בלאט 1 פון 2

פון ווי נעמט זיך אונזער שווענדערישן לעבן? וועמענ'ס שולד?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:15 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מיר האבן דאס נישט געזען ביי אונזערע עלטערן און זיכער נישט ביי אונזערע זיידעס. מיין פראגע איז ווען האט זיך דאס אנגעהויבן און ווער איז שולדיג דערויף. די נושא איז נישט וועגן ארעמע אדער מיטל אינקאם מענטשן וואס קויפן דאס וואס דער מער פארמעגליכער קויפט צו ווייל ער מיינט אז ער מוז עס אויך האבן צו ווייל ער וויל מ'זאל מיינען אז ער איז אויך איינער וואס קען עפארדען. די רעדע איז אפילו פון מענטשן וואס קענען טאקע זיך ווארפן מיט געלט און אויך פון די וואס קענען באמת נישט, אבער פון ווי נעמט זיך א געלט ספענדעריי אויף זאכן וואס איז בכלל נישט ווערד? ווען א אינגערמאן לאזט זיך וואוילגיין 3 מאל א מאנאט אין סטעיק הייזער ווי ער שפענט א הונדערט אדער מער אויף א זאך וואס ער דארף נישט און אויף א זאך וואס איז נישט ווערד דאס געלט.

ס'דא ווען איינער וועט איינקויפען א שיין טייער שטיקל מעביל וואס קומט פון איטאליע ווייל ער פארשטייט [אדער מיינט ער אזוי] דערצו, דער מעביל איז שיין און דאס איז דער פרייז די פאר טויזנט וואס ער צאלט דערפאר, דאס גייט אריין אין א צווייטן חדר לגמרי. יא ער האט געספענט געלט וואס ער האט אדער האט נישט, אבער ער באקומט עפעס דערפאר, דאס איז נישט אזא שווענדעריי. אבער דער איד וואס ביים דאווענען מאכט ער מיט די האנט פאר יעדן שנארער און שפעטער זעט מען עם עסן א פרישטאג אין ספונס רעסטאראנט פאר 22 דאלער, ווען ער באקומט דארט עסן אין די ווערד פון אפשר צוויי דאלער מיט 50 צענט, וואס איז דאס? האט ער געצאלט ארויסגעווארפן געלט ווייל יענער האט עם סערווירט און ווייל יענער איז אויף 13 עוו מוז ער דאך אויך באצאלן זיין רענט. אבער וואס האסט דו געהאט דערפון? דו קענסט ווען קויפן א ביליגע מזונות סענדוויטש פאר 2 דאלער פון ווי האט ער דא גלייכגילטיקייט צו ווארפן 20 דאלער אין די מיסט?

האט מען א דור צוריק זיך אזוי אויפגעפירט אפילו די גבירים ? האט מען אפגעסאפערט א נאכט און באצאלט א מעשר פון א וואכ'ס וועידזש ? פארוואס איז יעדער פויל. ווער איז שולדיג? מערסטענס זענען זיכער שולדיג די רייסערישע רייצערישע עדס אבער שולדיג איז אויך די דעפרעסיע וואס נעמט היינט ארום יעדן צווייטן אינגערמאן און ווען ער ווערט סערווירט אין א פענסי רעסטאראנט אויף וואס ער גייט באלד צאלן א מאה צו 150 מיינט ער אז זיינע צרות האבן זיך דערשראקן פון עם.
ודו"ק כי קראצטי

רבותי פארשווענטס נישט אייערע אנגעהארעוועטע געלטער!

יעדער איז געלאדענט צו קאמענטירן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:40 pm
דורך zurich
און וואס איז מיט מ'גייט אריין אין א געז סטעישאן און סכאפט אן אז מען דארף א קאפפי, שוין אז איך קויפ שוין א קאפי דארף איך שוין קויפן א דעיניש אויך, וואס הייסט א קאפפי אן א דעיניש?! ר"ל מהאי דעתה און וואס איז מיט א קאפי אן א ציגעראטעל?? קויפט מען שוין א פישקע אויך, אין אזוי ספענט מען די גאנצע לעיבן ודו"ק כי קראצתי!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:43 pm
דורך קינות גירושין
יעדער האט זיך זיינע תאוות, למשל איך וויל נישט ספענדן אויף א שטיקעל האלץ אבער אויף א גוטע סטעק מיט א געשמאקע אטמיספער וועל איך זיך לאזען קאסטען
ביי מיינע זיידעס האב איך נישט געזען , נישט קיין סטעיק אין נישט קיין טייערע האלץ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:01 am
דורך ונבנתה העיר
zurich האט געשריבן:און וואס איז מיט מ'גייט אריין אין א געז סטעישאן און סכאפט אן אז מען דארף א קאפפי, שוין אז איך קויפ שוין א קאפי דארף איך שוין קויפן א דעיניש אויך, וואס הייסט א קאפפי אן א דעיניש?! ר"ל מהאי דעתה און וואס איז מיט א קאפי אן א ציגעראטעל?? קויפט מען שוין א פישקע אויך, אין אזוי ספענט מען די גאנצע לעיבן ודו"ק כי קראצתי!

ווי ר' אהרן מרדכי רוטנער זאגט: היום אומר לו טרונק קאלטע וואסער, און מארגן זאגט ער איהם שוין טרונק פטל...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:49 am
דורך zurich
ונבנתה העיר האט געשריבן:
zurich האט געשריבן:און וואס איז מיט מ'גייט אריין אין א געז סטעישאן און סכאפט אן אז מען דארף א קאפפי, שוין אז איך קויפ שוין א קאפי דארף איך שוין קויפן א דעיניש אויך, וואס הייסט א קאפפי אן א דעיניש?! ר"ל מהאי דעתה און וואס איז מיט א קאפי אן א ציגעראטעל?? קויפט מען שוין א פישקע אויך, אין אזוי ספענט מען די גאנצע לעיבן ודו"ק כי קראצתי!

ווי ר' אהרן מרדכי רוטנער זאגט: היום אומר לו טרונק קאלטע וואסער, און מארגן זאגט ער איהם שוין טרונק פטל...

און נאכדעים קימט א coke :lol:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:50 am
דורך פרישער
מיסטער פינטעלע, א גיטן, איך וואלט נישט גענימען דעים ניק, ווייל ווען איך שרייב מיסטער פינטעל טראכט איך אז אייער מוח איז ווי א פינטעל, און סיז נישט יושר, אזוי צי טראכטען.

איך וויל דיר אויסלערנען עפעס, קיינער טיט נישט וואס עס איז נישט ווערט פאר אים, ווען איינער טיט א געוועיסע זאך, געוועינטלעך האט עס א פשט, ס'טייטש ער נעמט ארויס זיין ווערט פינעם מעשה, נאר וואס דען, נישט אלע מאל ווען איינער טיט אדער קויפט א זאך, איז דו זאך אליין וואס ענטשיידט דו ווערט פינעם זאך, צים ביישפיל, ווען איינער קויפט חתן בראשית און הופער אדער ראדני קאסט עס עשרת אלפים, אבער דער זעלבע עליה און קאפיש אדער אין אנדערע פיצי שיל, האסטו עס פאר א הינדערטער, וועט א חעלעמער גאון פרעיגן, פארוואס איז ער אזא נער, און קויפן מפטיר יומא און גרויסן, ווען אין בית שני קאסט עס א צעינטל, קיינעם איז דעיס נישט שווער, ווייל נארמאלע מענטשען פארשטייען, אז עס ווענדט זיך ווי און ווען מען קויפט דעי זאך, און אז פארן מענטש וואס גייט נישט דערפאר איז עס נישט ווערט קיין פינעף טאלער.

אלזא ווען איינער גייט און א סטעיק האז און צאלט פאר א באטל ביר וואס קאסט צוויי דאלער אינעם דערנעיבענדיגן געשעפט, אבער אינעם רעסטעראן קאסט עס חי דאלאר, איז עס נישט ווייל ער קען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש ביליגע ביר, עס איז ווייל ער גלייכט דעים מצב, און דעי פארברעינג, דו ארימיגע, דעיס זיצען און האבען פריוואטע צייט מיט זיין ווייב, אדער מיט א אנדערען'ס ווייב, און עס איז אים ווערט מאה וחמישים, ודו"ק כי אלף בינה היא,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:37 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:57 am
דורך פרישער
יענע אשכול איז צים זאך

מר. פינטעלע האקט אויף עשירים

איך האק אויף אנדערקאווער עשירים, וואס פארמאגן אלעס דינג חוץ א פרוטה לפורצא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 8:53 am
דורך ימי קדם
פרישער האט געשריבן: אדער מיט א אנדערען'ס ווייב

:like

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:10 am
דורך קרעקער
כבין דע וואך געוועהן ביי א בר מצוה וואס האט געקאסט כאטשיג 40 אלפים
די העכסטע סטענדערט זינגערס פעטעגרעפערס סטעיק וכו' וכו' בלומען אליינטס האט געקאסט א צענער
דע יונגערמאן האט נישט צו באצאלען זיין גראסערי ביל, ער האט אפילו נישט קיין זשאב

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:18 am
דורך גנדי
קרעקער האט געשריבן:כבין דע וואך געוועהן ביי א בר מצוה וואס האט געקאסט כאטשיג 40 אלפים
די העכסטע סטענדערט זינגערס פעטעגרעפערס סטעיק וכו' וכו' בלומען אליינטס האט געקאסט א צענער
דע יונגערמאן האט נישט צו באצאלען זיין גראסערי ביל, ער האט אפילו נישט קיין זשאב


ווי אזוי האט ער באצאלט די בר-מצוה ביל?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
ער האט עס באקומען פאר א צענטל פון די געהעריגע פרייז... ער האט געצאלט א דיפאזיט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:10 pm
דורך שמו יגער
די אויפרייסירישע ספענדין ביים היימישען עולם איז טאקע אוט אף הענד
אבער, פון די אנדערע זייט דארף מען "אביסל" פארשטיין די וואס ספענדן אויף די נארישקייטין וואס זיי האבן ליב (איך רעד נישט ווען מען ספענט אויף יענעמס חשבון...)
היות אלעס וואס מען קויפט היינט איז זייער ארויף אין פרייז אין ווי אין וואס מען האט אמאל געקענט afforden זענען שוין די פרייזין אין הימל ממילא, קומען די מיטל קלאס פארדינער אין קויפן נישט איין אלע נארישקייטין נאר ער פארלייגט זיך אויף איין נארישקייט אין
He goes all out!!
ליידער, זענען אסאך מאל די נארישקייטין נאר נאכצומאכן דעם אין יענעם דאס איז טאקע א חורבן. אבער, באופן כללי איז עס ווייל די מיטל קלאס וויל זיך עפעס enjoyen
מיט זיין געלט געט ער זיך אויס אויף זיין מושוגעת

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:10 pm
דורך berlbalaguleh
קרעקער האט געשריבן:כבין דע וואך געוועהן ביי א בר מצוה וואס האט געקאסט כאטשיג 40 אלפים
די העכסטע סטענדערט זינגערס פעטעגרעפערס סטעיק וכו' וכו' בלומען אליינטס האט געקאסט א צענער
דע יונגערמאן האט נישט צו באצאלען זיין גראסערי ביל, ער האט אפילו נישט קיין זשאב

נו, איז דאך גוט. ער לעיבט אויף יענעמ'ס חשבון. יענער האט א סאך געלט. מעשה שהי' ס'געוועין א איד א קבצן וואס איז אייביג ארומגעפארן. םלארידא, א"י, מעקסיקא. האט מען איהם אמאל געפרעיגט "ר' איד וויאזוי קענט איהר זיך ערלויבן אזויפיל ארומצופאהרן? . ענטפערט ער "ווילאנג יענער האט געלט קען איך פאהרן!. :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:04 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב שוין ערגעץ געשריבן וועגן דעם ענין, כ'קען עס נישט טרעפן יעצט וואו, אבער איך מוז עס נאכאמאל און נאכאמאל ארויסשרייען מעומק לבי.

יעצט איז דאך דער סעזאן פון שמחות ב"ה, מיר ווייסן דאך אז קיין געלט פאר די שמחות איז נישטא, עס איז געבארגט פון גמ"ח'ן און אנדערע גוטע אידן, צאמגעשנארט ביי טיי אווענטס און מסיבות דחופות, אבער ווען איך גיי צו די שמחות (סיי חתונות, סיי שבע ברכות, כ'האב ב"ה געהאט מערערע שמחות לעצטנס, גענוי ווי אלע אידן נאך שבועות..) און איך זעה די ברייטע פארציאנען וועלכע ווערן סערווירט כסעודת שלמה בשעתו, בבחינת כלבא שבוע, און דער עולם רירט עס כמעט נישט אן, גאנצערטע פארציאנען גייען אין מיסט (אדער אין בעסטן פאל צו די ארגאניזאציעס וועלכע נעמען קעהר דערפון און טיילן עס אויס פאר געוויסע מוסדות) וויל איך זיך אויפשטעלן און שרייען ווי [tag]טיטאניק[/tag] אין נטורי קרתא אשכול מיט גרויסע רויטע בלוטיגע ווערטער, "געוואלד, וואספארא מין הפקרות איז דאס...."?

איך רעד שוין נישט פון בל תשחית. איך וואלט געקענט האבן א גאנצע וואך נאכטמאל פון די פיינע שיריים! יעדער צווייטער וואשט זיך נישט און די פרישע בילקע בלייבט אומגערירט, און אודאי נישט די טעלער אויפגעשניטענע חלה פונעם חתן, די פארשפייז בלייבט אויך גאנץ ווייל א גרויסער עולם קומט שוין אן צו שפעט, און די פלייש פארציע "פארזוכט מען" א קליין שטיקל און דאס איבריגע רוקט מען ארויפציהר, און רובו ככולו בלייבט איבער, אידיש אויסגעהארעוועטע בלוטיגע געלט, פארוואס? פאר וועמען?? פאר די זאטע מענטשן וועלכע קומען אן שפעט נאכן עסן נאכטמאל זאגן מזל טוב? עפעס איז זייער זייער ראנג!!!! דאס איז ראנג אפילו ביי א שמחה פון א גביר; על אחת כמה וכמה ביי א שמחה פון די שנארעדיגע ארימעלייט!!! מיט וועלכע רעכט שפענדט מען אזויפיל געלט אין מיסט? ווער ווייסט אויב נישט דאס איז גורם עניות בדורנו זה? אזא ביזוי אוכלין, אזא ביזוי ממון ישראל, פון וואו האבן מיר דאס אויפגעפיקט???

"רבותי מיר וועלן בענטשן" שרייעט אויס דער איש מכובד, און די סארווירער לאזן זיך אראפ מיט די גרויסע מיסטקאסטענעס און הייבן אן אריינשארן איין טעלער נאכן צווייטן.... אוי איך קען נישט רעדן, איך שטיק זיך פון געוויין........

אין בין שרעקליך אויפגעברויזט! :twisted: :evil: :twisted: :evil:

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 5:31 pm
דורך טיטאניק
בארוהיג דיר שמעקעדיג זיסער
קאווע שטיבעל איז א פלאץ נאר פאר רוהיגע געשפרעכען דא דערהייבט מען נישט קיין קולות :lol: :lol:
די מציאות הדברים איז אזוי
דער עושר ווארפט מילא שווערע געלטער אין מיסטקאסטען יעדע שני וחמישי און נישט נאר ביי חתונות
ווייטער דער ארימאן וואס צאלט די תקנות חתונה, דער באקימט דאך נאר די סארט עסען וואס איז נישט ראוי אפילו לאכילת כלב, ממילא איז נישט קיין פלא אז גאנצע פארציעס גייען אין מיסטקאסטען כי לכך נצרת, פאר דעם האט ער באצאלט דער בליטיגער ארימאן, עסען וואס איז אלט און הארט פארדארבען און פארשטינקען
איך חלום פון א טאג וואס מען גייט סערווירען ביי די תקנות חתונות "פלעסטיג עסענווארג" וואס מען וועט קענען איבערניצען ביי מערערע שמחות און וועט קאסטען נאך ביליגער!

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 7:17 pm
דורך כוכב
דברים כדרבונות שמעקעדיג.
די פראבלעם גייט אסאך טיפער, ס'פעלט די גאנצע אריגינעליטעט פון א שמחה, אנשטאט א חתונה זאל זיין געווידמעט פאר אן ענגע קרייז נאנטע וואס פרייען זיך מיט, רופט מען צוזאם די גאנצע שטאט, רוב חתונות וואס איך בין געווען לעצטנס האט מען זיך נישט געקענט רירן, משלעפט צוזאם טויזנט און איין טובה טיערס וואס באגליקן דיך און ווייזן די פנים און דער בעל שמחהס קאפ דרייט זיך פון אזויפיל הענט געשאקלאכטס.
גיי אין די אלגעמיינע וועלט איז א חתונה פאר א פונקטליכע מספר פון געלאדנטע געסט וואס ווידמען דעם טאג דערפאר און זענען דארט מיטן הארץ און מיטן קאפ.
דערנאך איז דא די בעלאבאטיש סינדרום מיט וואס מיר זענען אנגעשטעקט אז בלוט זאל רינען אבער בעלאבאטיש זאל מען זיין, און די סטאנדארט האלט זיך אין איין רוקן אבער יעדער אן אויסנאם רייך ווי ארים מוז יוצא זיין דעם שיעור בעלאבאטיש הס מלהזכיר אז נישט.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:28 pm
דורך שמעקעדיג
אוי זאגסטו גוט כוכב. מען האט שוין בארירט אביסל דעם חורבן אין דעם חתונה אשכול.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 9:41 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אין אויך נישט פארגעסען פון דער אשכול, וויפיהל מער איר געבט אויס פאר א חתונה, האט עס א ברירה צו האבן וויינגער טעם.

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב שוין ערגעץ געשריבן וועגן דעם ענין, כ'קען עס נישט טרעפן יעצט וואו, אבער איך מוז עס נאכאמאל און נאכאמאל ארויסשרייען מעומק לבי.

יעצט איז דאך דער סעזאן פון שמחות ב"ה, מיר ווייסן דאך אז קיין געלט פאר די שמחות איז נישטא, עס איז געבארגט פון גמ"ח'ן און אנדערע גוטע אידן, צאמגעשנארט ביי טיי אווענטס און מסיבות דחופות, אבער ווען איך גיי צו די שמחות (סיי חתונות, סיי שבע ברכות, כ'האב ב"ה געהאט מערערע שמחות לעצטנס, גענוי ווי אלע אידן נאך שבועות..) און איך זעה די ברייטע פארציאנען וועלכע ווערן סערווירט כסעודת שלמה בשעתו, בבחינת כלבא שבוע, און דער עולם רירט עס כמעט נישט אן, גאנצערטע פארציאנען גייען אין מיסט (אדער אין בעסטן פאל צו די ארגאניזאציעס וועלכע נעמען קעהר דערפון און טיילן עס אויס פאר געוויסע מוסדות) וויל איך זיך אויפשטעלן און שרייען ווי [tag]טיטאניק[/tag] אין נטורי קרתא אשכול מיט גרויסע רויטע בלוטיגע ווערטער, "געוואלד, וואספארא מין הפקרות איז דאס...."?

איך רעד שוין נישט פון בל תשחית. איך וואלט געקענט האבן א גאנצע וואך נאכטמאל פון די פיינע שיריים! יעדער צווייטער וואשט זיך נישט און די פרישע בילקע בלייבט אומגערירט, און אודאי נישט די טעלער אויפגעשניטענע חלה פונעם חתן, די פארשפייז בלייבט אויך גאנץ ווייל א גרויסער עולם קומט שוין אן צו שפעט, און די פלייש פארציע "פארזוכט מען" א קליין שטיקל און דאס איבריגע רוקט מען ארויפציהר, און רובו ככולו בלייבט איבער, אידיש אויסגעהארעוועטע בלוטיגע געלט, פארוואס? פאר וועמען?? פאר די זאטע מענטשן וועלכע קומען אן שפעט נאכן עסן נאכטמאל זאגן מזל טוב? עפעס איז זייער זייער ראנג!!!! דאס איז ראנג אפילו ביי א שמחה פון א גביר; על אחת כמה וכמה ביי א שמחה פון די שנארעדיגע ארימעלייט!!! מיט וועלכע רעכט שפענדט מען אזויפיל געלט אין מיסט? ווער ווייסט אויב נישט דאס איז גורם עניות בדורנו זה? אזא ביזוי אוכלין, אזא ביזוי ממון ישראל, פון וואו האבן מיר דאס אויפגעפיקט???

"רבותי מיר וועלן בענטשן" שרייעט אויס דער איש מכובד, און די סארווירער לאזן זיך אראפ מיט די גרויסע מיסטקאסטענעס און הייבן אן אריינשארן איין טעלער נאכן צווייטן.... אוי איך קען נישט רעדן, איך שטיק זיך פון געוויין........

אין בין שרעקליך אויפגעברויזט! :twisted: :evil: :twisted: :evil:

שמעקעדיג: איך בעיט דיך הער אויף צו וויינען. יש שכר לפעולתך. דו ביסט מיט אלעם גערעכט. נאכמער. ליינענדיג דיין תגובה ווי די לייגסט אראפ מיט אזעלכע לעיבעדיגע פארבן די אלע גוטע מאכלים וועלכע גייען לכאורה אין גארביטש, ביניך אליינס געווארן הינגעריג. כאטש איך האלט שוין ב"ה נאך א נאכטמאל וועלכע קען זיך פארמעסטן מיט סיי וועלכע לוקסוריעיזע בר מצוה אדער חתונה. א שטיקל טרייסט האביך פאר דיר. אז די אלע איבערגעבליבענע מאכלים גייען נישט דווקא אין גארביטש. דער קעיטערער לייגט א יד אויף זיי און טוט עס איבערנוצן נאכאמאל און נאכאמאל. מעשה שהי'. ביי די ערשטע בר מצוה וואס איך האב געמאכט איז איבערגעבליבן צוויי טישן אומבארירט מכח איזה סיבה שהוא. נאכ'ן בענטשן ביניך פונקט אריין אין די קאך פונ'ם זאל. ק--- ח--- אין בארא פארק ווען איך זעה דער קעיטערער, א "חשוב'ער" איד, ריקט אריין אין זיין רעפרידזשערעיטער צוויי ריזיגע בעקעלעך מיט טשיקן פארציעס, פארוואס איך האב שוין באצאלט. ווען איך האב איהם געפרעיגט פשט, האט ער מיר געזאגט אז ער האט נאר געמיינט מיין טובה אז ס'זאלל בלייבן פריש. כ'האב איהם שטארק באדאנקט און גענומען די (אומבארירטע) פארציעס צו מיר אהיים. איך און מיין משפחה האבן געהאט פון די טשיקן אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק "עד אשר "יצא מאפכם... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :lol: )ס'דא א סמיילי פאר "גנב"?( ;) :o

נשלח: דינסטאג יוני 17, 2014 10:56 pm
דורך טיטאניק
בערל אין דומה לך
דאס הארץ גייט אויס פאר דיר
:D :) :like ;) :lol: 8-) :P :D ;) 8-) :lol: :P ;) :like :like :like :like

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 11:39 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין נישט קיינעם, אבער עס באדערט מיר. מיר בויען הערליכע בתי מדרשים, מוסדות, מקוואות, כראוי וכיאות פאר א מקום קדוש. אבער אפשר וואלט כדאי געווען צו בויען אביסעלע ווייניגער געפיצט, אויסקלויבן איינס בעפאר די שענסטע מאלדינגס און טשענדיליערס און טיילס, און די איבריגע געשפארטע צענדליגער טויזענטער דאלער אויסטיילן פאר אידן וועלכע האבן נישט אויף ברויט?

לדוגמא. קעמפ רב טוב האט נארוואס געענדיגט בויען א נייע הערליכע פראכטיגע מקוה פאר די טייערע תינוקות של בית רבן. עס איז שוין לאנג אווערדוא, ווען איך בין נאך געווען א קינד איז שוין די אלטע מקוה געווען צו אלט, ווער רעדט נאך היינט... איז אודאי גיב איך זיי קרעדיט פאר די שיינע מקוה, אבער ווען מען ענדיגט נישט פאמפן ווי טייער מען האט דאס געמאכט, אויפן שענסטן און טייערסטן אופן, די גאר טייערע שאוערס, טייערסטע טיילס, און אזוי ווייטער, עד כדי כך אז עס קאסט אפ די סומע פון ארום 2 מעלאנעס, אלעס "בלויז לכבוד טהרתן וקדושתן של ישראל", ממש בלתי לה' לבדו, כאפט זיך מיר אריין אזא פארווייטאגטע מחשבה זרה'לע, האלוי? דו ווייסט וויפיל אידן מען וואלט געקענט אויפרעכטן פאר די געלט? פון וואו נעמט זיך אונזער שווענדעריי? אזויפיל איבריג געלט האבן מיר???

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 12:36 am
דורך petergrifin
כעין זה האט רב יוסי מזרחי שליט״א גערעדט לגבי מענטשן װאס צאלן מינימום $40,000 פאר א ספר תורה
לע׳נ א קרוב און מײנען אז זײ טוהן אויף פאר די נשמה עפעס אויסער גװענליך װײל װאס קען זײן א גרעסער
זכות װי א ספר תורה. און ער שרײט אז ענדרעש געב די געלט פאר די ארגענזעישענס פאר בעלי תשובה
אדער ארויס העלפן מענטשן מיט געלט פאר עסן וכדומה. ספרי תורה זענען דא גענוג א יעדע שול האט
כאטש עטליכע ס׳ת װאס מען נעמט זײ ארויס נאר אויף צו טאנצען שמחת תורה.