צייטונגען – א בליק אויפן עבר און א טראכט איבערן הווה
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 3:02 pm
דא אין שטיבל איז שוין דא אשכולות איבער אמאליגע אידישע צייטונגען, הויפזעכליך לעצטנס דער שיינער אשכול פון חברינו הדגול דעת תורה. יענער אשכול זעט אויס פראבירט אין א זין נאכאמאל איבערלעבען די גרויסע פאסירונגען פון הונדערט יאר צוריק וועלכע האבן געשאקלט די וועלט בשעתם און זענען נאך גאנץ באקאנט ביז היינטיגן טאג, ווי למשל משפט בייליס וכדומה. אני הקטן בלעטער אויך א שטיק צייט אין די אלטע צייטונגען, אבער איך פרוביר בעיקר צו פארשטיין מתוך כותלי כתבם ווי אזוי דער טאג-טעגליכער לעבן איז אנגעגאנגען בימים עברו, נישט בלויז די מעידזשאר עווענטס און נישט דווקא אין א געוויסע ענגע תקופה. ליינענדיג די אלטע פארגעלטע בלעטער (איך ליין עס אין דידזשיטעל פארמאט, אזוי אז די פארגעלקייט ווענדט זיך מער אין מיין קאמפוטער סקרין קאליר...) איז מיר אינטערעסאנט צו באמערקן ווי ווייט געוויסע זאכן זענען געווען אנדערש און דעם עבר הרחוק והקרוב, און מאידך גיסא ווי ווייט געוויסע זאכן בלייבן די זעלבע.
פון צייט צו צייט קאפי איך עפעס וואס איך פיל אז עס קען זיין אינטערעסאנט מיטצוטיילן. איך וועל נישט גיין דווקא אין א סדר נישט לפי נושאים און נישט לפי דאטומס. איך וועל זיך באציען צו צייטונגען וועלכע זענען ערשינען אין די גרויסע אידישע צענטערס ווי פוילן רוסלאנד, וכו'. לעצטנס האב איך געבלעטערט די "מחזיקי הדת" און די ווארשער אידישע צייטונגען, וועל איך אביסל באריכטען פון זיי. בעיקר איז מיר אינטערעסאנט צו ברענגען פון "מחזיקי הדת," ווייל דער צייטונג איז די די מערסטע ענליך צו אונזערע היינטיגע היימישע צייטונגען.
צו ערשט א שטיקל הקדמה איבער די צייטונגען. די גאנץ ערשטע פון די באוואוסטע צייטונגען זענען די לשון-קודש'ע ווי המגיד, המליץ, הצפירה, ועוד, וועלכע האבן אנגעהויבן ערשיינען אין די תר"י און תר"כ יארן. די צייטונגען זענען געווען געפירט אין גרויסן טייל מיט א משכיל'ישע אגענדע, אויפעפענען די קעפ פאר די בני אדם יושבי חושך... די צייטונגען האבן באריכטעט וועלטליכע נייעס, לאקאלע נייעס, דברי תורה, דברי מדע, ענינים העומדים על הפרק אין די אידישע גאס, ועוד. אבער ס'איז געווען דרגות אין דעם. למשל דער המגיד איז געווען "רעכטער" געשטימט פון המליץ. מ'זעט גאנץ אפט אפילו רבנים פובליצירען מאמרים אדער בריוון. די משכילישע אגענדע איז געווען בעסער פארשלייערט. אלכסנדר צעדערבוים'ס המליץ, הגם עס האט אויך אפט מאמרים פון רבנים און פרומע, איז געווען מער ראדיקאל אין אנטי רבני'ש. דער הצפירה פון חיים זעליג סלאנימסקי האט אין צוגאב אויך געלייגט א דגוש אויף עדזשוקעיטן די מאסן אין וויסענשאפטליכע ענינים. די צייטונגען זענען געווען די וועלכע האבן מיט דער צייט געעפנט דעם קאמף פאר ציונות און עס געהאלפן מפיץ זיין צווישן דעם עולם.
אין די סוף תרל'ס זענען די פרומע ארטאדאקסען ארויסגעקומען מיט א צייטונג "מחזיקי הדת" אדער "קול מחזיקי הדת" (פאר א צייט זענען ביידע צייטונגען ערשינען פאראלעל, אבער דערנאך בלויז אלס איין צייטונג). די צייטונג, וועלכע איז געווען באזירט אין לעמבערג, האט שטאלץ פראקלאמירט אז זי איז געגרינדעט געווארן דורך ר' שמעון סופר פון קראקע. (עס איז אויך אנגענומען אז ר' יושע'לע בעלזער איז געווען א מייסד, הגם די צייטונג זעלבסט דאכט זיך רעדט נישט דערפון.) מחזיקי הדת האט געפירט א מלחמה כבידה קעגען השכלה, ציונות, און אלע אנדערע מרעין בישין וועלכע ארטאדאקסיע האט געזען פאר נויטיג צו באקעמפען. מיט דעם אלעם איז זייער אינטערעסאנט ווי ווייט מער "אפן" די צייטונג איז אין א סאך ענינים. טייל נייעס און אפילו דברי פולמוס נגד מתנגדיהם וואלט היינט א היימישער צייטונג קיינמאל נישט אזוי בולט אראפגעלייגט.
ביים סוף פונעם ניינצענטן יארהונדערט איז אידישקייט אין פוילן און רוסלאנד געווען אין א טיפן און שנעלן בארג אראפ. די סיבות זענען פארשידענארטיג, און ס'איז נישט דא אין פלאץ אריין צו גיין אין אן אריכות. אידן זענען פשוט מיד געווארן צו שלעפן דעם עול התורה ועול הגלות. אין די גרעסטע אידישע שטאט, ווארשע, האט אין די תר"ע'ס אנגעהויבן ארויסצוקומען אידישע צייטונגען, די גרעסטע זענען געווען "דער היינט" און "דער מאמענט." אט די צייטונגען האבן שוין געקעיטערט פאר א מישמאש פון סתם פראסטע עמך-אידן און אידן פורקי עול למחצה לשליש ולרביע. עס איז טראגי-קאמיש צו בעאבאכטן ווי די אידן זענען ביזי געווען מיט זייערע וויכטיגע און נישט-אזוי-וויכטיגע עסקים אן קיין אנונג אז זייער גאנץ וועלטל שטייט על עברי פי פחת.
מ'ליינט אין אט די אלע צייטונגען, וועלכע זענען ערשינען במשך כמעט אכציג יאר, די trials and tribulations פון דורות אידן וועלכע האבן געסטראגלט מיט א רייע מיט אישוס, אבער האבן פרובירט יעדער לויט זיין וועג צו טרעפן זיין פלאץ אין א וועלט וועלכעס האט נישט גערן אפגעטרעטן א פלאץ פאר דעם פאריאגטן פארוואגלטן איד. זאלן מיינע ציטאטן דינען ווי א שטיקל אזכרה פאר אט די אידן.