בלאט 1 פון 2
אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
נשלח: מוצ"ש אפריל 28, 2012 10:21 pm
דורך קרעמער1
איגען = יא
אישטענעם = דער אויבערשטער
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
אראוין = גאלד
בּאַטשי = פעטער
באלאנד = משוגענער
גולאַש = פלייש געמישט מיט קארטאפל
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
לעוואר = שיסל
מארהאו = בהמה
מלאדזש = חברה קדישא מאן
נעם טו דאָם = איך ווייס נישט
סאמאר = אייזל
עזושט = זילבער
עידעש = זיס
פאפלאן = קאלדרע
פאשיט = מיעט-באלס
פייאָ = זוהן
פעהעיר = ווייס
פעי-אידזשעס = כמו דיסטריקט אטוירני
פעקעטע = שווארץ
קאָטשעניו = פארגליווערטע פיש-זאפט
קוטשאָ = הונט
קיטשי = קליינער
קילינטש = הענטל פון א טיר
קראמפלי = קארטאפל
ראזעאו = זוכענישן
ראַנטאַטוש = איבערגעצויגענע פלייש
ראָפּאָגאָש = קריספי
רעגענט = פרעזידענט
שערלאק = שווארצע פארב
ווער עס קען זאל מוסיף זיין
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 3:25 pm
דורך gehlungen
Nem too dum. I don't know. Okors kayt pofont? Veelste tzvie fraskes ??
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:02 pm
דורך קרעמער1
"נעם טו דאם" האב איך צוגעלייגט (כ'האב גראדע געוואוסט דערפון, ס'נאר פשוט ארויס פון קאפ) און די אנדערע שרייבט ביטע אין יודישע אותיות אויב איר האט די מעגליכקייט
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:08 pm
דורך יידל
קרעמער1 האט געשריבן:שערלאק = שווארצע פארב
דוכט זיך אז פעקעטע איז שווארץ.
ווייס איז פעהעיר.
אראוין איז גאלד.
עזושט איז זילבער.
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:32 pm
דורך קרעמער1
ס'איז כדאי אז עמיצער וואס איז באקאנט מיט אן ארגינעלן אונגאריש-רעדנדן זאל אים ווייזן די ליסטע (וואס וועט האפנטליך גרעסער ווערן מיט די צייט) אזוי ארום וועט מען עס קענען באשטעטיגן
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 12:07 pm
דורך gehlungen
Meer nem. Why not
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2012 1:57 am
דורך קרעמער1
קאָטשעניו = פארגליווערטע פיש-זאפט
ראָפּאָגאָש = קריספי
די מנהלים זאלן עס ביטע צולייגן זינט איך קען שוין נישט פאררעכטן
--
אריינגעלייגט.
גבאי שני
נשלח: זונטאג מאי 13, 2012 10:32 pm
דורך קרעמער1
א דאנק.
איר קענט אויך צולייגן "בּאַטשי = פעטער".
א דאנק נאכאמאל
---
צוגעלייגט
הק' משמרת
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 6:14 am
דורך דולה ומשקה
אסטא קוטשא פייוע נעקי = ?
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 3:52 pm
דורך קרעמער1
מען האט שוין אריינגעלייגט עטליכע ווערטער דערפון אין די ליסטע. אבער דער צוזאמענשטעל איז נישט אזא איידעלע אויסדרוק (מילד גערעדט)
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 4:00 pm
דורך געפילטע פיש
קרעמער1 האט געשריבן:מען האט שוין אריינגעלייגט עטליכע ווערטער דערפון אין די ליסטע. אבער דער צוזאמענשטעל איז נישט אזא איידעלע אויסדרוק (מילד גערעדט)
קוטשא = הונט
פייא = די זון פון
נעקי = ???
נא, לאז אונז נישט הענגען!
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:26 pm
דורך הדד בן בדד
קילינטש = הענטל פון א טיר
לעוואר = שיסל
אישטענעם = דער אויבערשטער
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
מארהאו = בהמה
סאמאר = אייזל
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
באלאנד = משוגענער
עידעש = זיס
---
צוגעלייגט צו די ליסטע אינעם ערשטן תגובה
הק' משמרת
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:28 pm
דורך שמואל הלוי
הדד בן בדד האט געשריבן:קילינטש = הענטל פון א טיר
לעוואר = שיסל
אישטענעם = דער אויבערשטער
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
מארהאו = בהמה
סאמאר = אייזל
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
באלאנד = משוגענער
עידעש = זיס
נאך א מזל אז סאטמאר שרייבט מען מיט א ט'
![צוחק :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:58 pm
דורך הדד בן בדד
מען זאגט דעם ס' מיט אזא האלבן קמץ somar
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:58 pm
דורך קרעמער1
די באבע זאגט אז "טשאָט" (א שפּילקע אויף די האר) איז אונגאריש.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 1:17 pm
דורך קרעמער1
יואי דע סעיפ = אוי, ווי שיין
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:27 pm
דורך מ גפני
לעוועש = זופ
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 4:36 pm
דורך טעפל
ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:18 pm
דורך גאלדגרוב
א הונט איז "קוטיא". נישט קוטשא.
איך קען 50% רעדן און ליינען אונגאריש.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 4:30 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קאסטען - TASTE
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:30 pm
דורך שמעקעדיג
'טרעסאנט אז רוב אונגארישע ווערטער וועלכע איז געבליבן ביי אונז אין באנוץ, הייבט זיך אן מיט א פ'
פאפוטש
פאנזשעלאו
פאלאטשינטא
און נאך אפאר וואס כ'געדענק נישט אויפן מאמענט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 7:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קען שוין איינער ביטער ארויסגעבן דעם סוד וואס מיינט "נעקי"?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2018 8:13 pm
דורך קוקי
טעפל האט געשריבן:ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???
דזשאָדאַש - צוקער זיס