכסוך וואס איז פארגעגאנגען דארט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:57 pm
דורך אליצפן
ממרום שלח אש האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. :lol:



די מעשה איז דערנאך ארויסגעקומען אין א בוך, און דערנאך א חלק שני, א סיקוועל. נישט געווען אזוי שלעכט. איך האב דעמאלס געטראכט אז דער שרייבער האט נישט געוואלט אונטערגראבן די פאטענציאלע הכנסה פון די בוך.

איך האב גראדע זייער שטארק ליב געהאט דעים ביכל. איך האלט ס'איז איינס פון די בעסטע אידישע נאוועלס וואס איז ארויסגעקומען אין יענע נאוועלס רייכע תקופה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:16 pm
דורך zurich
אליצפן האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:איך מיין די ריזיקאלישער געראנגל און 'פון אינטער די נעגל פונעם קומיניסטישען הענט' איז קודם געוועין אינעם בלאט.

בד"וו ווייסט איינער צו ס'דא א מאווי אויפן צווייטע מעשה הנ"ל?

די ריזקאלישע געראנגל איז געווען א פארזעצונג אין 'די בליק' פאר יארן לאנג.
די קאמוניסטישע נעגל געדענק איך נישט זאל ווערן ערגעץ באשריבן.

אינעם קרית יואל צייטונג איז עס געוועין באשריבן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:58 pm
דורך zurich
א מאווי פונעם קאמיניסטישען הענט וואלט געווען פיין ווייסט איינער צו ס'דא זאזאנס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:06 pm
דורך אליצפן
zurich האט געשריבן:א מאווי פונעם קאמיניסטישען הענט וואלט געווען פיין ווייסט איינער צו ס'דא זאזאנס?

Nope. I think the story was made up by a chasidishe writer, so no real hope of it becomig a movie anytime soon. Unless of course we open our own movie production company... Then we could make movies of all the epic yidishe books that came out over the years.
Only one small problem, no goy will go see our movies, cause those stories contain little or no female characters :lol: