דער גלות פון די תורה {לייט ארטיקל אין דער איד}

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

דער גלות פון די תורה {לייט ארטיקל אין דער איד}

שליחה דורך יושב קרן »

אזוי ווי ס'טוט זיך אן אזוי געריפינעם סאמאטוכע וועגן א פאליטישע ארטיקל אין א סאטמארע צייטינג וואס שפיגעלט בכלל נישט אפ א צייטונגס שטעלונג. שטעל איך דא ארויף ווארט ביי ווארט פון יענע צייטונג'ס לייט ארטיקל (אפ-עד) פון די זעלבע נומער געשריבן דורך משה יודא דייטש וואס צו מיר קוקט עס אויס גאר רעספעקטפול, אפילו די ציפערן פון די לוויה איז אינעם לייט ארטיקל מער צו די געשמאק פון ק"ש ליינערס... ליינענדיג דעם אפשאצונג אינעם ארטיקל ווינדערט מיר פארוואס ס'נישט דא מוחים פון די סאטמראע פראקציע גענוי פארקערט פון בענדזשעמינ'ס מחאה.

פארשטייט זיך דאך ס'איז געשריבן מיט'ן גייסט און תורה טרייען וועג וויאזוי דער צייטונג ווערט געפירט.


משה יודא דייטש _ דער איד

[center]דער גלות פון תורה[/center]

אין די לאנגע און פילזייטיגע ביאגראפיע וואס איז ארויסגעקומען נאך די לוויה פון הרב עובדיה יוסף זצ"ל, געוועזענער רב הראשי און ראשון לציון פון מדינת ישראל און שפעטער מייסד און פירער פון די ש"ס פארטיי און פארזיצער פון איר מועצת חכמי התורה, געפינען מיר אז די ערשטע התמנות וואס האט אים באקרוינט פאר א מורה הוראה צו א גאנצע עדה - תיכף נאך זיין חתונה ווען ער איז נאך געווען אן אברך פון פיר און צוואנציג יאר - איז געווען ווי א דיין אין בית דין פון די עדה החרדית הספרדית.

קיין דיין ווערט מען נישט פון היינט אויף מארגן ובפרט אויב רעדט זיך נישט פון דיינות אין א קליינע קהילה און איבער א קליינעם, לאקאלן ציבור. דעריבער איז זעלבסטפארשטענדליך אז מ'קען נישט אנווייזן אויף אזא התמנות ווי ממש אן ערשטער פונקט אין א באשרייבונג פון א לאנגע לעבנס געשיכטע וואס האט זיך פארצויגן דריי און ניינציג יאר און דערגרייכט א רומרייכקייט איבער די גאנצע וועלט, ובפרט די אידישע ספרדישע וועלט. בעפאר דעם מוזן קומען דערציילונגען וועגן די גדלות בתורה און די יגיעה בתורה וואס האט געפירט דערצו, און אויב איז אזא התמנות טאקע געווען אין די אינגע עלטער פון בלויז פיר און צוואנציג יאר, מיינט עס א גאר גרויסע אויסנאמליכקייט אין יגיעת וידיעת התורה וואס האט געפירט צו אזא חשוב'ע פאזיציע.

דער ציל פון אנהייבן מיט אן אנווייזונג אויף די דאזיגע התמנות, איז הויפטזעכליך ארויסצוהייבן דעם מעמד אין וועלכע דער נפטר איז געווען בשעת ער האט צום ערשטן מאל אנגענומען א צענטראלע ציבור ראלע, א תורה'דיגע הנהגה פאסטן. די עדה החרדית הספרדית איז א זעלבסטשטענדיגע ארגאניזאציע און נישט קיין אפיליאירטע מיט'ן שלטון אין מדינת ישראל אדער מיט די ציוניסטישע ארגאנעזאציעס וואס האבן אויפגעשטעלט די 'רבנות' אין די צייטן פון ענגלישן מאנדאט. אדרבה, די עדה החרדית הספרדית קומט כידוע ארויס מיט אן איסור אויף השתתפות בבחירות הטמאות לכנסת המינים, און איז בכלל גערעכנט ווי איינס פון די איינציגע תורה זיילן בארץ הקודש וואס האלט אן מיט א פולקאמע התבדלות פונעם שלטון הרשע בארץ הקודש. היות ביי אחב"י הספרדים איז די חומת ההתבדלות מרשעים נישט געווען אזוי שטארק איינגעפירט ווי ביים אשכנזי'שן אידנטום האט זייער התאמצות אין דעם ענין א ספעציעלן חשיבות. דארט האט הרב יוסף אנגעהויבן זיין הנהגה אין די תורה וועלט.

בעפאר דעם איז הרב יוסף געווען א תלמיד אין די ספרדישע ישיבה פורת יוסף וואו מרן הגאון האדיר רבי דוד יונגרייז זצוק"ל, שפעטער ראב"ד העדה החרדית בעיה"ק ירושלים, האט געזאגט א מוסר שיעור אין לה"ק (נישט אין דעם טמא'נעם לשון שבדו המינים מלבם נאר לה"ק כדי די ספרדי'שע תלמידים זאלן עס פארשטיין), און ער האט טאקע באקומען פון אים א היתר הוראה. עס ווערט דערציילט אז נאך דעם וואס הרב יוסף איז אריבער צו די אפיציעלע 'רבנות' האב הגר"ד יונגרייז זצוק"ל מער נישט געגעבן קיין היתר הוראה.

(אגב, א מוסטער פון פאליטשע דעמאגאגיע קען מען זען אין די בארימעריי, בלויז איין טאג נאך די לוויה, אין "המבשר" פון די פרוש פראקציע - "יצוין כי בבית האבלים וכן במסע ההלוויה ציינו את הזכות שנפלה בידי אגודת ישראל שאחד מראשיה הרב משה פרוש ז"ל, הקים את תלמיד תורה 'בני ציון' בירושלים, אשר מרן הגר"ע זצוק"ל למד בכתליו והיה מבכירי תלמידיו".אגודת ישראל נעמט קרעדיט פאר'ן אויפשטעלן די ת"ת וואו הרב יוסף האט געלערנט...)

די קאריערע פון הרב יוסף האט זיך נאך די ישיבה געצויגן אויף א לאנגע שטרעקע. ער איז געווען עטליכע יאר רב אין עגיפטן און ווען ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געקענט באקעמפן און איבערקומען די ארטיגע הפקר ווירטשאפט האט ער פארלאזט די קהילה און זיך ממש ארויסגעשמוגעלט פון דארט ווייל די עגיפטישע רעגירונג האט אים נישט געוואלט ארויסלאזן. עטליכע יאר נאכ'ן צוריקקומען קיין ארץ ישראל איז ער געווארן א מיטגליד פון דעם אפיציעלן בי"ד אין פתח תקוה. שפעטער איז ער אויפגענומען געוואןר צום "בית דין הגדול" פון די רבנות הראשית, דערנאך ערוועלט געווארן ווי ספרדי'שער הויפט רב אין תל אביב, און זיין לעצטע און 'וויכטיגסטע' אפיציעלע פאזיציע איז געווען ווי ספרדיש'ער הויפט רב און ראשון לציון פון מדינת ישראל. נאכ'ן צוריקקומען פון עגיפטן קיין אר"י זענען שוין אלע זיינע פאזיציעס געווען אפיצעלע 'רבנות' פאסטנס.

פון די לעצטע פאזיציע איז הרב יוסף ממש פארטריבן געווארן דורכ'ן דעמאלטיג'ן יוסטיץ מיניסטער וועלכער איז געווען א זון פון א פריערדיגן ספרדיש'ן רב הראשי. אין מדינת ישראל איז שוין אין יענע יארן נישט געווען די רב הראשי פאזיציע א לעבנסלענגליכע אבער מ'האט געקענט ווידערערוועלט ווערן אויף א צווייטן טערמין. היות דער ספרדי'שער רב הראשי יצחק ניסים האט ביים לויפן פאר א צווייטן טערמין פארלוירן זיין פאסטן צו הרב יוסף איז די נקמה פון זיין זון משה ניסים, דער יוסטיץ מיניסטער, געווען דורכצופירן א געזעץ וואס באגרעניצט רבנים ראשיים אויף בלויז איין 10 יאריגן טערמין, און מיט דעם האט ער אפגעהאקט די קאריערע פון הרב יוסף וועלכער האט זייער געוואלט בלייבן אין אמט און שטארק געקעמפט דערויף, אבער אן קיין הצלחה. ס'איז פאראן א דעה אז דאס איז אויך געווען א גורם פאר'ן שאפן א פאליטישע פארטיי מיט וועלכע מ'קען פרובירן צו ווירקן אויך ביים דורכפירן געזעצן.

[center]***[/center]

אזוי צו אזוי איז הרב יוסף געשטאנען - אין זיינע לאנגע פענסיע יארן - אין שפיץ פון א ספרדי'שע רעליגיעזע פארטיי מיט'ן נאמען ש"ס (ספרדים שומרי תורה). לכתחילה איז די דאזיגע פארטיי נישט געווען זיין אייגענע שאפונג ווייל דער אריגינעלער גרינדער איז געווען הגר"מ ש"ך זצ"ל וועלכער האט אויך געגרינדעט די ליטווישער דגל התורה פארטיי און די צוויי מנהיגים האבן שטארק קאאפערירט צווישן זיך. מיט די יארן האבן זיך אבער זייערע וועגן צושייד איבער דעם פאליטיק פון ש"ס, ובפרט נאכדעם וואס די ספרדי'שע ש"ס האט געוואונען אזויפיל ווי 17 בענקלעך און די כנסת המינים בשעת די ליטווישע פארטיי האט היינט א מאקסימום פון בלויז דריי. צום קרעדיט פון הרב יוסף ווערט אויך צוגעשריבן דער חינוך נעץ פון "מעיין החינוך התורתי" וועלכער איז ענדליך צום "חינוך העצמאי" פון אגודת ישראל און דינט עקסקלוסיוו דעם ספרדי'שו ציבור (דער חינוך העצמאי דינט סיי דעם אשכנזי'שן סיי דעם ספרדי'שן ציבור)

אין אלע צייטן און אין אלע אמטן האט זיך הרב יוסף קונה שם געווען ווי דער אולטימאטיווער פוסק פאר'ן ספרדי'שן ציבור איבער דער גארער וועלט, ובפרט אין די תקופה ווען עס איז נישט פארבליבן ביי די ספרדים די אמאליגע הנהגה פון דעם סארט וואס האט זיי באלאכטן אין די גלות ערטער. דעקעגן איז אויך קיין סוד נישט אז צוליב די צענטראלע פאזיציע וואס די ש"ס פארטיי האט גענומען אינעם פאליטיק פון דער מדינה, און וויבאלד אלעס איז געווען לויט'ן באפעל פונעם מנהיג הרב יוסף, האבן אויף זיין טיר אנגעקלאפט אלע ראשי המדינה און זיך דורכגערעדט מיט אים אלע סענסיטיווע מדינה ענינים. אויך אין די גרויסע וועלט האט זיך הרב יוסף קונה שם געווען ווי א צענטראלער פיגור איז דער מדינה'ס פאליטיק, וואס האט קאנטראלירט אין געוויסע צייטן גאר ערנסטע עלעמענטן אין די ווירטשאפט.

ווי א משל איז צו דערמאנען, אז דער דעמאלטיגער פארזיצער פון די ש"ס פארטיי אלי ישי האט געדינט אין די פריערדיגע ממשלה ווי וויצע פרעימיער און מיטגליד פונעם זיכערהייטס קאבינעט וואו מ'שמועסט דורך די געהיימע ענינים וואס קומען ניטאמאל אן צום ממשלה טיש. אלעס וואס ש"ס מיניסטארן טוען איז געווען בהסכמת די רוחניות'דיגע הנהגה און די שייכות פון הרב יוסף צו באשלוסן איבער די געהיימע ענינים פון דער מדינה איז באשיינפערליך.

די לוויה פון הרב עובדי' יוסף האט געצויגן - לויט אפיציעלע אפשאצונגען - א ציבור פון העכער 800,000 מענטשן. ס'איז א ציפער וואס מ'קען נישט באגרייפן און זיכער האט מען ביי אידן אזאנס נישט געזען. עס רעדט זיך פון לכה"פ צוויי און א האלב מאל די צאל שטימעס וואס ש"ס האט געהאט אין די לעטצע וואלן (331,868) און ס'איז קלאר אז מ'קען אזא ציבור נישט פארבינדן מיט'ן פאליטיק וואס האט ליידער ארומגענומען דעם כבוד התורה פונען נפטר. אבער דאקעגן מוז אויך אנגעצייכענט ווערן מיט ווייטאג און בושה, אז בשעת אנדערע גרויסע לוויות פון גדולי ישראל אין ירושלים האט מען די גאנצע זאך אויפגענומען ווי בלויז כבוד התורה, איז דא בהכרח דורכגעלאפן א פאליטישער שטריך, אויב נאר ווייל דער כח פון די באוועגונג אונטער הרב יוסף האט זיך געמאסטן מיט'ן צאל חברי הכנסת וואס זיין פארטיי האט געצויגן און נישט בלויז מיט'ן צאל תשובות וואס ער האט געשריבן, נישט דעם צאל ספרים וואס ער האט מחבר געווען און נישט דעם צאל עגונות וואס ער האט מתיר געווען.

ס'איז נישט איצט די צייט דורכצושמועסן די אלע ענינים מיט מער פרטים ובפרט דאס זיין אריינגעטון אין די מדינה ווירטשאפט, אבער עס איז זיכער דער זמן צו באוויינען דער גלות פון די תורה. ביים ספרדי'שן אידנטום איז אכציג יאר צוריק אויפגעוואקסן א שטערן וואס וואלט טאקע געקענט זיין א חרדי'שער מנהיג אין פולסטן זין פון ווארט, אן די ''זייטיגע'' זאכן וואס האבן פארוואנדעלט די הנהגה אין מדינה פאליטיק און פארוואגלט די תורה צו א מקום און א מצב אין וועלכע אזעלכע עוזבי ועוקרי תורה ווי דער מדינה פרעזידענט און פרעמיער זענען געווען די מספידים אויפן' פארלוסט פון א גאון בתורה און מורה הוראה פאר די וועלט. דאס ווארט "ליצנות" איז אפילו צו אן ערנסטער אויסדרוק אויף אזעלכע הספדים, אבער ס'איז נאך געווען מיאוס'ער פון דעם. ווען מ'האט געזען פאטאגראפיעס וואו דער פרעזידענט פון מדנ"י, דער פרעמיער און דער ראש העיר פון ירושלים שפאנען נעבן דעם מטה, ובפרט ווען מ'האט געהערט פונעם פרעזידענט ווויאזוי ער האט זיך פערזענליך געזעגענט פונעם נפטר, האט מען ערשט געקענט פארשטיין ווי שטארק דער גלות פון די תורה איז געווען.

זיכער איז ריכטיג צו זאגן דערויף תורה תורה חגרו שק והתפלשי באפרים.


דער ארטיקל ציט זיך נאך אבער שוין נישט וואס איז דא נוגע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יושב קרן: משה יודא דייטש איז א ברא כרעא דאבוהי מיט זיין רייכע שפראך און גראמאטישע פונקטליכקייט (לעומת די שרייבערס אין "דער בלאט".) ס'איז געשמאק צו ליינען. נאר נישט אלעמאל בינעך מסכים מיט דעם תוכן פון די ארטיקלען און זיינע מסקנות. אבער איין פאקט קענמען נישט פארלייקענען. אז אין משך פון אלע יאהרן ווען דער איד האט געשריבן איבער הרב עובדי' יוסף זצ"ל האט ער קיינמאל נישט פארפעלט צו שרייבן "הרב", מיט גענזענע פיסלעך, אדער קוואוטעישן מארקס. דאס מיינט צו באצייכענען כאילו, עכט איז ער נישט בארעכטיגט צו טראגן דעם טיטל הרב, נאר בעיני עצמו וחסידיו איז ער באטראכט אלס רב.
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך יושב קרן »

ר' בערל דער נקודה וואס כ'וויל יעצט איז פשוט אויפצעווייזן אז דער איד האט אים באשריבן אפשר שענער ווי זיי וואלט אפילו געדארפט/געמעגט. איך זע דא פיל מיט רומערייען אויפ'ן זייט פון הרב עובדיה יוסף מער ווי איך וואלט ערווארטעט פון א סאטמער צייטונג. אנדערש ווי פרענקלין וואס מאכט עפעס א בהלה איבער אן ארטיקל וואס א פאליטישע אנאליזישע שרייבער האט געשריבן.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

די גוטע נייעס פאר הרב דייטש איז, אז ב"ה עס איז טאקע ארויסגעקומען ממש דער גדול וואס ער וויינט אז מען האט דערלייגט. חוץ אויב ער מיינט די שאדן פון די קנאים.

בערל, משה לייב דייטש קומט זיך פעטש, יעצט באטיטלט ער אים זצ"ל (די אפיציעלי נייעס קעפל אין איד איז געווען נאר ז"ל,) און בחייו האט ער בקביעות געשריבן זיין נאמען פלעין אזוי, אן א הרב בעפאר, כאטש מען קען אים נישט בלעימען דערפאר, דעם יחס מזלזל האט ער מסתמא אויפגעפיקט פון דעם יתד נאמן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

שליחה דורך לבונה זכה »

berlbalaguleh, דיין "ברא כרעא דאבוהי איז קען זיין זיין א טעות. משה יודא איז נישט קיין זון פון סענדער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לבונה זכה האט געשריבן:berlbalaguleh, דיין "ברא כרעא דאבוהי איז קען זיין זיין א טעות. משה יודא איז נישט קיין זון פון סענדער

ייש"כ פאר מעורר זיין. ס'איז מעגליך. נאר איך בין אינפארמירט אז יא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעת תורה האט געשריבן:די גוטע נייעס פאר הרב דייטש איז, אז ב"ה עס איז טאקע ארויסגעקומען ממש דער גדול וואס ער וויינט אז מען האט דערלייגט. חוץ אויב ער מיינט די שאדן פון די קנאים.

בערל, משה לייב דייטש קומט זיך פעטש, יעצט באטיטלט ער אים זצ"ל (די אפיציעלי נייעס קעפל אין איד איז געווען נאר ז"ל,) און בחייו האט ער בקביעות געשריבן זיין נאמען פלעין אזוי, אן א הרב בעפאר, כאטש מען קען אים נישט בלעימען דערפאר, דעם יחס מזלזל האט ער מסתמא אויפגעפיקט פון דעם יתד נאמן.

איך ווייס נישט צו ס'איז מ.י. דייטש אדער אן אנדערער, אבער אייביג ווען דער איד האט געשריבן איבער הרב עובדי' ז"ל האט ער געשריבן "הרב" אין קואוטעישן מארקס, ווי כ'האב שוין דערמאנט אויף אנאנדער ארט אין שטיבל. :roll:
כתר מלכות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך כתר מלכות »

דעת תורה האט געשריבן:די גוטע נייעס פאר הרב דייטש איז, אז ב"ה עס איז טאקע ארויסגעקומען ממש דער גדול וואס ער וויינט אז מען האט דערלייגט. חוץ אויב ער מיינט די שאדן פון די קנאים.

בערל, משה לייב דייטש קומט זיך פעטש, יעצט באטיטלט ער אים זצ"ל (די אפיציעלי נייעס קעפל אין איד איז געווען נאר ז"ל,) און בחייו האט ער בקביעות געשריבן זיין נאמען פלעין אזוי, אן א הרב בעפאר, כאטש מען קען אים נישט בלעימען דערפאר, דעם יחס מזלזל האט ער מסתמא אויפגעפיקט פון דעם יתד נאמן.


פעטש ?, העל נאו!!

וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין, חז"ל זאגן שוין גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהם.
זאגטס זייער גוט, אבער עס איז דא נאך א מיינונג.
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך יושב קרן »

יאנקל האט געשריבן:ביטע לייגט ארויף דעם גאנצן ארטיקל.


אקעי דא.

מ'קען נישט רעדן וועגן גלות התורה בלויז אין א לשן עבר. ס'איז ליידער אויך נישט באגרעניצט צו איין מענטש, צו זיין תקופה און צו זיין פארטיי. אט למשל זענען עטליכע אויסצוגן איבער דעם פאליטישן פארשטאנד איבער תורה.

אין ''יתד נאמן'' פון פארגאנגענעם י"ז אלול איז געווען א גאנצע אפהאנדלונג מיט ראשי כוללים איבערן ''ליקווידירן די בודזשעטן פונעם עולם התורה", די מאסיווע רעדוקציעס פון די מדינה פאר ישיבות און כוללים. רוב פונעם שמועס האט זיך געדרייט איבער די דעקלעראציעס פון די ראשי ומנהלי הכוללים: נישט געזארגט, לימוד התורה וועט ווייטער אנגיין און דער באשעפער וועט זיכער העלפן כי לא תשכח מפי זרעו, אבער ביי די ענדע איז עס געקומען צום פאלגענדן אויסטויש:

"היכן בכל זאת המקור לדאגה?
הדאגה היחידי היא שכל זכות קיום אר"י הינה בגלל החזקת התורה. הם לא מבינים שכל זכות קיום המדינה נובעת בגלל תמיכתם בעולם התורה. אם הזכות הזו נופלת להם - על כך יש מקום לדאגה"...
אין אידיש: (פראגע) אויב ברויך מען נישט זארגן איבער לימוד התורה, וואס איז יא אן אורזאך פאר זארג? (ענטפער) די איינציגע זארג איז, אז אז דער גאנצער זכות פון קיום אר"י איז וועגן החזקת התורה. זיי [די מושלי המדינה] פארשטייען נישט אז דער גאנצער זכות פון קיום המדינה שטאמט פון זייער שטיצן די תורה וועלט. אויב פאלט זיי אוועק דער דאזיגער זכות, אויף דעם איז שוין יא א ארט צו זארגן.

אן עדיטאריעל אינעם ''יתד נאמן'' בלויז דריי טעג פריער, י"ד אלול תשע"ג, האט אויך דערקלערט דאס אידענטישע אונטער קעפל "לא מפיהם אנו חיים!!!":

"מדינת ישראל כורתת את הענף עליו היא עומדת. זכות קיומה והישרדותה של 'מדינת היהודים' היה בשל העובדה שהיא סייעה - ברצונה ובעיקר בעל כורחה - לפריחתו המופלאה של עולם התורה. העובדה של חלק מעט מזעיר מתקציבה הופנה אל עולם התורה, נתן לה את זכות הקיום ואת יכולת ההישרדות. הקיצוץ האיום מתמיכתה בלומדי התורה הוא גדיעת הגזע עליו נשענת המדינה, ובימים בהם מאיימות סכנות כה רבות על קיומה, צריך תפילות ורחמי שמים מרובים לכלל יושבי ארץ הקודש".

אין אידיש: מדינת ישראל, דערקלערט דער עדיטאריעל, שניידט אפ דעם צווייג אויף וועלכען זי שטייט. דער עקזיסטענץ און אויפהאלטונג זכות פון דער מדינה איז צוליב דעם פאקט אז זי האט געהאלפן צום וואונדערליכן וואוקס פון עולם התורה. דער פאקט אז א מינימאלער טייל פון איר בודזשעט איז געגאנגען צום עולם התורה האט איר געגעבן דעם זכות צו עקזיסטירן און די מעגליכקייט זיך אויפצוהאלטן. די שרעקליכע שניטן אין איר שטיצע פאר לומדי תורה איז אן אונטערהאקונג פון די באזע אויף וועלכען די מדינה האלט זיך, און אין צייטן ווען אזויפיל סכנות דראען אויף איר עקזיסטענץ, ברויך מען תפילות און רחמי שמים מרובים פאר אלע איינוואוינער פון ארץ הקודש.

אין ביידע אויסצוגן שטעלט זיך ארויס אן אבסורדאלע מיינונג, אז די תורה הקדושה איז גאר דער כח המעמיד פון די מדינה. א מדינה וואס כל כולה, איר גאנצער ציל, מהות און עקזיסטענץ, זענען עקירת התורה און העברת מיליאנען אידן על דתם. פלוצלינג איז עס נישט בלויז אז מ'נעמט פון דער מדינה געלט פאר תורה, נאר אז די מדינה איז ביז איז איצט גאר געשטאנען און זיך אויפגעהאלטן אויף תורה און מיט דעם כח עוקר געווען רח"ל די תורה און מעביר געווען מיליאנען אידישע קינדער על דתם, איז פאראן א גרעסערער גלות פאר די תורה הקדושה?

מ'קען זען די גאנצע זאך אויך פון אן אנדערן וועג. א חודש שפעטער - י"ב תשרי - האט דער ''יתד נאמן'' ציטירט ווערטער פון הגר"ח קאניעווסקי שליט"א צו ראשי כוללים וואס זענען זיך געקומען באקלאגן אויף דעם שווערן פינאנציעלן מצב נאך די רעדוקציעס און גזירות. ער האט זיי געזאגט - "די רשעים אין דער ממשלה האבן נישט, און עס קומט זיי נישט, דעם זכות צו שטיצן תורה, אבער בני תורה ברויכן זיך נישט זארגן. וואס עס איז אנגעשריבן געווארן אין ראש השנה און אין יום כיפור וועט אנקומען פון אנדערע ערטער, און מ'וועט פון די ישיבה לייט נישט קענען אוועקנעמען אפילו איין פרוטה".

אויך הג"ר יעקב עדלשטיין שליט"א איז ציטירט געווארן ענליך: " ממשלה בודזשעטן זענען נישט דער קיום הישיבות. די ממשלה זענען נאר די שליחים, און מיט די גרויסע שניטן איז עס זייער פארלוסט אויפצוהערן צו זיין שלוחים".

עס פאדערט זיך ניטאמאל צו דערמאנען אז ביידע פריערדיגע זענען פון אן הנהגה וואס האלט נישט פאר אן איסור צו נעמען ממשלה געלטער, און זייער מיינונג איז בלויז אז עס איז נישט ערלויבט איבערצוטרייבן מיט זארג אדער טענות איבער די שניטן אדער פארלוסטן פון אזעלכע בודזשעטן. דעת רבותינו הקדושים ויבדלו החיים לאויט"א איז אז מ'טאר אזעלכע געלטער נישט נעמען אפילו אויב ס'רעדט זיך נישט פון רעדוקציעס און שניטן.

אבער דער פאלשער רעיון כאילו די רעגירונגס פאנדן פאר לימוד התורה זענען גאר דער קיום המדינה, איז נישט בלויז פארדארבן און פארפוילט. עס מיינט אז יעדער לומד תורה אין אזעלכע מוסדות, יעדער בחור אין ישיבה און יעדער אברך אין כולל גיט אוועק זיין לימוד התורה פאר קיום המדינה. איז פאראן עפעס מער שוידערליך דערפון?

אויך אויף אזא לימוד התורה איז צו זאגן - תורה תורה חגרו שק והתפלשי באפרים.

לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

שליחה דורך לבונה זכה »

berlbalaguleh האט געשריבן:
לבונה זכה האט געשריבן:berlbalaguleh, דיין "ברא כרעא דאבוהי איז קען זיין זיין א טעות. משה יודא איז נישט קיין זון פון סענדער

ייש"כ פאר מעורר זיין. ס'איז מעגליך. נאר איך בין אינפארמירט אז יא.


אזוי ווי איר האט נישט געכאפט אןיפן וואונק, וויל איך איך אייך נאר זאגן ביודעי ומכירי אז ר' סענדער האט נישט קיין זון משה לייב המכונה משה יודא.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דעת תורה האט געשריבן:די גוטע נייעס פאר הרב דייטש איז, אז ב"ה עס איז טאקע ארויסגעקומען ממש דער גדול וואס ער וויינט אז מען האט דערלייגט. חוץ אויב ער מיינט די שאדן פון די קנאים.

:like
Under influence
פארשפארט