מיין געזעגענוגס בריוו פון קאווע שטיבל האב איך שוין אפגעשריבן, אבער איך קען נישט אוועקגיין פון דא, איידער איך בין מתקן א וויכטיגע ענין.
איך וויל דא תשובה טון באותו מקום ובאותו מצב, אויף א מכשול שיצא מתחת ידי.
מיט א שטיק צייט צוריק, האב איך אפגעשריבן אן אשכול מיט א תוכחת מגולה פאר אידן וואס מאכן לצנות און חוזק פון קהילת-פאפא: דער אויבערשטער איז עדות אז איך האב עס געמיינט ערנסט און געוואלט ארויסברענגען די ווייטאגליכע נקודה דערפון. ליידער איז דער אשכול פארוואנדלט געווארן אין א ביליגע לצנות אויף א הייליגע קהילה בישראל, מיט נארישע ביליגע ווערטלעך אשר אין הדעת סובלתם.
עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז מענטשן האבן נישט מורא געהאט צו רעדן על רבם ומנהיגם של חסידי פאפא, א זאך וואס טוט מיר זייער לייד. עס איז לית מאן דפליג אז דער איד איז א דורכגעווייקטער ירא-שמים, א תלמיד-חכם און ערליכער איד, נאכדערצו א מנהיג ישראל וואס פירט עדת מרעיתו ברמה, קיינער איז נישט מחולק דערמיט און דאס איז א זאך וואס איז גלוי וידוע לכל. עס איז א דבר הפשוט אז פון אזא זעלטענע איד וואלט מען געדארפט שטיין און הערן דיבורים וואס קומען ארויס פון א ריינע הארץ. ליידער זענען פאראן אזעלכע וואס ציטערן נישט אנצורירן דעם כבוד פון דעם צדיק און האבן נישט מורא פון דער 'וסביביו נשערו מאוד' און דערוואגן זיך חוזק צו מאכן פון אן ערליכן איד, וואס קיינער איז נישט מחולק אויף זיין ערליכקייט און איידלקייט, און דער צדיק האט נאך קיינעם דא נישט בא'עול'ט, אז דאס זאל בארעכטיגן דאס חוזק מאכן פון אים.
אבער לאמיר שוין אוועקנעמען דעם רבי'ן פונעם פיקטשער, און לאמיר טאקע רעדן פון די קהילה גופא: דוכט זיך אז עס איז נישט פאראן אין די וועלט נאך אזא קהילה פון דעם סארט ווי פאפא. פאפא האט באוויזן דאס וואס קיינער האט נישט באוויזן, צו בויען זייער חסידות שנעל און געשיקט, און אויך... שטיל. שטענדיג זענען זיי געשטאנען ווייט פון מחלוקת און פאליטיק, קיינמאל נישט אריינגעצויגן זייער יונגן דור און נארישקייטן, טעראר? - מאן דכר שמיה! זיי זענען מסתמא די איינציגסטע קהילה אויף די וועלט, וואס האט באהאנדלט מחלוקת אזוי קלוג, געשיקט און איידל, און זיכער געמאכט אז עס קומט נישט צו קיין פייערדיגע מחלוקת וואס די גאנצע גאס זאל רידערן דערפון פאר צענדליגע יארן. עס ליגט דערין א חכמה, א קלוגשאפט, און... איידלקייט.
די הייליגע פאפא קהילה איז באמת א זעלטן חשוב'ע קהילה, וואס האבן אנגענומען דעם כלל פון 'יתן למכהו לחי ישבע בחרפה', און שטילערהייט אבער זיכערערהייט וואקסן זיי און בליען אן דעם וואס מען זאל דאס באמערקן. שטיל און צוביסלעך האבן זיי ארויפגעברענגט א דור פון איידעלע חשוב'ע יונגעלייט, וואס מען זעט ווייניג פון דעם סארט. איך קען פערזענליך פאפא יונגעלייט, חשוב'ע פיינע יונגעלייט, א ברכה צו מאכן... און פיל פון די ליינער וועלן קענען מעיד זיין דערויף. די חכמה פון פאפא איז אבער, אז דאס אלעס ווערט געבויט אן קיין פאמפע און בלאזעריי, און נאך בתוככי העיר וויליאמסבורג, וד"ל... עס ליגט דערין א גרויס חכמה און געניטשאפט. זיי ספראוועט זיך נישט מיט די דרויסנדיגע גאס און פאליטיק, פארנעמען זיך נישט מיט הריגות און טעראר, נאר אין די זעלבע צייט בויען זיי מוסדות התורה והחסד, וואס האבן א נאמען אין שטאט אלס די בעסטע און די שענסטע. נישט אומזינסט וואקסט די קהילה שנעל און גרויס, הן בכמות און הן באיכות.
איך וויל מיט די ווערטער איבערבעטן די הייליגע קהילה, וואס טראצדעם וואס איך האב עס חלילה נישט געמיינט, איז דאך דער מכשול ארויסגעקומען מתחת ידי, וויל איך עס דעריבער פארריכטן. איך בעט איבער סיי די קהילה קדושה, סיי די חשוב'ע יונגעלייט המשתייכים לקהילת פאפא, ועל כולם עטרת ראשם ומנהיגם, כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואס עס איז מעגליך ארויסגעקומען א זלזול אין זיין נאמען דורך דעם אשכול.
איך האף אז מען וועט מיר מוחל זיין, ובזכות זה זאל די קהילה ווייטער שטייגן און וואקסן בכמות ובאיכות, להוסיף פעלם לתורה ולתעודה.
והנני חותם למען בקשת מחילה
לכבוד שבת קודש
מיין איבערבעטונגס בריוו פאר קהילה קדושה פאפא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 09, 2013 9:15 pm
- געפינט זיך: shais.kave@gmail.com
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל
לכבוד לכבוד שבת קודש
פארוואס זאלט איר זיך אפרייסען פונעם עץ הדעת ועץ הדעת?
און אויב שוין יא, פארוואס דאס מעלדען ברבים?
אויף דעם האט [tag]מאטי107[/tag] געענטפערט מן הענין:
איבערקוקענדיג די אשכול, זעה איך דאס פארקערטע. רוב ניקס וואס אין אנדערע הודעות שרייבן זיי דברים של טעם, רעדן צום זאך אין דיין אשכול אויך. וההיפך להיפך.
אמת, א נארמאלע מענטש וועט נישט רעדן בגנות סיי וועלכע רבי/מנהיג בפניו פון זייערס א חסיד. נישט קיין חילוק וואס די אמת איז.
פון וואו ווייסטו?
וואס זאגט ער? וואס פארציילט ער?
דו הייבסט אן מיט "ירא-שמים" און דו ענדיגסט מיט א "צדיק". פארוואס נישט גיין ווייטער "הקדוש והטהור"?
סתם א ליגענט. וויפיל קהילות זענען שוין דא? וואס ווייסטו וואס טוט זיך אין סקווירא, וואו מ'וואוינט קעפ אויף קעפ, וויפיל מחלוקות און רייבערייען זענען מסודר געווארן בשתיקה ובחכמה? און אין בעלזא? ווער רעדט נאך אין וויזניץ בני ברק, וואספארא פייערדיגע מחלוקה ס'וואלט ווען געקענט ברענען דארט? בכלל דארפסטו נעמען אין חשבון, אז אויב די צד שכנגד גייט אויס, מיינט נישט אז די מחלוקה איז שטיל געווארן מפני דרכי שלום, והבן.
ווייט פון ריכטיג. על פי חשבון וואלט פאפא געדארפט זיין צוויי אדער דריי מאל אזוי גרויס אין כמות. עס וואקסט נישט עפעס ספעציעל.
געדענקט איינער ווען "די צייטונג" האט געשריבן אז דער "מלך ישראל כ"ק אדמו"ר מפאפא" פארט קיין אירופא אויף מקומות הקדושים?
ווען מענצער און גאלדבערגער האבן געהאט מער צייט, פלעגן זיי אין די איבריגע צייט טוען אלץ וואס מעגליך צו מאכן פראפעגאנדע.
איך בין דיר מוחל, אבער די זכותים וועל איך ניצען פאר וויכטיגער ענינים.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:מיין געזעגענוגס בריוו פון קאווע שטיבל האב איך שוין אפגעשריבן
פארוואס זאלט איר זיך אפרייסען פונעם עץ הדעת ועץ הדעת?
און אויב שוין יא, פארוואס דאס מעלדען ברבים?
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אבער איך קען נישט אוועקגיין פון דא, איידער איך בין מתקן א וויכטיגע ענין.
אויף דעם האט [tag]מאטי107[/tag] געענטפערט מן הענין:
מאטי107 האט געשריבן:און פארוואס טראכסטו אז דאסמאהל וועט דאס נישט פארוואנדעלט ווערן אין א מושב לצים? האסט דאך דעמאלט אויך אנגעהויבן מיט גוטע כוונות.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך וויל דא תשובה טון באותו מקום ובאותו מצב, אויף א מכשול שיצא מתחת ידי. מיט א שטיק צייט צוריק, האב איך אפגעשריבן אן אשכול מיט א תוכחת מגולה פאר אידן וואס מאכן לצנות און חוזק פון קהילת-פאפא: דער אויבערשטער איז עדות אז איך האב עס געמיינט ערנסט און געוואלט ארויסברענגען די ווייטאגליכע נקודה דערפון. ליידער איז דער אשכול פארוואנדלט געווארן אין א ביליגע לצנות אויף א הייליגע קהילה בישראל, מיט נארישע ביליגע ווערטלעך אשר אין הדעת סובלתם..
איבערקוקענדיג די אשכול, זעה איך דאס פארקערטע. רוב ניקס וואס אין אנדערע הודעות שרייבן זיי דברים של טעם, רעדן צום זאך אין דיין אשכול אויך. וההיפך להיפך.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז מענטשן האבן נישט מורא געהאט צו רעדן על רבם ומנהיגם של חסידי פאפא, א זאך וואס טוט מיר זייער לייד...
אמת, א נארמאלע מענטש וועט נישט רעדן בגנות סיי וועלכע רבי/מנהיג בפניו פון זייערס א חסיד. נישט קיין חילוק וואס די אמת איז.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:עס איז לית מאן דפליג אז דער איד איז א דורכגעווייקטער ירא-שמים, א תלמיד-חכם און ערליכער איד
פון וואו ווייסטו?
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:נאכדערצו א מנהיג ישראל וואס פירט עדת מרעיתו ברמה, קיינער איז נישט מחולק דערמיט און דאס איז א זאך וואס איז גלוי וידוע לכל. עס איז א דבר הפשוט אז פון אזא זעלטענע איד וואלט מען געדארפט שטיין און הערן דיבורים וואס קומען ארויס פון א ריינע הארץ.
וואס זאגט ער? וואס פארציילט ער?
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ליידער זענען פאראן אזעלכע וואס ציטערן נישט אנצורירן דעם כבוד פון דעם צדיק און האבן נישט מורא פון דער 'וסביביו נשערו מאוד' און דערוואגן זיך חוזק צו מאכן פון אן ערליכן איד, וואס קיינער איז נישט מחולק אויף זיין ערליכקייט און איידלקייט, און דער צדיק האט נאך קיינעם דא נישט בא'עול'ט, אז דאס זאל בארעכטיגן דאס חוזק מאכן פון אים.
דו הייבסט אן מיט "ירא-שמים" און דו ענדיגסט מיט א "צדיק". פארוואס נישט גיין ווייטער "הקדוש והטהור"?
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:אבער לאמיר שוין אוועקנעמען דעם רבי'ן פונעם פיקטשער, און לאמיר טאקע רעדן פון די קהילה גופא: דוכט זיך אז עס איז נישט פאראן אין די וועלט נאך אזא קהילה פון דעם סארט ווי פאפא. פאפא האט באוויזן דאס וואס קיינער האט נישט באוויזן, צו בויען זייער חסידות שנעל און געשיקט, און אויך... שטיל. שטענדיג זענען זיי געשטאנען ווייט פון מחלוקת און פאליטיק, קיינמאל נישט אריינגעצויגן זייער יונגן דור און נארישקייטן, טעראר? - מאן דכר שמיה! זיי זענען מסתמא די איינציגסטע קהילה אויף די וועלט, וואס האט באהאנדלט מחלוקת אזוי קלוג, געשיקט און איידל, און זיכער געמאכט אז עס קומט נישט צו קיין פייערדיגע מחלוקת וואס די גאנצע גאס זאל רידערן דערפון פאר צענדליגע יארן. עס ליגט דערין א חכמה, א קלוגשאפט, און... איידלקייט.
סתם א ליגענט. וויפיל קהילות זענען שוין דא? וואס ווייסטו וואס טוט זיך אין סקווירא, וואו מ'וואוינט קעפ אויף קעפ, וויפיל מחלוקות און רייבערייען זענען מסודר געווארן בשתיקה ובחכמה? און אין בעלזא? ווער רעדט נאך אין וויזניץ בני ברק, וואספארא פייערדיגע מחלוקה ס'וואלט ווען געקענט ברענען דארט? בכלל דארפסטו נעמען אין חשבון, אז אויב די צד שכנגד גייט אויס, מיינט נישט אז די מחלוקה איז שטיל געווארן מפני דרכי שלום, והבן.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:די הייליגע פאפא קהילה איז באמת א זעלטן חשוב'ע קהילה, וואס האבן אנגענומען דעם כלל פון 'יתן למכהו לחי ישבע בחרפה', און שטילערהייט אבער זיכערערהייט וואקסן זיי און בליען אן דעם וואס מען זאל דאס באמערקן.
ווייט פון ריכטיג. על פי חשבון וואלט פאפא געדארפט זיין צוויי אדער דריי מאל אזוי גרויס אין כמות. עס וואקסט נישט עפעס ספעציעל.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:שטיל און צוביסלעך האבן זיי ארויפגעברענגט א דור פון איידעלע חשוב'ע יונגעלייט, וואס מען זעט ווייניג פון דעם סארט. איך קען פערזענליך פאפא יונגעלייט, חשוב'ע פיינע יונגעלייט, א ברכה צו מאכן... און פיל פון די ליינער וועלן קענען מעיד זיין דערויף. די חכמה פון פאפא איז אבער, אז דאס אלעס ווערט געבויט אן קיין פאמפע און בלאזעריי, און נאך בתוככי העיר וויליאמסבורג, וד"ל... עס ליגט דערין א גרויס חכמה און געניטשאפט. זיי ספראוועט זיך נישט מיט די דרויסנדיגע גאס און פאליטיק, פארנעמען זיך נישט מיט הריגות און טעראר, נאר אין די זעלבע צייט בויען זיי מוסדות התורה והחסד, וואס האבן א נאמען אין שטאט אלס די בעסטע און די שענסטע. נישט אומזינסט וואקסט די קהילה שנעל און גרויס, הן בכמות און הן באיכות.
געדענקט איינער ווען "די צייטונג" האט געשריבן אז דער "מלך ישראל כ"ק אדמו"ר מפאפא" פארט קיין אירופא אויף מקומות הקדושים?
ווען מענצער און גאלדבערגער האבן געהאט מער צייט, פלעגן זיי אין די איבריגע צייט טוען אלץ וואס מעגליך צו מאכן פראפעגאנדע.
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך וויל מיט די ווערטער איבערבעטן די הייליגע קהילה, וואס טראצדעם וואס איך האב עס חלילה נישט געמיינט, איז דאך דער מכשול ארויסגעקומען מתחת ידי, וויל איך עס דעריבער פארריכטן. איך בעט איבער סיי די קהילה קדושה, סיי די חשוב'ע יונגעלייט המשתייכים לקהילת פאפא, ועל כולם עטרת ראשם ומנהיגם, כ"ק מרן אדמו"ר מפאפא שליט"א, וואס עס איז מעגליך ארויסגעקומען א זלזול אין זיין נאמען דורך דעם אשכול.
איך האף אז מען וועט מיר מוחל זיין, ובזכות זה זאל די קהילה ווייטער שטייגן און וואקסן בכמות ובאיכות, להוסיף פעלם לתורה ולתעודה.
והנני חותם למען בקשת מחילה
לכבוד שבת קודש
איך בין דיר מוחל, אבער די זכותים וועל איך ניצען פאר וויכטיגער ענינים.
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 8:15 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
PUPA etc.......
L'kuved.....
With your gezegenem breaf YOU gave yourself away as the typical
PUPENER...........with a big chip on your PUPER shoulder.....
EIS LISHTOK
With your gezegenem breaf YOU gave yourself away as the typical
PUPENER...........with a big chip on your PUPER shoulder.....
EIS LISHTOK