בלאט 1 פון 1

Who vs. Whom

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:39 am
דורך אויסדריקלעך
איז איינער באקאנט מיט די כללים פון Who און Whom?

אין מיינע אמעראצישע אויגן זעט עס אויס ווי גאנץ א קאנפיאזינג ווארט, איך וואלט שטארק אפרישיעיטעט אביסל קלארקייט אין דעם ענין.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:58 am
דורך נהורא נפישא
Who= ווער
Whom= וועמען

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 10:19 am
דורך מ גפני
How = וויאזוי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 10:29 am
דורך I'm back
Who's = וועמענ'ס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:14 am
דורך אליצפן
נהורא נפישא האט געשריבן:Who= ווער
Whom= וועמען

נישט אינגאנצן אמת.
Who's car is this? = וועמענ'ס קאר איז דאס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:16 am
דורך נהורא נפישא
אליצפן האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:Who= ווער
Whom= וועמען

נישט אינגאנצן אמת.
Who's car is this? = וועמענ'ס קאר איז דאס.

וועמענ'ס שאני.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:23 am
דורך אליצפן
יעדער סענטענס כמעט האט א object און א subject. דהיינו איינער וואס טוט/זאגט עפעס איז דער subject, און איינער וואס צו אים איז עפעס געזאגט/געטון געווארן איז דער object. למשל, 'איך האב אים געבעטן עפעס' אין דעם סענטענס בין איך דער subject דהיינו דער וואס טוט, און אים איז דער object.
יעצט די כלל איז אז ווען מ'רעדט פונעם subject זאגט מען who, למשל who said that, who did that. און ווען מ'רעדט פון די object זאגט מען whom, למשל
to whom did he say it, to whom did you give it.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:57 pm
דורך דער (פינטעל) איד
לעצטענס איז געווען א באשרייבונג אין א גוי׳שן צייטונג וועגן די פארגעסענע ווארט whom

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:12 pm
דורך אליצפן
דער (פינטעל) איד האט געשריבן: די פארגעסענע ווארט whom

פארגעסענע ווארט??? אפשר ביי חסיד'ישער אידן איז עס פארגעסן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:20 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך גלייב נישט אז יענער מאגאזין האט גערעדט פון אידן. איך געדענק נישט ווי סאיז ערשינען אפשר אין אטלאנטיק אדער רידערס דיידזשעסט.

דא איז עפעס ענליך
http://www.economist.com/blogs/johnson/2012/10/grammar

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:14 pm
דורך אויסדריקלעך
שכח אליצפן, איך מייו אז איק זענט 100 פראצענט גערעכט.

איך ווייס אז ס'איז דא א צומישענעש אין די גוישע גאס אויכעט איבער דעם ווארט, און אין אסאך טעקסט בוקס ווערט די כלל איגנארירט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:51 pm
דורך הערשי
אמעראצים, וועמענ'ס איז whose. ווידערום who 's איז ר"ת who is.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:01 pm
דורך אליצפן
הערשי האט געשריבן:אמעראצים, וועמענ'ס איז whose. ווידערום who 's איז ר"ת who is.

גערעכט ס'געווען א טייפא. געווענטליך איז s' א possesive pronoun, like moshe's car, האב איך מחמת רגילות געשריבן who's, אבער די ריכטיגע ווארט איז whose.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:07 pm
דורך יאיר
ווער קעגן וועמען?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 6:22 pm
דורך נהורא נפישא
הערשי האט געשריבן:אמעראצים, וועמענ'ס איז whose. ווידערום who 's איז ר"ת who is.

נאך א וויכטיגע גראמאטישע כלל
Boy= יינגעל
Boys= יינגלעך
Boy's = דאס יינגעל'ס
'Boys= די יינגלעך'ס
ללמדך וויפיל דער קוצו של יו"ד מאכט אויס.