בלאט 1 פון 2
רבי'שע אבסורדען
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:43 am
דורך יידל
עס קען זיין אז מ'האט שוין געשריבן פון דעם ערגעץ דא, אויב יא ה' הטוב יכפר.
אין די לעצטערע יארן איז דא אן אינדוסטריע פון רבנים בילדער. עס האט זיך אנגעהויבן מיטן כל העולם כולו, אבער עס איז שוין היינט א גרויסע ביזנעס מיט אפאר קאמפעטישאנס, אין פרינט און אנליין.
די בילדער ע"פ רוב אינטערעסירן מיר גאנץ ווייניג, אבער איין אספעקט דערפון איז גאר אינטערעסאנט פון א סאציאלאגישן און אנטראפאלאגישן שטאנדפונקט. דאס איז דער פענאמענאן פון רבי'שע אויפרייסערישקייטן אויף אן אבסורדאלן פארנעם. דאס נעמט אריין באקוועמע פלושענע תשעה באב פאטעלן, ריזיגע באגילדעטע חנוכה מנורות, פילע גבאים ומשרתים, און נאך צענדליגע אזוינע משוגע'נע זאכן. ווי זאגט יענער? נשתכחה תורת הבעש"ט מיי פוט.
אלזא, צו פארגרינגערן די ארבעט פונעם אנטראפאלאג וואס וועט פארשן מאדערנע חסידות, ווידמע איך דעם אשכול צו פאראייביגן אזעלכע אבסורדען.
איך הייב אן מיט ר' חיים יושע האלבערשטאם וואס האט לעצטנס באקומען א נייע SUV. דער מתנה געבער האט נישט געוואלט אז דער מאנסיער צדיק זאל פארגעסן פון אים, האט ער ארויפגעלייגט א פלאטע מיט זיין נאמען און זיין מאמע'ס נאמען אויפן קאר.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:51 am
דורך יידל
מהר"א מ'סאטמאר איז לעצטנס צוריקגעקומען פון אויסלאנד. זעט אויס אז זיין רבי'ש-סטאק איז דארט ארויפגעגאנגען, ווייל צוריקקומענדיג איז אים שוין פוירסט קלאס נישט גענוג גוט געווען ער האט געדארפט זאגאר א אייגענער דזשעט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:54 am
דורך זאל_זיין
אוי באשעפער....
די פלעק איז אינסייד אדער אינדרויסן?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:59 am
דורך יידל
זעט אויס אינסייד.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:00 am
דורך רויטע וואנצעס
זאל_זיין האט געשריבן:אוי באשעפער....
די פלעק איז אינסייד אדער אינדרויסן?
אינסייד אויפן טיר פאנעל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:09 am
דורך שרייבער
יידל האט געשריבן:מהר"א מ'סאטמאר איז לעצטנס צוריקגעקומען פון אויסלאנד. זעט אויס אז זיין רבי'ש-סטאק איז דארט ארויפגעגאנגען, ווייל צוריקקומענדיג איז אים שוין פוירסט קלאס נישט גענוג גוט געווען ער האט געדארפט זאגאר א אייגענער דזשעט.
דאס איז לכאורה א בילד פון נעכטן ווען ער איז געפארן קיין מאנטרעאל מיט איינעם'ס פריוואט דזשעט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:16 am
דורך געפילטע פיש
חסידים זענען אלעמאל אפאר יאר הונטערשטעליג. איינער זאל זיי גיין מודיע זיין אז צען יאר צוריק זענען די גרויסע געז גאזלערס און SUVס געוען אן ארטיקל, היינטיגע צייטן וואלטן די רבי'ס געמעגט פארן מיט הייבריד ספארטס קארס.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:33 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע, די SUV'ס - וביותר די שווארצע סובארבענ'ס - בלייבן פאראייביגט אלס א סימבאל פון שטאלץ און מאכט. פוק חזי וואס דרייוון די גאוועארנער'ס, מעיאר'ן, עף.בי.איי. אפיצירן, און די אלע אנדערע גדולים, עד היום הזה. דאס איז א אייקאן וואס קען נישט פארטוישט ווערן מיט א קיהלע הייבריד קארעלע אדער א סמארט פאר 2.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:20 am
דורך אויסדריקלעך
אין מיי האמבלד, "רבי'שע אבסורדן" איז א דאפעלטע לשון. אוואו מים אחרונים וואסער און קריאת שמע ליינען...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:51 am
דורך קאטשקע
דעעש'ער רבי פון ב"פ ז"ל, האט אמאל געזאגט, אז רעביסטווע איז אזוי ווי קענסער.
ס'פאנגט זיך אן צו ביסלעך, און דערנאך גייט עס אריין און דו ביינער, מער און מער,
ביז מ'קען זיך שוין נישט ארויזעהן דערפון, ודפח"ח.
ראויים הדברים למי שאמרם....נאה דורש ונאה מקיים.....
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:47 pm
דורך כתר מלכות
איך פארשטיי נישט פונקטליך אויף וועמן איז דא די טענה. אויפן רבי'ן אדער אויפ'ן נדבן, לפע"ד זעה איך נישט וואס מען קען דעם רבין באשולדיגען פארן נעמען א מתנה, און אזוי אויך דעם נדבן פאר'ן שענקן.
סתם האקן אויף יעדע זאך וואס האט מיט רבי'ס אין חסידים איז נעריש.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:58 pm
דורך אויסדריקלעך
ווען די נדבן וועט גכבן דעם רבין א מתנה,למשל, א קלאוני העט, מיין איך אז דער רביוועט עס נישט נעמען, אדער יא?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:12 pm
דורך כתר מלכות
נו אודאי נישט, ובכן ? עס איז א עולה צו נעמען א באקוועמע ניצבארע מתנה? אין מיינע אויגן "אויסדריקליך" נישט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:20 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:24 pm
דורך berlbalaguleh
שרייבער האט געשריבן:יידל האט געשריבן:מהר"א מ'סאטמאר איז לעצטנס צוריקגעקומען פון אויסלאנד. זעט אויס אז זיין רבי'ש-סטאק איז דארט ארויפגעגאנגען, ווייל צוריקקומענדיג איז אים שוין פוירסט קלאס נישט גענוג גוט געווען ער האט געדארפט זאגאר א אייגענער דזשעט.
דאס איז לכאורה א בילד פון נעכטן ווען ער איז געפארן קיין מאנטרעאל מיט איינעם'ס פריוואט דזשעט
איך וואלט אויך געוואלט האבן אזעלכע ידידים וואס זאלן מיר בארגן דעם דזשעט אויף קורצ-שטרעקיגע נסיעות.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:30 pm
דורך אויסדריקלעך
כתר מלכות האט געשריבן:נו אודאי נישט, ובכן ? עס איז א עולה צו נעמען א באקוועמע ניצבארע מתנה? אין מיינע אויגן "אויסדריקליך" נישט.
צו ס'איז אן עוולה? לכאורה נישט. אבער אויב דער רבי וואלט טאקע געווען "א מיצר בצרתם של ישראל" און אלע פראבלעמען קומען אן צו זיינע אויערן דאס נעמט אוועק פון אים די שלאף ביינאכט, וואלט ער זיך געמעגטט באגעניגען מיט א פיינע באקוועמע אדאסי אדער טאון ענד קאונטרי און בעטן די חשובע נדבן זאל געבן די געלט פאר מענטשן וואס קענען עס ניצען צו דעקן זייער טאג-טעגליכן בודזשעט...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:40 pm
דורך כתר מלכות
סתם געשאסען אין די וועלט אריין. מקען זיין א מיצר בצרתם של ישראל מיט א טייערע קאר, און מקען זיך אויסלאכן פון צרות ישראל אן א טייערע קאר, איך זעה בכלל נישט קיין שייכות צווישען די צוויי זאכן. אבער אויב האקן לשם האקן אויף אלעס וואס האט מיט רבי'ס אין חסידים, דזשאסט גאו אהעד.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:47 pm
דורך אויסדריקלעך
כתר'ל, אזויווי אויב דיין גוטע חבר וועט, חלילה, נישט האבן קיין קינדער נאך א לענגערע צייט אפשניט, וועסטו, אויב דו האסט געפיל, פרובירן זיך נישט צופיל אויפרייסן וועגן דיינע קינדעער פארנט פון אים, ה"ה הכא, אז דער רבי ווייסט פון אזויפיל יודן וואס מוטשען זיך פאר לחם לאכול, פארוואס רייסא ער זיך אויף?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
דורך smart man
כתר מלכות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטליך אויף וועמן איז דא די טענה. אויפן רבי'ן אדער אויפ'ן נדבן, לפע"ד זעה איך נישט וואס מען קען דעם רבין באשולדיגען פארן נעמען א מתנה, און אזוי אויך דעם נדבן פאר'ן שענקן.
סתם האקן אויף יעדע זאך וואס האט מיט רבי'ס אין חסידים איז נעריש.
a rebbe that does not like it will not get these kind of presents. the lubavitcher rebbe had/has lots of chasidim that would wish that they can buy him these big matunes. but he would refuse o accept from them. A rebbe should allways be teaching his chasidim that the best present that they can bring for him is avodas hashem. In satmar its torah and chesed, viznitz its tefila ahavas yisroel, in chabad its shlichos and kiruv, etc. The chusid knows how to make his rebbe happy. If you see a rebbe Driving with SUV, it means that he likes, the same we all like it. Ha?????
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:52 pm
דורך כתר מלכות
אויסדריקלעך האט געשריבן:כתר'ל, אזויווי אויב דיין גוטע חבר וועט, חלילה, נישט האבן קיין קינדער נאך א לענגערע צייט אפשניט, וועסטו, אויב דו האסט געפיל, פרובירן זיך נישט צופיל אויפרייסן וועגן דיינע קינדעער פארנט פון אים, ה"ה הכא, אז דער רבי ווייסט פון אזויפיל יודן וואס מוטשען זיך פאר לחם לאכול, פארוואס רייסא ער זיך אויף?
א רבי מיט א שיינע קאר הייסט נישט אויפגעריסען. עס איז נישט מער ווי נארמאל מכבד צו זיין א מנהיג ישראל בכבוד הראוי לו דוגמת המלך בימי המלכים. און די כבוד איז לאו דוקא פאר אים, ס'איז כבוד בני קהלתו עניים ועשירים גם יחד.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:53 pm
דורך שמעקעדיג
לויט ווי איך פארשטיי פון יידל, איז נישט דער SUV דער פראבלעם, דאס איז דאך דער סטאנדארד היינט- פונקט ווי ווייבלעך מיט באגעבאס, גארנישט ווייניגער. ער האט בעיקר גערעדט פון די "פלעק" מיטן נאמען אויפן אויטא.
אויב בין איך זיך טועה, ביטע פארריכט מיר.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:57 pm
דורך אויסדריקלעך
כתר, "ס'נישט מער ווי נערמאל" אז אין דערצייט וואס זיינע מענטשן בלוטיגן פאר לחם לאכול זאל ער ארום רייסן מיט א טייערע פאלי לאדעד SUV?
א רבי איז נישט קיין מלך. פיריאד. און ס'בכלל נישט קיין כבוד פאר זין קהלה גם יחד אז זייער רבי קאודנט קעיר לעסס פאר זיינע מענטשן אין נויט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:58 pm
דורך פאריז
כתר מלכות האט געשריבן:א רבי מיט א שיינע קאר הייסט נישט אויפגעריסען. עס איז נישט מער ווי נארמאל מכבד צו זיין א מנהיג ישראל בכבוד הראוי לו דוגמת המלך בימי המלכים. און די כבוד איז לאו דוקא פאר אים, ס'איז כבוד בני קהלתו עניים ועשירים גם יחד.
גערעכט, און עס איז נישט מער ווי נערמאל אז ער זאל קימען דערמיט ביזען טיר פינעם מסיבה און מעורר זיין קעגען לוקסוס ותאוות.
___
איינער האקט