סך הכל איבער די אשכולות ארום די אפשאצונג אויפען ש''ס הנהגה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

סך הכל איבער די אשכולות ארום די אפשאצונג אויפען ש''ס הנהגה

שליחה דורך נאר,,פרייליך »

אז איר העט א בליק טאן אויף די פילע געהענגליך דא אין שטיבעל איבער די נושא און בליק אויף די פירעשאפט פון ש''ס אצינד ווען זיי האבען פארלוירען איר פירער וואס פילע האבען דא פארגאסען אסאך טינט און בלוט אפצושאצען
הן מצד די פארלוסט

הן מצד זיין פערזענליכקייט

הן מצד זיין הנהגה ועוד ועוד

איז סך הכל די מסקנא אז מ'קוקט אויף אים צו מיט די סאטמאר'ע (ליין: תורה'דיגע) בליק איז ער יא פארעכנט אלס א גדול וענק אדער גאר פארקערט די צד המנגדים זענען די וואס קוקען מיט רעכט

מער ווייניגער ארום דעם דרייען זיך דא אלע אפשאצונגען אנגעהויבען פינעם מוצ''ש דיגער באריכטער הרב פרענק'לין
גענדיגט ביים שיטמ''ק וואס האט געפירט די טעמע צום מחולל התנועה המזרחית צו וואס טייל מספידים האבען מייחס געווען דעם ש''ס פירער, אזש ס'זעט עפעס אויס אז די גאנצע צוויי און ניינציג יאר עלי אדמות פינעם נפטר איז בלויז דאס געווען זיין עסק

דער מאדנער ערשיינונג האט ביי מיר געהויבען אויגען ברעמען וואס האט פאסירט מיט אינזער שטיבעל וואס איז באקאנט מיט איר ברייטער און אויפגעקלערטער צוגאנג ווי יעדער שמויגער און otd טרעפט א פאדיום צו אויסשרייען הויעך זיין ווייטאג און קרעמפן בנוגע יהדות און ארום, צו רעדן מיט גאר א לופטיגער און זעלטן ברייטער פענע

און דא פלוצים דערזעה מיר זיך אין א ווינקעל נאך ערגער ווי דער עולם ה'אייוועלט ווי דער נפטר איז נאך שענער באשריבען געווארען אהן דעי אלע סארט השקפות ווי ס'באריכטע געווארען ב'שטיבל'נו

ס'איז א צייט להתבונן און אפשר אינזין האבען לעי''נ דעם נפטר וואס האט מיט אונז פאסירט זענען מיר פלוצים אלע געווארען קראלע אדער גאר ארשיווע חסידים פון מרן רבינו יואל בן חנני' יו''ט ליפא זצוק''ל??????

ס'וואלט געפאסט אז א פאפא'נער צו א באבובער קלויזענבורגער סטוטשינער באיאנער בעלזער גערער פרימישלאנער וכו'
זאלען נעמען אין די האנט אריין דער נושא הנ''ל די בליק פינעם פרמישלאנער צו באבובער הויף איבער די נושא וכן לכל הנ''ל זאלען אנוליזירען דעם טאפיק בהשקפת חצרם

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר