בלאט 1 פון 1

בצלאל גאלד- אהבה רבה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:50 pm
דורך כתר מלכות
לויט ווי איך האב געהערט קומט דער באקאנטער חסידישע זינגער בצלאל גאלד ארויס מיט זיין ערשטן אלבוים אין די קומעדיגע טעג. ויקרא שמו בישראל (וגם בחו"ל) אהבה רבה.

באריכטן זאגן אז עס קומט אזאנס און אזעלכס. גאר מייסטערהאפטיגע רייכע מוזיק ארענזשירט דורך די סופער ארענדזערס ווי מונה, משה לאופר, שוע פריעד, נפתלי משה שניצלער.
ניגונים פון די בעסטע קאמפאזער'ס ווי יוסי גרין, פינקי וועבער, משולם גרינבערגער ועוד.
ועל כלם אנטשפרעכט דאס צו זיין א טעיפ מיט א חסידישן טעם.
והננו מקווים לקבל פניו באהבה רבה !

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:12 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:16 pm
דורך סאשי פיש
[tag]שפתים ישק[/tag] דא האסטו א גאנצע ארטיקעל אויף די נושא פון אונזער טייערע חבר [tag]פרישער[/tag] ליין עס און לייק עס ווי עס פאסט פאר אזא ארטיקעל,

viewtopic.php?p=115881#p115881

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:15 pm
דורך כתר מלכות
מיינע טייערע צוקישטע ליפאלעך, בארוהיג דיך, עס איז דא אזא זאך ווי "פעדער שפראך" דארפסט דאס נישט נעמן אזוי צום הארצ'ן.
בד"וו, ס'איז עפעס נישט אזוי עטיש צו אויסגיסן דעם גרימצארן אויף חרדי'זם בכל עת מצוא.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:56 pm
דורך מאנדלבאום
וואס וואלט געוועהן שלעכט אזא מין עד, לאחר וואס די סידי קומט ארויס?
אכטונג
נייע אלבאם מיט נייע ניגונים געזונגען דורך א היימישער בעל מנגן, באגלייט מיט מוזיק.
צו באקומען ביי די עלעקטראניק געשעפטן און ביי די מקוה אידן.
פרייז 16 $
אויף צו הערן פריוויו רופט 212-444-1137#2#3#102

יעדער וואס געפעלט די סטייל/ניגונים/זינגער/ערעידזשמענט, וועט קויפן, און וועם נישט, נישט.
פונקט ווי ביים רעסטעראנט וועלט יעדע זיין מעניו

א מין איבלדן איבערקערעניש ארום א סידי, א שטייגער וואלט געווען א מאדזיצער אפערא באגלייט מיט פילהארמאניק ארקעסטרא.

איין ווארט האב איך: "נוירסערי"...

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 10:47 am
דורך אויסדריקלעך
איך האב געהערט די טייטל סאנג אהבה רבה פון יוסי גרין. ס'איז גאנץ א פיינע ניגון, יוסי סטייל, אבער איך מיין אז ס'איז אביסל געצויגן אין די וועלט אריין.
אפשר דארף איך עס הערן נאכאמאל?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:03 pm
דורך כתר מלכות
אכטונג. איז דא א נייע טעיפ פון צאלי גאלד, ס'איז זייער שיין ווער ס'וויל קען עס קויפן....
@שפתיים @מאנדלבוים, יעצט איז גוט?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:22 pm
דורך מאנדלבאום
ס'איז אויך גוט ווען בעיביס שמירן און פאטשקענען אן איבער דעם 17 מוזיק פארום זייטלען מיט ברעך מיטל נארישקייטן...
לעלאו לעלאו לעלאו...

וואס זאגט איר, א נייע טעיפ? ס'איז שיין?
פארוואס נישט, אויף חנוכה וועלן מיר דאס אי"ה קויפן פאר די קינדער, קען זיין גאנץ שיין, גראדע קען איך דעם בעל מנגן וואס איר זאגט, ער זינגט גאנץ גוט.
די מעלאדיעס, קאמפאזיציעס? וועלן מיר זעהן און הערן אי"ה, און אויב וועט איר זיין נייגעריג אויף מיין נארישן חוות דעת וועלן מיר דאס לאזן הערן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:43 pm
דורך Josh
הרב מאנדלבוים בארואיגט אייך! איך זעה נישט פארוואס מ'זאל נישט מעגן מאכן פי-אר פאר א סידי. מ'קען מיינען פון וואס די אנדערע צעטלעך אנגעהויבן פון מחאות און גענדיגט ביי טיי אווענטן באשטייט. מוזיק איז אזאך דער סיסטעם האט סאם-האו אקצעפטירט אלס אן ערלויבטער טאלאנט ארויסקומען אין פאבליק, פון די היינטיגע קאפירייען אין די אייפאד צייטן, מאכט א זינגער געווענדליך נישט אפ די געלט. ער וויל ווערן פאפולער, און יא, אונז האמער הנאה פון יעדן סידי ס'קומט ארויס. אז דו ווילסט בלויז קענען מישן בלעטער פון אינדארסירטע חוב קדוש קאנדידאטן, כל הכבוד. איר מוזט נישט ליינען פי-אר צעטלעך, איר קענט ווארטן ביז חנוכה. פייניגט נישט א צווייטן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:44 pm
דורך מאנדלבאום
אנשטולדיגט, איך האב נישט געמיינט די וואס פארשטייען נישט, אדער ווילן נישט ליינען געהעריג וואס יענער שרייבט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:16 am
דורך כתר מלכות
@מאנדלבוים, איך פארשטיי אז דו באציסט זיך צום שכינותדיגן פארום. יא ביסט גערעכט סאיז זייער קינדיש דארט. אבער בעצם דיסקאסען א סידי איז בכלל נישט קיין שלעכטע געדאנק, פארשטייט זיך אז נישט יעדעם אינטערסירט דאס, אבער ס'איז אודאי דא וואס זענען יא אינטערסירט דערין, און פאר זיי איז נישט גענוג אינטערסאנט א טרוקענע מעלדונג איבער א מקוה וואס פארקויפט עלעקטעראנישע סידי'ס.
און. די זעלבע מענטשן גייען פארשטייט זיך-נישט ווארטן ביז חנוכה. (פשוט ווייל די מקוואות וועלן שוין דאן פארקויפן קנויטען מיט אויל פאר די לעכטעלעך ).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:37 am
דורך מאנדלבאום
זייט נישט באזארגט ידידי היקר,
איך פארשטי גוט אז מען אויב מען וויל פארקויפן דארף מען געהעריג אדווערטייזן.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דעם געדאנק פון דעם 'איבערקערעניש' וואס איז לאו דווקא לצורך אדוועטייזמענט, (באלד א פנים ווי דעם קינדערגארטן אויף די וועכנטליכע בילדער העפטן).
האב איך דען א תקנה אז מען קויפט נישט ביז חנוכה?... כאב געמיינט דעם מעסעדזש...
צאלי זיסער, זינגטס וואויל, איך האב חלילה גאנישט קעגן דיר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 6:46 pm
דורך ודי למבין
דער אלבוים איז זייער שיין! די ניגונים סעלעקשאן איז זייער גוט, די מוזיק ארעינדזשמענטס אויף רוב רובו פון די ניגונים זענען אויך זייער גוט.

צאלי זינגט זייער פיין אויף דעם אלבוים. זיין קול איז שטארק, קלאר און געשמאק.

ס'באדערט מיך נאר אז עס זעט אויס אז ער האט נישט געוואלט "ארויס קאלערען" ער זינגט אביסל צו קאנסערוועטיוו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 8:51 pm
דורך כתר מלכות
נאך אזאך, סקיקט אויס ווי ער יאגט זיך זייער ביים זינגען. אבער אוועראל איזעס א קנאק פון א סידי. אויסערגעווענליכע שיינע ניגונים איינס ביי איינס. פיינע מוזיק. הערליך אפגעזינגען. ועל כלם אויפן חסידישן שטייגער. כה לחי צאלי, גרעד דזשאב !

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:17 pm
דורך מ גפני
קען אפשר איינער דא ארויף לייגן די ווערטער פון זיין אידישע ניגון??

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:32 pm
דורך פרישער
איך גלייך זייער נישט צו קריטיקרן קיין טעיפ'ס ווייל עס ליגט זייער אסאך ארבייט דערין, אויך איז באקאנט דער כלל על טעם וריח אין לשמוח, אבער איך דעים טעיפ פאר זייער טיפיקל, און אלט מאדיש, פאסט פאר א נגוני ווערצבערגער, ער זינגט זייער שיין אבער אלעס איינס נאכען אנדערן אויסגעדראשענע טעינער,
ווי קימט דעיס צו אברהם פריעד קיעפ קליימינג, אדער מרדכי בן דוד'ס טעיפ מיט שירה, יענע זענען אויסטערליש שיין.
אגב אברהם פריעד'ס לעצטע טעיפ איז אויך שריט אויף פרידיש

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
איך וואלט גענומען ניגוני ווערצבערגער עניטיים אנשטאט קיעפ קליימינג.
נישט אז אברעמל איז שלעכט, אבער כ'גלייך אלטמאדיש. איך האב עפעס א ניצוץ פונעם אלטן דור.