בלאט 1 פון 1

ניו יארק סיטי

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:55 am
דורך רויטע וואנצעס
ניו יארק סיטי גרויס ווי א לאנד,
נאנט און ווייט זייער באקאנט,
מיליאנע אויף א שטח א קליינע,
יעדער לויפט די וועג זיינע,
איינער לויפט נאכ'ן באס איינער נאך געלט,
נישטא קיין מנוחה מ'וויל כאפן די וועלט,
הויפט און עקאנאמיא אויך הויפט אין שמעק,
טראפיק איבאראל אן קיין עק,
גאט האט באשאפן מ'זאל לעבן מיט בריאה,
אבער אין ניו יארק א נייע יצירה,
יאגן נאכ'ן עתיד ביז די קבורה,
צום אכול לחמך בשמחה א אפענע סתירה,
די הארץ אומעטיג די געדולד אויסגעלאפן,
אזא גליק! נאך א דאלאר געטראפן,
וואוינט אין א קליין צוקנאקט דירה,
צאלט גרויס צו זיצן אין תפיסה,
גערודער ארום די זייגער,
קארס טראקס און פאליציי כסדר,
מ'ארבייט צו צאלען בילס גאר גרויס,
קאר, יוטיליטי, רענט אדער הויז,
מ'איז מקיים בזיעת אפיך,
תאכל, נישט לחם נאר חייך,
אונזער קינדער אין א גייסט פון בהלה,
ניו יארק סיטי איז פאר אונז א קללה,
נאסטאלגיע איז אבער אונזער משוגעת,
צו וואוינען 1000 מענטשען פור גאס,
זאל מען שוין הערן שירה חדשה, גאולה לידער,
די שופר זאל אבער זיין די לעצטע גערודער.