בלאט 1 פון 1

OUR PLACE

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
OUR PLACE איז א ארגענעזאציע וואס פאלט נישט אונטער איין קאטיגאריע. ס'איז נישט קירוב, הצלה, ביקור חולים, אדער א ישיבה, ס'איז אלע פון דיע און נאך. איך האב גארנישט מיט זיי, איך בין נאר אריינגעפאלן ביי זיי אויף Ave. M אפאר יאר צוריק און נשתומם געווארן פון זייער ארבייט.

ס'דא אסאך וואס האבן ליב צו רעדן און רעדן און רעדן פון די טייערע צובראכענע אידישע קינדער וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם סיסטעם. טייל רופט מען שקצים, אנדערע רופט מען דראפ אוטס, און אויף אנדערע האט מען שוין געשטעלט מציבה און ארייגעקריצט מיט גרויסע שווארצע אותיות OTD.

OUR PLACE טוט צו די זאך, זיי האבן א לאקאציע אין פלעטבוש וואס איז אפן פאר די טייערע בחורים. די בחורים קומען פון יעדע בעקגראנד מ'קען נאר טראכטן. מ'געט זיי צו עסן, קאלוזש קארסעס, טעהראפי, א געשמאקע gym, מוזיק קלאסן און נאך צענדליגע סערוויסעס. מ'קען זיי רופן 24 שעה א טאג פאר חיזוק, הילף אדער עמירזשינסי. איך קען נישט אלע עסקנים דארט, נאר איינער חיים גלאנץ קען איך אויפן נאמען, א בארא פארקער וואס געבט זיך איבער בלב ובנפש פאר זיי.

איך בין מורדיג נתפעל געווארן ווען איך בין דארט געווען, הלוואי וואלט איך זיי געקענט באווארפן מיט געלט זיי צו העלפן סערווין די איבער טויזענט (!) בחורים און מיידלעך זיי העלפן א יאר. (זיי האבן ערגעץ א לאקאציע פאר מיידליך.) זיי גייען שוין אן יארן שטיל, לעצטענס פאנדרעזען זיי אקטיוו צוליב גרויסע שניטן און די סיטי בוזשעט פאר נאנ-פראפיטס.

זייער זייטל: https://www.ourplaceny.org/index.html
זייער יוטוב טשאנעל: http://www.youtube.com/user/OurplacenyD ... ture=watch
VIN האט היינט ארויפגעלייגט א קליפ פון זיי, האב איך מיר דערמאנט פון דעם.
דא איז די קליפ:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0Rrf4ba4_q0[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:30 pm
דורך אויסדריקלעך
Amazing! איינער טוט צום זאך! מ'לייגט אוועק די חרמות און איסורים און עקשעלי טוען עפעס פאר זיי! 10 פוינטס! איך האב דאנעיטעט א נייס אמאונט. דזשאון מי חברה!!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:18 pm
דורך smart man
I am familiar with this project. one of the founders is a chushiver askan that has a doughter that was OTD (now a modern shomer tora umitzvos in teanack). He founded this in order to help young struggling boys with stablizing their umanity. Helping them with jobs training, keeping them off drugs, etc. He did not aproach them about yidishkeit. They had a texting service with updates that they need to know. The only thing he would send them erev shabos a text with zman hadlokas haneiros and zman motzoei shabbos. This is something very important for these boys.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 4:39 pm
דורך פאריז
ווי קען מען האבן אזעלכע פלעצער פאר יונגעלייט וואס זענען נישט געגאנגען דאון-סאוט?
זענענן זיי עפעס נישט בארעכטיגט פאר קאלוזש קארסעס, חיזוק, טעהראפי, א געשמאקע gym, מוזיק קלאסן און נאך?
מען דארפן שוין האבן אריבערגעשפרייזט דעם גדר צי קענענן געניסען פון אזא יודישע חסד?

an ounce of prevention is worth more than a pound of cure

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:39 pm
דורך זאל_זיין
[quote="פאריז"

an ounce of prevention is worth more than a pound of cure[/quote]
אגרי

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:44 pm
דורך zurich
פאריז האט געשריבן:ווי קען מען האבן אזעלכע פלעצער פאר יונגעלייט וואס זענען נישט געגאנגען דאון-סאוט?
זענענן זיי עפעס נישט בארעכטיגט פאר קאלוזש קארסעס, חיזוק, טעהראפי, א געשמאקע gym, מוזיק קלאסן און נאך?
מען דארפן שוין האבן אריבערגעשפרייזט דעם גדר צי קענענן געניסען פון אזא יודישע חסד?

an ounce of prevention is worth more than a pound of cure

יא יא דאס שרייט דאך מיכאל שניצלער ווילאנג דו גייסט נישט דאון-סאוט דרייט מען פון דיר אראפ די געהירן,וואנס דו גייסט אריבער דעים בריק זאגט מען דיר מושה'לה טייערער לערן כאטשוג איין משנה.. נאר איין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:59 pm
דורך אויסדריקלעך
פאריז האט געשריבן:ווי קען מען האבן אזעלכע פלעצער פאר יונגעלייט וואס זענען נישט געגאנגען דאון-סאוט?
זענענן זיי עפעס נישט בארעכטיגט פאר קאלוזש קארסעס, חיזוק, טעהראפי, א געשמאקע gym, מוזיק קלאסן און נאך?
מען דארפן שוין האבן אריבערגעשפרייזט דעם גדר צי קענענן געניסען פון אזא יודישע חסד?

an ounce of prevention is worth more than a pound of cure


אויב עס וועט זיין א פראגראם פאר יונגעלייט און בחורים וואס זענען נאך נישט געגאנגען סאוט וועט דאס דראסטיש רעדעצירן די רעיט פון די אטד, אבער צושטעלן א דזשים פאר "הימישע" יונגעלייט? מוזיק? טעראפי? קאלודזש? די זאכן זענען דאך מקור הטומאה. טפוי...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 7:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
בדרך האט קאלוזש וואס קעיטערט פאר היימישע יונגעלייט. אפשר קען מען רעדן מיט רחי זי זאל צושטעלן נאך סערוויסעס אז מ'זאל נישט דארפן גיין צום טשולענט קלאב.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:20 am
דורך רויטע וואנצעס
די וואך זונטאג איז געווען די 5k רעיס לטובת Our Place.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tqh3GB8p0EI[/youtube]