בלאט 1 פון 3

ישיבה "אור חדש" פראג (קרית יואל)

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:01 pm
דורך hopefully
ס'דרייט זיך ארום אויף וואטס-עפ א הערליכער קליפ פון ישיבה אור חדש פראג פון קרית יואל.
טאקע זייער שיין זיי קוקען אויס ווי נארמאלע בחורים מען לערנט מען דאווענט מען שטייגט און דער עולם האט א גוד טיים, כ'הער אויך אז יעדער בחור לערנט זיך דארט אויס א פאך דורך פראפעשענאל טיטשערס, און א גרויס חלק קומען צוריק אן אין א גרויסע ישיבה גדולה.

מאידך גיסא זענען דאך אזעלעכע ישיבות נישט מעין-סטרים ווייל פאקטיש לערנט מען דארט ווייניגער און ס'דא בחורים דארט וואס מען האט ארויסגעווארפן פון אנדערע ישיבות. און ליידער זענען די סארט ישיבות נישט ארויפגעקוקט ביים היימישן צבור מחמת סיבות שונות כידוע. וואס האלט דער עולם זענען די מעלות און די חסרונות.

דא האט איר דעם קליפ.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:03 pm
דורך hopefully
thanks outspoken

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:11 pm
דורך outspoken
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cc6qLY5r3aA[/youtube]

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
זייער שיין, כה לחי!
לאכן לאכט דער וואס .... (עיין בהחתימות)
די וועלכע לאכן זענען עתיד ליתן את הדין, און זיי וועלן נישט לאכן צו לאנג... עמיר זיין ווען זייערע קינדער וועלן זיין אין דעם מצב, צי זיי וועלן נאך אלץ לאכן 'מחמת סיבות שונות'. די וועלט איז נישט הפקר.
די איינציגסטע קורץ-טערמיניגע חסרון וואס איך קען טראכטן, אז מאנכע משפחות וועלן מאכן פראבלעמען ביי שידוכים. אבער איך וואלט נישט געוואלט אזעלכע מחותנים און משפחות וואס לאכן אפ פון יענעם, פאר מיינע קינדער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:26 pm
דורך שמו יגער
hopefully האט געשריבן:ס'דרייט זיך ארום אויף וואטס-עפ א הערליכער קליפ פון ישיבה אור חדש פראג פון קרית יואל.
טאקע זייער שיין זיי קוקען אויס ווי נארמאלע בחורים מען לערנט מען דאווענט מען שטייגט און דער עולם האט א גוד טיים, כ'הער אויך אז יעדער בחור לערנט זיך דארט אויס א פאך דורך פראפעשענאל טיטשערס, און א גרויס חלק קומען צוריק אן אין א גרויסע ישיבה גדולה.

מאידך גיסא זענען דאך אזעלעכע ישיבות נישט מעין-סטרים ווייל פאקטיש לערנט מען דארט ווייניגער און ס'דא בחורים דארט וואס מען האט ארויסגעווארפן פון אנדערע ישיבות. און ליידער זענען די סארט ישיבות נישט ארויפגעקוקט ביים היימישן צבור מחמת סיבות שונות כידוע. וואס האלט דער עולם זענען די מעלות און די חסרונות.
דא האט איר דעם קליפ.

מעלות
1) א בחור וואס דארף אנקומען צו אזא ישיבה איז שוין סיי ווי אראפגעקוקט ביי אונזער ציבור. זיין גיין צו אזא ישיבה קען אים גאר הייבען אין זיין מצב אדער אפילו ראטעווען פון זיין מצב
2) אין איינקלאנג מיט דעם איז אז פון א גרויסע ישיבה פאלט אזא בחור ארויס פון דעם סיטעם מה שאין כן דא
3) פערזענליכע אנטינשין- ווער וואלט אנגעקוקט אזא בחור אין א גרויסע ישיבה? - דער קלענער דער עולם דער גרעסער די שמחה
חסרונות
1) אסאך מאל מאכט זיך אז א בחור ווערט גאר אראפגעשלעפט פון די מדריגה וואס ער האלט ביי ביים גיין צו אזא ישיבה. ווייל ער טרעפט שנעלער איינער וואס איז שוואכער פון אים.....
2) איך וואונטש די הנהלה הצלחה וכל טוב אבער ליידער זענען די ישיבות זייער טייער אויפצוהאלטן אין זיי מאכן זיך צו שנעלער ווי אנדערע אין מען דארף שוין ווידער זיכען א ישיבה פאר'ן בחור וכו'

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:40 pm
דורך shem-tov
איך ווער משוגע פאר דעם קליפ, הערליך שיין. אשריך ר' יהוסף!!! איך ווייס פון א פאל ווען עלטערן האבן זיך שרעקליך געמוטשעט מיט א נארמאלן געזונטען בחור וואס מען האט ארויסגעווארפן ווייל דער בחור'ל האט נישט געהאלטן ביים לערנען, און אנדערע ישיבות האבן אים נישט געוואלט אננעמען און די וואס יא האבן געבעטן שווערע טויזענטער שכר לימוד און ר' יוסף האט אים צום סוף אריינגענומען און ממש אוועקגעשטעלט אויפן פלאץ, דער בחור לערנט שוין דארט גאנצע צוויי יאר קוים וואס ער קומט אהיים אמאל פאר א שבת, די ישיבה איז פאר זיין משפחה געווארן די גאנצע ישועה, ער בעט נישט קיין סאך און זיין סיסטעם איז איינס אין דער וועלט. ער גייט שוין אן ב"ה פינעף יאר זאל אים דער אויבערשטער ווייטער שיקען הצלחה און ברכה

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:42 pm
דורך smart
ישיבת פראג, כמותך ירבה בישראל!!!

איז דעעס די זעלבע ישיבה ווי קוממיות?

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:56 pm
דורך שרייבער
smart האט געשריבן:ישיבת פראג, כמותך ירבה בישראל!!!

איז דעעס די זעלבע ישיבה ווי קוממיות?

מיינסט תלפיות? ניין

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:58 pm
דורך smart
יא, טעיתי

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:05 pm
דורך shem-tov
קינות טעיק א טשיל פיל, און מעק אויס דיין תגובה אויב האסטו טענות אויף א יוד רוף אים צו דין תורה אדער הייב אן א נייע אשכול.
מנהלים ביטע נעמט קעיר

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:14 pm
דורך וועפערייזער
שיינע חברה!
איך וויל נעמען פון זיי א חתן פאר מיין טאכטער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:19 pm
דורך hopefully
דער פראג'ער ראש ישיבה איז א גאר געלונגענער יונגערמאן א איש מוצלח אין אלע הינזיכטן און האט נאך פאר קיין יוד נישט וויי געטאן און אוודאי נישט באגנבט, סך הכל האט ער זיך נישט געלאזט פון א באקאנטן גבר אלים. און די גערעגטער זאלסט ווייטער שעלטן און בלאזן און באשמוצן מענטשן והכל על מקומו יבא בשלום.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:28 pm
דורך סאשי פיש
עפעס שמעקט נישט גוט דא מיט די נייע ניק
קודם ברענגסטו סתם א קליפ וואס דרייט זיך ארום, און נאכדעם קענסט דו אים שויןו זייער גוט
וואס איז דיין ציל?
ווילסט פאנדרעיזען פאר די ישיבה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:32 pm
דורך hopefully
you got it sushi fish, and everything smells ok by me

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:03 pm
דורך zurich
איז עס די זעלבע ווי תלפיות?
מעיג א בחור דארט האבן אינטערנעט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:08 pm
דורך מ גפני
שרייבער האט געשריבן:
smart האט געשריבן:ישיבת פראג, כמותך ירבה בישראל!!!

איז דעעס די זעלבע ישיבה ווי קוממיות?

מיינסט תלפיות? ניין

וואס איז די חילוק צווישן די צוויי? מיר קוקט דאס אויס די זעלבע

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:12 pm
דורך פאריז
הערליך הערליך, די סארט ישיבת איז די עתיד פון כלל ישראל, ווייל דער גיטע בחור וועט אייביג סייווי זיין מסודר, עס איז די בחורים וואס עס זענען נישט די גרעסטע מציונים מיט וועם מען וואפט זיך ארום, עס דארף זיין נאך 10 אזעלכע ישיבות.

++++

יעצט אביסל אדווייז, לפי ראות עיני וואלט די קליפ געווען א דבר השלם אלמלא ער ווייזט ווען אויפן קליפ ווי און ווי אזוי ער לערענט אויס די בחורים ליינען און שרייבען א פליסיגען, בעסיק עקסעל און קויקבוקס, עס איז א מאסט צו האבן אלץ יונגערמאן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 5:27 pm
דורך berlbalaguleh
אוטספאוקען: ייש"כ פאר דעם הערליכן קליפ. און כאטש דער קליפ איז צוזאמגעשטעלט פאר קאמערשעל פוירפאסעס און ער ווייזט נאר די מוצלח'דיגע מאמענטן, דאך איז עס דערפארישענד צו זעהן בחורים וועלכע זענען פרייליך און צופרידן. דעיס איז א ישיבה וועלכע איז גוט פאר אלע סארט בחורים. נישט נאר "די שוואכע". דאס איז דער חיסרון מיט די גרעסערע ישיבות וועלכע רעכענען זיך נישט מיט א געוויסן פראצענט תלמידים און זייערע פארלאנגען. מ'זאגט זיי "ס'געפעלט דיר נישט, קענסטו גיין". אדער אפילו די ישיבות וועלכע וואלטן יא געווען מער בויגזאם און פארראכטן דעם סדר הלימוד, האבן מורא דאס צו טון מחמת די מיעוט עקסטרעמיסטן און מצומצמ'דיגע מוחות וועלכע וועלן זיי באשולדיגן אין זיין "רעפארמער". בלייבט אלעס ביים אלטן. און דעריבער איז דא אזא גרויסער פראצענט נושרים. 8-) :like

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:עפעס שמעקט נישט גוט דא מיט די נייע ניק
קודם ברענגסטו סתם א קליפ וואס דרייט זיך ארום, און נאכדעם קענסט דו אים שויןו זייער גוט
וואס איז דיין ציל?
ווילסט פאנדרעיזען פאר די ישיבה?

און ווען יא?! וואס איז ראנג?! דער קליפ איז דאך אמת!!! :cry:

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:07 pm
דורך סאשי פיש
[tag]berlbalaguleh[/tag] איך האב גארנישט קעגען די ישיבה, פשוט ווי דו זעסט האט מען געדארפט מעקען א תגובה און אויף דעם האב איך מיך באצויגען.
viewtopic.php?f=24&t=5004&p=157606#p157606

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:33 am
דורך shem-tov
איינער ווייסט וואסערע פראפעשאן מען לערענט מיט זיי דארטן, אין אמת'ן אריין וואס קען מען שוין ערווארטן פון די סארט טייערע בחורים וואס לערנען ווילן זיי נישט לערנען, זיך אויסלערנען און באקומען א היי סקול דיפלאמע קענען זיי דאך אויך נישט, דאס פארלאנגט זיך דאך א יגיעה רבה יומם ולילה אין אלע פינעף סובזעקטס פאר אסאך יארן, נו וואס יא, איז עס דען א פשוטע בעיבי סיטינג סערוויס. וואס האלט דער עולם וואלט געווען כדי צו לערנען מיט בחורים אז ס'זאל אים בכלל אינטערסירן און ער זאל עפעס אויך האבן דערפון שפעטער אין זיינע יארן און איך רעד נישט פון פליקען טשיקענס אדער פיקסן א נייע טיש איך רעד פון א שטיקל פיוטשער

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:47 am
דורך outspoken
דארט איז נישטא קיין מענעדזער קעכער אא''וו, יעדער בחור האט א דזשאב, און אויך א בודזשעט, אזוי לערנען זיי זיך אויס די פאך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:26 am
דורך אויסדריקלעך
אויסגעצייכענט! א שפאלט אין דער פעסטער מויער פון דער סיסטעם. מיט נאך אפאר אזאלכע ישיבות, וועט עס זיין א גוטע בעגינינג.

די איינציגע זאל וואס באדערט מיך איז דער פערסעפשען וואס דער עולם האט דא כאילו די ישיבה איז נאר געמאכט פאר אזאלכע בחורים "וואס דארפן עס", אבער אינאמתן איז דאס די ריכטיגע ישיבה וואס יעדער בחור וואלט געדארפט זיין. א ישיבה ווי מ'לערענט תורה עם דרך ארץ.

כה לחי!