די אָנהייב פון מיין לעבן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:33 pm
דער אָנהייב פון מיין לעבן
ב''ה
דאנערשטיג פרשת ויקרא ז' לחודש אדר שני, שנת תשל''ח.
אין א שנייעדיגע נאכמיטאג, איז קוים די אמבולאנס אנגעקומען מיט שוועריגקייטן צום שפיטאל, און מנשה לוסטיג איז געבוירן געווארן למזל טוב!
צומארגענס, ח' אדר שני, פרייטיג ממש פארן זמן כניסת שבת קודש, איז געבוירן געווארן צו מיין שכינות אין שפיטאל, מיין צוקונפטיגע שוואגער, אלעזר ליפא שמעלצער הי''ו.
זיין שוואגער יאנקי שפירא, איז שנעל געלאפן צו אונזער הויז, בעטן אביסל אפגעקאכטע בעבעלעך, פארן שלום זכר, נישט וואוסנדיג אז אין צוואנציג יאר שפעטער וועט 'ליפא' אליינס זיין א איידעם אין דעם משפחה.
אינעם אכטן טאג, ביום הפורים, בין איך אריין לבריתו של אברהם אבינו ע''ה, און מ'האט מיך א נאמען געגעבן, משה מרדכי, ווייל כ'בין געבוירן ז' אדר די הילולא פון משה רבינו ע''ה, און מרדכי אלץ די ברית איז געווען אינעם יו''ט פורים אליינס.
דאס איז געווען די ערשטע ברית מילה אינעם יו''ט פורים, אינעם געשיכטע פון שיכון סקווירא, ווי איך בין געבוירן געווארן מיט גליק און מזל.
און ווייל ס'איז געווען ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, און די גמרא זאגט דאך ששון זו מילה, האב איך מיר א נאמען געגעבן מיט די יארן, 'לוסטיג' וואס איז די טייטש פון ששון. [מיט די יארן וואס כ'האב זיך אנגעזאפט מיט מיטמאכענישן אביסל דא און דארט, און ב''ה מיט שמחה עס איבערגעלעבט, האב איך זיך געלאזט אונטערשרייבן 'מנשה' כי נשני ה' מכל עמלי, און די אותיות שמחה חן משה און מנשה באנוצן זיך מיט די זעלבע אותיות.]
דאס וואכנאכט איז אויך נישט אריבער שטיל.. ס'געווען דאס ערשטע נאכט יו''ט, און שיכורים האבן זיך אנגעריקט ממש ביזן עלות השחר, און ר' יוסף שלמה ביסטאן ע''ה, האט דעמאלטס אנגעפירט ביים וואכנאכט מיט א גאנצע שפילעריי וואס האט געלאזט גוטע זכרונות ביי די וואס האבן מיר דאס שפעטער מיט די יארן פארציילט.
צומארגנס ביינאכט איז געווען ליפא'ס וואכנאכט, און קוקט אויס אז מיר ביידע האבן דעם כח השמחה אין די מזל, צו מאכן ונהפוך פונעם עולם גולם.
אמת אז איך בין אויפגעוואקסן אין איין קלאס און אין איין אטמאספער מיט ליפא שמעלצער, און אפילו מיטגעהאלטן זיינע יארן פונקט ווי מיינע, דאך זעמער געווען אנדערש אין מהות, און ממילא אנדערש אין ציל.
הצד השווה, מיר האבן ביידע געהייסן די שוואכע אין קלאס, און די ציל ברעט צו יעדע דורכפאל, און אסאך איז דא צו דערציילן פון יענע ביטערע יארן אין חדר.
איך קען ציילן מיט איין האנט פלאך און נישט ענדיגן אלע פינעף פינגער, פון גוט מלמדים וואס כ'בין געבליבן מיט גוטע זכרונות.
און דערצו די בזיונות וואס מיר האבן געליטן אויף יעדע אויפאלענדע זאך וואס מיר האבן ארויסגעצייגט ברבים, צו ס'יא געווען אונזער שולד צו נישט.
כמעט יעדער אזא קרבן אין כיתה האט געהאט א שפעט נאמען, און דאס האט שווער געווירקט אויפן כבוד עצמי, וואס האט ממילא שווער געמאכט דאס שטייגן און קענען דאס לערנען.
איך בין פון אייביג אן געווען א פרייליכער - אן קיין אנגעבליכער סיבה, פשוט געשמייכעלט פון נאטור אויס, כאטש די פולע באליידיגונגען וואס כ'האב אריינגעכאפט פון גרויס און קליין.
לאנגע יארן האב איך געהייסן א 'פאני יונגעל' מיט מיינע נארישע אויפ'פירונג, און זיך נישט וועלן אונטערגעבן צום נארמאלן סטאנדארט פון אלע.
נישט נאר דאס, האב איך נאך געליטן אויף שוואכע ארויסרעדן, דהיינו כ'האב נישט געקענט ארויסזאגן נאראמאל א למ''ד, און א רי''ש, און מיין משפחה נאמען 'לעפלער' איז געווארן ארויפגעקלעבט אויף מיר, אלץ 'יעפיע'..
אוי האט דאס געשטאכן ווי מיט שפיזן.
וואס מאכסטע יעפיע? וואס לאכסטע יעפיע? וואס איז דיין ערשטע נאמען יעפיע?
איך וועל עס קיינמאל נישט פארגעסן, ווי אפילו עלטערע פון מיר, פלעגן זיך ווערטלען מיט מיין וועג פון רעדן, און מיך אפציעל געטשעפעט יומם ולילה, יעפיע יונגעל..
א קליינע רינדעכיע שמייכלדיגע יונגעל בין איך געווען, און איך בין נישט זיכער צו מ'האט אפילו געכאפט אז מ'טשעפעט מיך, ווייל ס'געווען א נארמאלע ווערטל, א געוואוינהייט, און איך פלעג זיך לויפן מיין וועג און זיך פארקלערן אין מיינע מחשבות, וואס ווילן זיי פון מיר, איך האב זיי אמאל וויי געטון?
קיין שווייגער בין איך נישט געווען, און אויך נישט קיין אויבערפלעכליכער, איך האב יעדע זאך אדורכגעקלערט און געוואלט וויסן די פשט, און ווען כ'האב געהאט א מימרא אויפן מויל עס הויעך געזאגט מיט אלע שווערע ווערטער.
ממילא האט מען פון מיר אסאך געהערט פאני אויסדרוקן און כ'בין געווען א געלעכטער, אבער איך בין געווען שטארק ביי זיך, זאלן אלע לאכן און הערן וואס כ'האב צו זאגן.
היינט ווייסיך שוין, אז א טיפש וואס לאכט פון יענעם, הערט נישט זיינע טיפע כוונות, און ס'געווען א שאד מיין מיה, אבער א מחי' מיין אינעווייניגע שטארקייט.
ביז איך בין אנגעקומען אין כיתה ח', האב איך אלץ געהייסן א פאני יונגעל וואס רעדט שטותים, אבער דאן האט עס פאסירט, ווען מיין מלמד החשוב ר' אביגדור פעלבערבוים הי''ו, האט אויסגערופן איינמאל אין כיתה.
ער איז א טאלאנטפולע בדחן! כ'מיין אז די קינדער כאפן נישט ווי לאכעדיג ער קען מאכן באמת..
אלע קינדער האבן מיט איינמאל אנגעהויבן קוקן אויף מיר מיט חשיבות, און איך האב זיי אנגעהויבן צייגן מיינע חכמה'לעך..
זייט דעמאלטס בין איך געווארן די 'דזשויקער' פון קלאס, איידער די רחמנות'דיגע פאני יונגעל.
[וואס ס'האט זיך אפגעטון מיט ליפא, זאל ער אליינס שרייבן.. און ער האט וואס..]
די אלע קינדערישע יארן, זענען געווען ביי מיר זייער לאנגע ביטערע יארן, פול מיט צער און עגמת נפש, נישט געקענט און נישט געווען אנערקענט.
איך בין ממש געווען ווי דער תינוק הבורח מבית הספר, אבער ווי אהין האב איך געקענט לויפן? אהיים האב איך אויך נישט געזוכט צו זיין, ווייל יעדע זאך וואס מ'האט מיר באשולדיגט, האבן מיינע עלטערן געגעבן יעדן גערעכט אויסער פאר מיר.
פעטש האב איך געכאפט אויף יעדן אבר, און אן א גרעניץ, און אויף יעדע מינדעסטע זאך וואס כ'האב 'נישט' געטון..
טייכן טרערן, אמת'ע הארציגע הייסע טרערן האב איך אלץ פארגאסן דורכאויס יענע יארן, און ס'האט זיך מיר געשפירט אז אין קול ואין עונה, קיינעם אינטערעסירט נישט מיינע ליידן, און כ'האב מיך געוואונטשן נעלם צו ווערן פונעם מציאות, כ'האב נאר נישט געוואוסט וויאזוי.
מיין כח הדמיון האט אלץ געארבעט אויף גאר א שטארקע אופן, און כ'פלעג גולם'ן בלשון המלמדים, ממש טאג און נאכט, דאס האט עטוואס פארזיסט מיינע טעג און נעכט, אבער וויפיל קלעפ און בזיונות האב איך אריינגעהויבן צוליב דעם..
די גולם, די הערסט נישט צו און דו וועסט נישט קענען דו וועסט כאפן פעטש און ארויספליען פון דא..
דאס איז געווען א נארמאלע נוסח, און כ'האב מיך ממש נישט געקענט אפשטעלן פון גולם'ן, פארוואס יא? ס'מיר געווען געשמאק צו קלערן אינטערעסאנט פאנטאזיעס צו דורכטון זאכן אין מיין מחשבה, איידער הערן קללות און שטרענגע סטעיטמענס פון יעדן וואס האט זיך געהאלטן גרעסער פון מיר.
וואס איך האב דעמאלטס גע'גולם'ט געדענק איך נאך ביז היינט, אבער וואס מ'האט געלערנט און געפראסקעט? נאר די גייסטיגע וואונדן זענען מיר געבליבן.
זייער שווערע געפילן קעגן יעדע פארעם פון א חדר פון א חומש רש''י צו גמרא צו שו''ע, ליידער.
כ'האב באקומען א שרעקליכע שנאה צו דעם סארט לימוד און כ'האב געזוכט וועגן וויאזוי צו לערנען 'אויף מיין וועג'..
עד היום הזה, קען איך נישט לערנען מיט א חברותא, און כ'קען נישט לערנען יענע שטייגער לימוד, פשוט ס'נישט פאר מיין געדאנקען גאנג, מיין מוח טראכט אנדערש, און כאפט אויף אנדערש זאכן וואס מ'דארף עיון און הבנה, און פארדעם האב איך געכאפט מכות רצח, מיט ביטערניש און געוויין, און מ'האט מיך נישט פארשטאנען, אז ס'נישט מיין שולד.
כ'האב געהאט גוטע צייטן אויך, און יענע צייטן כאטש נישט קיין סאך, האב איך אסאך קונה געווען, און זיך אויסגעלערנט ידיעות און פאכן, וואס קומען מיר אלץ צוניץ.
כ'וויל חלילה נישט בארעדן מיט קיין נעמען קיין איינע פון מיינע אלטע מלמדים, אבער דאך וויל עס פארצייכענען, כדי צו געבן אנהערן ווי שלעכט עס איז געווען, און אזא פירונג זאל מען נישט פארזעצן חלילה, און אדרבה ווי מער אהבה מ'געבט פאר קינדער, אלץ מער גוטע באצילן וועט מען פועל'ן און זען ביי זייער האדעווען לטובה.
איך האב געהאט א מלמד מיטן נאמען ר' אהרן בריסק הי''ו, עפעס א יאר פאר עהם און א יאר נאך עהם, האט מען אריינגעכאפט מכות און ציפעס, און יענע יאר האבן מיר אפילו איין פאטש נישט געכאפט, ניטאמאל איין בייזע בליק כמעט נישט.
אוודאי האט זיך געמאכט מ'האט געדארפט איינעם שטראפן, איז עס אבער נישט געווען ער, נאר די מנהל צו די עלטערן האבן עס גענומען אין באהאנדלונג, אין קלאס איז נישט געווען קיין פארשעמען צו שלאגן צו סיי וועלכע אומבאקוועמליכקייט פאר אונז קינדער.
אזא לעכטיגע יאר געווען, ממש ס'האט זיך געגלוסט און געווארט צו קומען אין חדר, ער האט אזוי שיין פארציילט מיט אינטערעסאנטע וועגן, די פרשת השבוע און מידות טובות, און אפילו געסטראשעט מיט איינגערעדטע געשיכטעס, ווי ער האט א לעקטער וואס ווייזט ווער ס'געגאנגען שלאפן שפעט און ווער ס'וואויל..
כ'מיין ס'נישטא אין די היסטאריע זיינע, איינער וואס האט עהם נישט געגליכן, און ברוך השם ער איז נאכאלץ מלמד כן ירבו.
אבער א יאר פארדעם און א יאר נאכדעם איז געווען חצי גיהנום חצי עבודת פרך..
ס'געווען אמאל אין כיתה ביי א צווייטע מלמד, וואס איין יונגעל האט זיך אויפגערעגט, [וואס דאס זיך אויפרעגן אויף א מלמד אליין, איז שוין געווען א חטא בל יכופר..] און יענע קינד איז אפילו נישט געווען אינגאנצן מיט אלעמען [ווי אין אונזערע צייטן האט מען נאכנישט אפגעטיילט די צערידערטע קינדער, צו האלב צערידערטע, פון די אלגעמיינע שעפעלעך.]
הכלל, ער האט זיך אנגערופן אין קלאס, איך גיי פארברענען דע רעבעס הויז, ווייל, ער האט מיך געשלאגן און אוועקגעכאפט מיין טוי.
פארדעם האט מען יענעם צוגעבונדן צו א קעסטל, און עהם געהייסן האלטן א פאק מיט ספרים פאר א האלבע שעה..
ווער ס'האט אויסגעלערנט די מלמדים די סארט פיינונגען, מסתמא איז עס געווען מנהגים מדור דור.. אדער גאר פון די לאגערן..
נעקסטע טאג אין חדר, האט דער יונגעל געברענגט א פייער צינדער..
אההה!!! איז דער מלמד ארויס פון די כלים..
וואס טוט ער? למען ישמרו ויראו.. האבן אלע קינדער אין די קלאס, ואני בתוכם, געמוזט ארויסלייגן די האנט און האלטן די פינגער ווי א קמץ ארויף.
ער האט מיט א דיקן שטעקעלע, אנגעקלאפט די פינגערס ביי אלע! און ס'האט געציפט און ס'האט זיך געהערט יאמערן און געוויינען.. און יא! מער האט מען נישט געקלערט פון בוגד זיין אינעם רבין מיטן וועלן אנצינדן זיין הויז..
יענס געלעכטער!
דאס פארצייל איך, ווייל ווי עלטער איך בין געווארן, האב איך נישט געקענט פושט זיין די מציאות, אז ביי ר' אהרן בריסק האט עפעס קיינער נישט פונקט געזונדיגט, און ביי אלע אנדערע דווקא יא. און נאך וואו.
מיינע זכרונות פון די יונגע יארן, האט זיך אנגעהויבן פון כיתה אלף, אבער כ'האב געהערט נאכדערציילן, אז מיין רבי אין קינדערגארטן, האט מיך מיט קונצליכע וועגן, געברענגט אין חדר, וואס דעמאלטס איז דאס געווען א חלק פונעם מלמד'ס ארבעט, צו שלעפן די קינדער וואס ווילן נישט קומען..
ר' מרדכי יואל האראוויטץ הי''ו, זייער א פיינע מלמד געווען, אן שפעטער אונזער משניות רבי אין כיתה ה', ער האט מיט אסאך ליבליכקייט זיך אריינגעלייגט אין אונזערע שיכעלעך, און אונז געמאכט געשמאק צו קומען אין חדר.
אין יענע יונגע קלאסן, איז אונזער מנהל געווען א חשובער זקן בא בימים, מיטן נאמען ר' מנחם מענדל טאמבאר ע''ה.
א יוד וואס האט אדורכגעלעבט די קריג מיט צרות, און דאך נישט איבערגעגעבן די קאשמארן מיט פעטש, פארקערט, ער האט מיט א געוואלדיגע אהבה אונז מחנך געווען, אין אסאך וויכטיגע הינזיכטן, און אונז געלערנט גוטע זיטן.
ער האט מחבר געווען דעם גוטן טייטש חומש אויף חומש און שפעטער אויף רשי'' הק', מיטן נאמען 'משיבת נפש', און דאס האט ענטהאלטן גאר א אויסגעהאלטענע וועג פון טייטשען די הייליגע פסוקים און שטיקלעך רש''י.
איך באזונדער, האב געשפירט זייער זיכער מיט עהם, ווייל ווען דער מלמד האט מיך ארויסגעווארפן פון קלאס, פארן עוון פלילי פון קלאצן, אדער קומען 'איין' מינוט שפעט, אדער פיצן די נאז, אדער נישט אריינקוקן אין חומש, איז ער ר' מענדל זכור לטוב, געווען מיין ליבלעכע טרייסטער, און האט מיט א זיסע שפראך מיר געזאגט.
אוי וואס איז געשען, פארוואס האט מען דיך געהייסן ארויסגיין, אוי דו האסט נישט מיטגעהאלטן? די האסט נישט געוואשן די הענט? אוי שנעל וואש די הענט און זאג דעם רבין אז איך האב געזאגט זאלסט אריינגיין..
קיינמאל נישט קיין פסק, און קיינמאל נישט קיין פעטש און קיינמאל נישט קיין הויעך ווארט, קיינמאל!
מיט אזויפיל געדולדט האט ער איבער און איבערגעזאגט זיינע הערות, ווען ער האט געהערט מ'מאכט אפילו איין קליינע גרייז ביים דאווענען צו איבער'חזרן הויעך.
דער מלמד פלעגט עפעס גיין טרונקן קאווע דעמאלטס אדער כ'ווייס נישט וואס, אבער מיר האבן ווי א רעקארד פלעיער געזאגט הויעך.
איך געדענק גוט, מיר פלעגן זאגן פון געוואוינהייט, 'ולבהמתְּך', און ער פלעגט עפענען די קלאס טיר, ולבהמתֶּךְָ..
איבערזאגן.. 'ולבהמתֶּךְָ..
נעקסטע טאג, אודך.. מיר זאגן 'ולבהמתְּך', ס'עפענט זיך די טיר 'ולבהמתֶּךְָ..'
ביז מ'האט זיך אויסגעלערנט.
און עפעס אן פעטש, און אן סטראשונקעס, בלויז מיט אהבה און מסירות, אז מיר האבן עהם מיט אזויפיל ליבשאפט געדענקט, און ליידער עהם באגלייט אין געציילטע יארן נאכער, מיט לעכטיגע זכרונות.
ווען איך געב א קוק אויף די היינטיגע קינדער וועלט, און כ'פראביר עס פארגלייכן צו מיינע יונגע יארן, איז עס אזוי ווייט אנדערש.
קודם כל, איז דעמאלטס נאכנישט געווען די פולע היינטיגע שפילעריי, און וואס מ'האט סך הכל געשפילט איז געווען אין זאמד, און א טייל האבן פארמאגט גרויסע סענד באקסעס.
מ'האט געגראבן ערד, געזייעט שטויב, און געהאקט ביימער, געבויעט בודקעס, און געמאכט ביזנעס און גרויסע פאנטאזיעס.
נאך א טאג שפילן, איז מען ארויפגעקומען פארשווארצט פון זאמד און בלאטע, און אויסגעבראטן פונעם זין און די הויזן טרעגער האט קוים געהאלטן די בגדים אינעווייניג.
אבער איך האב זוכה געווען צוצוזען ווי א טייל פון מיינע חברים ארום, באקומען שיינע נייע שפילצייגן, איינער האט געדרייווסט א צוויי רעדלדיגע בייק, און נאכדעם איז ארויסגעקומען די 'סקוטער'.
איך האב מיט בקשות ותחנונים געבעטן, כ'וויל דאס אויכעט, אבער וויבאלד ס'האט געהייסן ביי מיינע עלטערן א גויאישע זאך, בין איך קאטאגאריש געווארן אפגעזאגט דערפון.
האב איך בלית ברירה געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן וואס כ'האב אראפגעריסן פון א ביימעלע און צוריק גיין אל שקי ותעניתי.. צום זאמד און גראז קוילעריי.
נישט קיין סקוטער נישט קיין בייק און נישט קיין רעכטע טוי, נאר וואס כ'האב באקומען ביי די דריי יאר, דאס האט געמוזט זיין גוט ביז די דרייצן.
אבער אין יענע יארן, האט מיין טאטע געמאכט א שטיקל זאא, ער האט געקויפט טשיקענס לרוב, און עס געהאדעוועט אליינס אין א געלע אפגענוצטע באס, אינעם וועלדל נעבן אונזער הויז.
אונזער הויז איז געווען די לעצטע הויז אינעם געגענד, ארומגענומען פון וויסטע ביימער, און אביסל טיפער, די טויטע בית החיים פונעם סקווערן שטעטל, וואס האט גענוג פחד אנגעזייעט אין מיינע געהירן, לאנגע נעכט, וואס כ'האב געשיווערט און נישט געקענט שלאפן.
אבער דארט האט מען פאלאצירט דעם טשיקען הויז, און מיט דעם האב איך מיך גענומען באשעפטיגן, מיט רשות צו אן רשות פון מיין טאטע.
שפעטער האט ער שוין געהאט כמעט הונדערט טשיקענס, האט ער עס אויפגעגעבן און געקויפט ציגעלעך.
קודם צוויי ציגעלעך, און ס'עפעס געשען אמאל, אז א הונט האט זיך אריינגעריסן פון די וואלד, און פארציקט האלב וועגס ביידע ציגעלעך, איינס ממש צום גסיסה און די אנדערע נאר טיילווייז פארוואונדעט.
דעמאלס האט ער עס מער באוואכט, און ס'איז געוואקסן ביז איבער דרייסיג ציגעלעך, און איך האב געמאכט א לעבן מיט זיי.
מיין טאטע האט מיך געלאזט העלפן מעלקן אינדערפרי די ציגעלעך, און די מילעך האט מען געטיילט פאר זקנים און חולים און יונגע בעיביס וואס ציגן מילעך איז געזונט פאר זיי.
אוי דעמאלטס איז שוין איינמאל געווען בלאטע און שמעקעריי, אבער כ'האב געלעבט דערין.
מ'האט געמאלקן און אדורכגעזייעט די מילעך און עס געבאטעלט, און פראבירט כאפן א רייט מיט זיי.. אבער די ציגעלעך פלעגן מיר אראפווארפן אין זומפ אריין.
שפעטער איז דאס אויך געווארן אסור.. און מ'האט דאס אויפגעגעבן, און ווידער בין איך געבליבן מיט זאמד און ביימער, זיך געהאנגן און שפאצירט אויף גראדע ווענט, זיך צעבלוטיגט און געלאכט און געוויינט.
חברים? ממש נישט.
נישט כ'האב געהאט עפעס צופארבארגן פאר איינעם, נישט כ'האב געהאט פראטעקציע ביי יענעם, און נאכדערצו האט א האלבע חדר נישט געמעגט זיין מיין חבר, ווייל יענער איז צו ווילד, פלעגן מיינע עלטערן זאגן, יענער איז נישט ערליך, יענער איז אזוי, און מ'מוז גיין שלאפן פרי, און מ'מוז דאווענען און לערנען, נאר נישט שפילן..
אונטערשטע שורה, די גאנצע שפילעריי מיינע אין די יונגע יארן איז געווען איין לאנגע קייט פון אנטשוישונגען, אז כ'האב שוין ממש געקלערט, אויב דאס איז יודישקייט, למה זה אנוכי.
אבער ס'דאך נישט געווען מער ווי איבערגעפרומטע הנהגות אויף מיינע יונגע פלייצעס.
אבער דאך, די זכרונות פון די זוניגע טעג אין די זאמד, שמעקט מיך נאכאלץ אין די נאז, ווייל דאס האב איך פארמאגט,און דאס געדענק איך.
און אז מ'רעדט וועגן די אמאליגע שטרענגקייט, איז א צורך מרחיב צוזיין בפרטי פרטים, וועגן די סוגיא פון טיילן פעטש אן א גרעניץ.
ס'איז קלאר אז אויסער די מערדערליכע פעטש, איז נישט געבליבן גארנישט בלויז זיגרייכע צייכענעס פון נערוועזע ווילדע שלעגערס, אויף צארטע קינדערישע הענטעלעך און גופים.
און פאר איך שרייב ווייטער, וויל איך מקדים זיין, אז איך גלייב באמונה שלימה, אז יעדע פארציע יסורים וואס עס קומט אויף א מענטש, איז עס באשערט פון הימל, ואין לנו רשות להרהר אחריה, נאר דאך ווייסן מיר, אז מגלגלין זכות על ידי זכאי און פארקערט אויך.
ממילא, דאס איז זיכער אז מ'דארף ארויסהייבן דעם פינטל, אז די פעטש וואס שלמה המלך האט גערעדט אז חושך שבטו שונא בנו, איז ווען עס איז מיט פארשטענדליכקייט, און ביידע ווייסן און זענען איבערצייגט אינעם עוולה און אינעם קבלה לטובה לעתיד, סיי דער לערער און סיי דער תלמיד.
לעומת זה, אז מ'פראסקעט און מ'שעדיגט פיזיש און גייסטיש, פאר נישטיגע זאכן, ממש שטותים, וואספארא תועלת האט מען געוואלט ס'זאל פון דעם ארויסקומען, ליידער שנאה צום הייליגע תורה און יהדות, נאר וועגן טפילה'רישע קנאות אויף יונגע נשמות'לעך וואס קענען זיך נישט קעגנשטעלן.
און מיט דעם וועל איך שילדערן נאך א געשיכטע.
פאסירט האט דאס ווען מ'האט ביי אונז אין חדר אנגעזאגט 'שטרענג', אז מ'טאר נישט ארויפגיין אין ווייבער שוהל שבת, נעמען פעקלעך ביי א באווארפן.
ווער ס'וועט יא ארויפגיין וועט ווערן באשטראפט.
קיין גרויסע עזות פנים בין איך נישט געווען, און אזוי אויך די איבריגע פיר קינדער, וואס מ'האט אונז געכאפט ארויפגיין, און אונזער גורל איז געווארן באשטומט די קומענדיגע וואך אין חדר.
יעדע פון די געציילטע קינדער, וואס האבן זיך יא ארויפגעכאפט נעמען א פעקל פון ווייבער שוהל, האט געהאט זיין מסור קעצל, וואס האט עהם גע'מסר'ט.
ווער ס'געדענקט וואס פאר א מצוה דאס האט געהייסן צו מסר'ן איין קינד דעם צווייטן, ליידער.
און מ'האט אויסגעשטעלט די גאנצע חדר, אלע קלאסן, עטליכע הונדערט קינדער, אינעם האלוועי, און אלע וועלן צוזען ווי די פיר פינעף פאר'משפט'ע, וועלן קריגן זייער שטראף, פארן ארויפגיין אין ווייבער שוהל און נעמען א פעקל.
דער מנהל מיטן לאנגע בארד כמעט ביז די קניען, האט געהויבן א שטעקן וואס איז געווען איבערגעטעיפט מיט גרויע טעיפ איבער א פאלן בויגן שטעקן, אז ס'זאל גוט ציפן, ער האט אפיר גענומען דעם ערשטן, און מיט היימישע קללות, 'די עזות מצח די עזות פרצוף' די פארשעמטע יונג'.. האט ער עהם אראפגעלאזט מיטן גאנצן דערוואקסענעם קראפט, א ציפעדיגע פליק מיטן שטעקן.
באלד האט זיך געהערט דאס קינדערישע געוויין, און די מלמדים מיטן צינישן שמייכל אונטערן גראבע וואנצעס, האט כעמט אויסגעבראכן אין א געלעכטער, ווען די טרערן שטעלן זיך ביי די קומענדיגע קרבנות.
מיין רייהע איז געווען די דריטע, און איך זעה קלאר ווי מיין מסור קעצל, וואס האט מיך גע'מסר'ט שטייט מיט פולע הנאה, אז ער האט געברענגט שטאף פארן מנהל.
מיך האט נישט געפאסט צו וויינען הויעך, אבער מער ווי די פעטש האט מיר געציפט די בושה, וואס כ'וועל קיינמאל נישט פארגעסן.
כ'מיין כ'קען זאגן, אז איך גיי מער נישט ארויף עד היום הזה.. אין ווייבער שול נעמען פעקלעך! א דאנק יענע פעטש אוודאי..
וואס האט מען פון אונז געוואלט? וועלכע זיסע זכרונות האבן מיר געזאלט בלייבן פון יענע יונגע יארן?
יא, די וויג ליד פון די מאמע, דאס האט אסאך געטרייסט און בא'טעמ'ט געמאכט אויף די געוויסן, אבער נאר דאס!
ווייל איך געדענק נישט עפעס בעסער'ס..
וואס פלעגן מיר באקומען פאר ריסעס, אמאל א איי, אמאל א אפאר טשערי טאמעיטאס, יא אויך אביסל פאפקארן, אזויפיל וויפיל מ'קען ציילן מיט צען פינגערס..
אין א פיצעלע סענדוויטש בעג, מיט א צעטעלע אינעווייניג, למען השם נישט פארגעסן צו מאכן א ברכה, א האדמה אויף די טאמעיטא, און א שהכל אויף די איי, ממילא וועט די פאפקארן שוין זיין געבענטשט..
איך האב אזוי מקנא געווען איינעם אין מיין קלאס, וואס פלעגט ברענגען אלץ א גרויסע בעג ריסעס, מיט עטליכע זאפטיגע פרוכט, אסאך מאל מילגרוימען, און נאך ענליכע נאש.
אבער די היינטיגע נאש האבן מיר קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אפילו צו קריגן, און איך הער נאך, אז היינט נעמען שוין די קינדער צוויי זעקלעך ריסעס, ס'שוין דא צוויי ריסעס הפסקות, און כדי מ'זאל נישט פאלן ווי די פליגען, דארף מען האבן אפאר זעק נאש און זאכן וואס מ'האט גוזר געווען אויף זיי ברכות אנשטאט קללות..
עפעס דארט איז מזונות און עפעס שהכל.. איך וואלט געמאכט משנה הבריות..
על כל פנים, וואס מיר האבן פארמאגט, אינעם מאגערער זעקל ריסעס, איז געווען גענוג און אויף איבערצולאזן.. ווייל אסאך מאל האט מיר נישט געשמעקט די מאכלים וואס די מאמע האט שטארק געוואלט איך זאל עסן צום געזונט, ווייל ס'געווען נישט אין מויל צו נעמען, טאקע פרוכט אבער שוין ברוין, צעשניטן אויף טויזענט שטיקלעך און אפגעשיילט פון אייערנעכטן..
נו וואס האט מען שוין געגעסן? מ'איז נישט געשטארבן פון הונגער.. אבער ס'געווען יענס אכילה גסה.. ממש געצוואונגענערהייט.
און ס'איז צום דערמאנען, די פרישטיג און לאנטש, וואס מ'האט צוגעשטעלט אין חדר, אוי דאס איז געווען א דאפעלטע פחד.
דארט ביים סינק איז געשטאנען איין גרויסע דזשאנדאר, גערופן האט ער זיך די לאנטש רעבע.. ער האט געהיטן ווי א לאגער אויפזעער, אויב יעדער וואשט זיך, מיט א טעפל, די גאנצע הענט, און ווישט זיך אפ, און מאכט א ברכה, און ווארפט נישט די פאפיר אויפן ערד, און נעמט א ברויט, און בייסט אריין..
ס'געווען א השגחה פרטית.. אויף יעדן, און אך און וויי אז מ'האט געכאפט איינע פון די געפייניגטע שעפעלעך אין סטאדע, נישט אויספאלגן די רוטין, אדער צום סוף נישט 'אויפעסן' די 'גאנצע' ברויט מיט די ברעקלעך..
אונטערן טיש פלעגן אסאך הענגן שטיקלעך ברויט אנגעקלעבט מיט פיטער צו ווייסעך וואס, וואס די משגיח האט נישט באמערקט צומאל, ווער ס'איז געווען דער וואס האט זיך געראטעוועט דאס נשמה, מיטן מעלים זיין דעם ברויט אונטערן באנק צו טיש.
אויב האט מען געכאפט א געביסענע ברויט נישט אויפגעגעסן, צו א געביסענע עפעלע נאך ריסעס, אין מיסט קאסטן, אוי וואספארא אינוועסטיגעישען איז פארגעקומען, ס'האט אויסגעקוקט אז אויב וואלט זיך פון פחד און בויך וויי נישט מודה געווען אחד מן הכבשים, וואלט מען אלאמירט די רוח הקודש גרופע צו גאר די סי איי עי..
ווייל מ'קען נישט ווייטער אנגיין אין א חדר, ווי ס'ווערט אפגעפונען א פארוואונדעטע עפל, און מ'ווייסט נישט ווער דער יונגע מערדער זיינע איז..
אזעלכע משוגענע קאפריזן, מאכן מיר נאך יעצט קאפוויי ווען כ'דערמאן זיך דערפון.
אמת טאקע, ס'געווען געוויסע מאכלים וואס מיר האבן זיך באלעקט די פינגער, אבער ווער האט אונז בכלל געפרעגט וואס מיר האבן ליב, מ'מוז ליב האבן אלעס! עפעס א מין סעיף אין ראשית חכמה צו מסילת ישרים געאייגענט פאר יונגע קינדער..
די שטרענגע אויגן פון די משגיח איבער אונז ביים עסן, האט פשוט פארשווערט דאס אראפשלונגען, אויסער די טרוקענע נישט אפגעבאקענע טייג, וואס האט קיין טעם נישט געהאט, און נאר ווייל ס'איז געווען אין א נישט געלונגענע מיירע, האט עס יענער געשאנקן בחינם פאר די חדר, אויך מיר א גוטסקייט.
אין מיינע צייטן האט א קינד זיך בכלל נישט געמעגט נאכגעבן די תאוות האכילה, מ'האט נישט געהאט די אויסוואל, פון אדער פיטער אדער פינאט באטער אדער דזשעם, בכלל נישט!
וואס איז דא, דאס זאלסטו עסן, און זיך אויסלערנען אכטונג געבן אויף בל תשחית, איי פארוואס געבסטו פאר מיין יונגע מאגן לכתחילה עסן וואס איז בכלל נישט צו די גוימען? אבער קוקט אויס אז די גאנצע ענין פון פרישטיג איז נאר צוליב די חלק החינוך פון בל תשחית.. א ביטערע געלעכטער.
וויפיל מאל געכאפט געווארן ביים מעשה, און מ'איז געווען געצוואונגען אויפצועסן, בעסער געזאגט אראפשלונגען ווי א געשטאפטע בעל חי, די טרוקענע טייגל, מיט טרערן און ווייטאג, ביז מ'האט ממש געבראכן.
און פון יענע צייטן קומט מיר ארויף א גרויל, ווען כ'קלער נאך א מאדנע עפיזאד.
מקודם וויל איך מוסר מודעה זיין, אז כ'שרייב וועגן מיין היסטאריע, מיין איך נישט צו באשמוצן קיינעם, און בנוגע מיינע עלטערן, זענען אסאך עלטערן אין יענעם עלטער געווען אזוי, און איך ציל פשוט אראפצולייגן מיין זייט פונעם געשיכטע נישט יענעמס נעגאטיווע חלק.
און צוליב דעם האב איך צו פארציילן א שטארקע חלק היסטאריע פון מיינע גוטע זכרונות אין יענע יארן.
דאס איז געווען א משך פון ניין יאר, וואס כ'האב מיך באהאפטן מיט נשמה שטריק צום פערזענליכקייט פון מיין זיידע [מיין טאטעס טאטע] ר' ברוך אברהם לאפפלער ע''ה
טאקע ווייל ער איז מיר געווען אזוי נאנט צו מיין לעבנס גאנג און ציל
פונקט ווי מיין באגער און פונקט ווי מיין ציל, צוזיין א גיבור הרוח און זעלבסטשטענדיג, אויפטון אויף די אייגענע האנט און זיך נישט שרעקן פאר קיינעם און קיינעם מיינט קיינעם, אט דאס האב איך אויך געהערט און געזען און קונה געווען ביי עהם מיין ליבע אומפארגעסליכע זיידע, וואס אויב מ'זאגט די ווארט היסטאריע, שפיגעלט עס אין עהם אסאך מער.
ווען כ'בין נאך געווען גאר יונג, פלעג נאך חדר פשוט אהינגיין צו מיין זיידענס הויז, און דארט בלייבן ביז שפעט.
ס'איז געווארן מער און מער א קביעות ביי מיר, און די געשרייען און טענות און שטרענגע סטראשונגען פון מיין מאמע האט נישט געהאלפן.
איך האב געצויגן צו עהם ווי מיט מאגנעטן, און פשוט כ'האב נישט געפילט אז איך האב וואס צו עררייכן אינדערהיים, נישט קיין שפילעריי און נישט קיין זאך וואס זעטיגט מיין נייגעריגע זעהל, און ביי מיין זיידן האב איך דאס דווקא יא באקומען.
כמים פנים אל פנים, האט ער מיך אזוי שטארק ליב געהאט, און אנשטאט שפילן מיט מיר, צו פארברענגען במילי דעלמא, פלעגט ער זיצן שעות אויף שעות מיט מיר, און פארציילן גאר געהויבענע השגות, אין עבודת השם אין סיפורים פון דעם אלטן היים.
השקפה פון ויגבה לבו בדרכי השם, און עזות דקדושה, ממש חשובע יסודות וואס כ'האב אין מיר איינגעזאפט ביי עהם.
מיר זענען געווארן צוגעבונדן צוזאמען ווי אומשיידבאר, און כ'מיין כ'קען זאגן, אז צווישן זיינע קרוב צו פיר הונדערט אייניקלעך, בין איך אין יענע לעצטע יארן זיינע, אין עלטער פון ניינציג יאר, געווען דער איין איינציגער וואס האט ממש זיך געפונען מיט עהם ווען מ'האט נאר געקענט.
און ס'איז אזוי געווארן, אז כ'פלעג שוין קומען צו עהם אויף שבת'דיגע סעודות, און יום טוב פסח צום סדר, געדענק איך נישט אלץ קינד א סדר ביי מיין טאטע, איך בין געווען ביי מיין זיידע מיום עמדי על דעתי.
און דער איינציגער וואס האט עהם באגלייט די לעצטע מינוטן פון זיין לעבן, איז אויך געווען איך אליין מיט עהם.
דאס איז א לענגערע געשיכטע, וואס איך האב צו פארציילן, אבער די נקודה וואס איך שרייב, איז, אז אין עהם האב איך געפונען וואס כ'האב געזוכט, און פון עהם האב איך קונה געווען אסאך יסודות און בעיקר אמונה און ביטחון עצמי גאר שטארק.
איך בין געווען כמעט דרייצן יאר אלט, ווען ער איז נפטר געווארן געזונט און שטארק ווי א יונגערמאן, ביי די 92 יאר, פרייטאג צונאכטס פון א פלוצלינגע הארץ אטאקע פארן מאכן קידוש.
ער איז געווען מיין לעבן, און ממש מיין וועג ווייזער אין די קומענדיגע שווערע זמנים, זיינע לעצטע דיבורים צו מיר, ממש אייניגע מינוטן פארן הארץ אטאקע זיינע, איז געווען.
דוד המלך זאגט אין תהילים, חסד ומשפט אשירה, סיי ווען ס'איז ביים מענטשן חסד ס'גייט גוט, און סיי משפט ווען ליידער ס'נישט גוט, אבער אשירה דארף מען מצדיק זיין דעם אייבירשטענס דרכים.
אוי איז דאס געווען פאר מיר א לעבנס לעקציע, אלץ מער און מער זע איך אין דעם א אייביגע צוואה און כלל גדול אין לעבן אין יעדן מצב.
און אמת טאקע אז דאס לעבן איז בערגעלעך, אמאל ארויף אמאל אראפ, און ס'נישט שייך צו באשולדיגן יענעם כדי אנצוקומען צו א תכלית, אויב מ'וויל באמת עפעס אויפטון.
אבער דאך, איז פארהאנען א תועלת צו פארשרייבן געוויסע פרטים, וואס דערמיט טוהט מען זיך איינמאל פאר אלעמאל ארויסגעבן די שווערע געפילן, און אויך אויב ס'שייך צו מאכן קלאר די חלקים וואס מ'וואלט ווען געקענט מתקן זיין.
כ'מיין צו זאגן, אז אמאל כאפט מען זיך נישט, וואס עס קען וויי טון א קינד, און דערווייל ביים קינד איז עס א לעבנסלענגליכע פראגע, היתכן וואס האט יענער געוואלט פון מיר, איך בין עפעס געווען זיין הונטל? צו האט יענער ערענסט געקלערט נאר פון זיך? און מיך גענוצט אלץ שטעקן צו זיינע שווערע מוהט'ס און גראב גערעדט כעס'יגע מינוטען?..
און וויפיל ס'אמת אז ס'געווען אנדערע צייטן ווי היינט, איז גוט אויף א ערליכע וועג עס צו פארציילן אז ס'זאל זיין קלאר וואס איז געווען א טעות און וואס איז געווען אזוי די דרך החינוך, כאטש ס'האט זיך שוין משום איזה סיבה געטוישט.
אין מיינע יונגע יארן, איז געווען א נארמאלע זאך, אז קינדער זענען געווען הפקר פעטרישקע, פאר יעדע זיידע וואס האט עהם געוואלט לערנען א לעקציע.
אז איך בין אריינגעקומען אין שוהל, אין א וואכענדיגע זונינגע נאכמיטאג, און כ'האב אויספראבירט מיין שטימע מיט די ליידיגע קאפאלען אויפן דאך פונעם היכל הבית מדרש.
אזוי זינגענדיג, האב איך געקענט כאפן א פראסק, אדער אין בעסטן פאל א פארציע זידלערייען, פון א זקן מלא..
וואס מיינסטו די ראצער וואס איז דא? מ'קען עפעס דא זינגען?..
פארוואס נישט האב איך געקלערט, איך בין געווען כשר גערעכט מיט מיינע שטילע מחשבות, פארוואס יענער מעג זיך גארגלען ביי שוכן עד ווייל ער האט יארצייט צו ווייל ער איז א איש מכובד, און איך ווייל כ'בין נישט בר מצוה מעג איך נישט זינגען אין שוהל ווען כ'שטער באמת נישט קיינעם, אין א ליידיגע היכל אין א גרינעם וואכן טאג..
באמת האט מען נישט געדארפט האבן געטון א ספעציעלע עוולה, אז א זקן צו מיטל יעריגער באלעבוס זאל זיך אנרופן מיט שפאס און זידל רייד, ווי כאילו די עבירה פון פארשעמען און רעדן מיאוס מיינט מען נאר דעם רבין און דעם רב, און ער מעג, ווייל ער ארבעט שווער א גאנצע וואך.. צו ווייל ער איז זייער א גרויסער מויל מאכער, און אלע האבן ליב זיינע פלאפערייען.
איך זאג מיט צינישקייט, אז אוודאי פארשטיי איך די זקנים מיט זייערע פעטש טיילן פאר ווער ס'איז זיי אונטערגעקומען אונטערן הויקער.
ווייל פונעם מלחמה איז שוין נישט געבליבן פאר אלע גענוג זיידעס און שוהל טאטעס, ממילא האט מען קוקט אויס מסדר געווען איינס צוויי זיידעס פאר די גאנצע חדר, אבער נישט נאר שבת נאר ווען א קינד איז געווען פריי, האט יענער עהם געמוזט לערנען מידות.
די קליינער ברענג מיר א גמרא.. די קליינער ברענג מיר א טיי, ברענג מיר טראג מיר..
נישט קיין ביטע, נישט קיין שקויעך, וויבאלד איך בין קליין, און אויך די אייגענע עלטערן פארשטייען אז איך מוז אלעס טון וואס א עלטערער הייסט, אן קיין פופס פון מויל, אן קיין צייכן פון מרידה..
וואס זענען מיר צאן קדשים, עפעס שלאקס שמשים? ציגאנער קינדער אפגעקויפט אין א מארק טאג? אבער אזא פנים האט עס געפירט.
ווייל יענער האט פארגעסן זיין גלעזער אינדערהיים, האב איך באקומען די גרויסע מצווה.. עס שנעל לויפן ברענגען און שוין זיין צוריק.. אבער שנעל! נישט מ'זאל דארפן ווארטן, ווייל דער אלטער ברויך עס שוין!
איך געדענק אז אמאל האב איך באמערקט ווי א טאוועל איז פארקלעבט האלב וועגס, איך האב געקלערט אז איינער האט עס דווקא געטון, כדי צו טשעפענען מיטן הענגער פונעם טאוועל.
דארט איז געשטאנען, א ל''ג בעומר פאגראם [אנשטאט פראגראם], וועט פארקומען מיט שיינע ריידס..
איך האב נישט פארשטאנען אז א זיידע האט געלייענט דעם צעטל, און די בלוט איז עהם ארויף אין קאפ, ווידער א פאגראם.. חלילה.
און כ'האב אראפגעריסן די צעטל וואס האט פארדעקט די ווערטער, פלוצלינג הער איך קולות איבער מיין קאפ.
א חשובער יוד א עלטערער זקן גאר א בן תורה, האט געעפענט א מויל מיט רעגעניש כמעט ביז פעטש.
די עזות פנים, ווער האט דיך געבעטן צו רייסן..
איך האב געמיינט אז איינער וויל טשעפענען..
די קליינער עזות פנים, גיי אוועק פון דא.. דו ענטפערסט נאך? וואס רירסטו אן די טאוולען.. גיי פון דא..
איך בין שוין היינט וויסענד וואס יענעם האט געשטערט, אבער וואס וואלט געשען אז ער וואלט מיר מסביר געווען די פראבלעם, וואס וואלט געשען?
איך גיי נישט אויסרעכענען אלע מיינע קליינע געשיכטעס, אבער על הכלל כולו יצא, אז א קינד האט נישט אויפגעכאפט אייביג די חינוך לעקציע, ווי איר וואלט געוואלט.
להיפוך, ער האט גאר געקוקט מיט ביזיון, אז מ'מאכט עהם נידריג און מ'לאזט עהם נישט רעדן צו טוהן א זאך וואס איז ביי עהם נישט קיין אומרעכט.
שוין אפגערעדט ווען ס'איז געקומען פון סתם כעס, און די פראסקעס זענען געפלויגן ווי כאילו מ'שלאגט א וואנט אן געפילן.
האסט געריקט א בענקל צו טיש און ס'האט געמאכט א רעש, א פראסק אין צענטער פון א ריזן עולם.
כ'פארשטיי יענער שעמט זיך נישט פון קיינעם [פארוואס טאקע?] אבער איך בין יא געווארן פארשעמט, און איך בין 'נישט' דיין זון צו אייניקל צו אפילו מחותן, אז דו מעגסט זיך מקיל זיין צו אויסקלאפן דיינע שווערע יארן אויף מיינע צארטע באקן.
און איבערבעטן? וואס עפעס, איך האב געהייסן נישט ריקן דעם באנק, נישט עפענען דעם פענסטער און ער האט יא!
כ'בין חלילה נישט דאן לכף חוב קיינעם פון זיי, אבער אויב ס'קען אריינגיין אין די אויערן פון די וואס לייענען עס דא, און פארשטיין אז אפילו א ענליכע זאך וואס פאסירט, דארף ווערן פאר'ראכטן, נישט לאזן א קינד מיט יארן לאנגע ווייטאג אין קאפ.
[טאקע דעם חול המועד, האב איך בטעות אראפגעווארפן א קינד ביים שמחת בית השואבה, כ'זאג בטעות כ'האב געגעבן א שטופ צוריק ווען ער איז מיר געקראכן אויף די פיס.
ער האט זיך צעוויינט און אנטלאפן.
איך האב עהם אויפגעזוכט [אויפזוכן א קינד אין סקווער אין די צווייטע טעג סוכות, איז ווי זוכן א נאדל און א בארג שטרוי..] נאך דריי טעג יום טוב, שמחת תורה אין דערפרי, האב איך עהם געפונען שטיין ביי די הקפות, און עהם געבעטן מחילה.
פארוואס? ווייל כ'האב געוואוסט וויאזוי עס שפירט.
קינדער האבן אלץ ליב פאן, און זיך רייצן מיט פעדלערס און זיי אויספראבירן ביז אויפרעגעניש, נאכן סתם פארדרייען א קאפ און פארדרייען אלעס וואס קומט זיי אין די הענט אריין.
און ווען די מנהל צו מלמד האט געדארפט צומאל אין פלאץ שטעלן א קינד, פארן זיך מתחצף זיין, צו פארן טון א עוולה ווי אנצינדן א פייער, צו טשעפענען א עלטערע יוד, צו גיין ווי מ'טאר נישט, טון וואס מ'טאר נישט, רעדן וואס מ'מעג נישט.
איז אויך געווען א גרויסע גאר גרויסע אונטערשייד פון מחנכים.
ס'געווען אזעלכע וואס איך האב ביי זיי באמת הנאה געהאט, ווייל איך בין באמת נישט געווען א ווילד קינד כאטש מאדנע יא.
איך האב געפאלגט כאטש געפוילעצט יא.. אבער נישט געגאנגען אקעגן די תקנות און מסגרת החינוך ווי מ'זאגט.
און כאטש כ'האב אויך אמאל געטון א נישט ריכטיגע זאך, איז אבער דער 'נאראמאלע מחנך' געווען גערעכט אין מיינע אויגן ביים שטראפן, און א ראיה אז איך האב נישט דעמאלטס און נישט היינט א שלעכטע מחשבה קעגן עהם.
ווייל אז מ'איז יושר'דיג, ווייסט א קינד אויך אז ס'קומט עהם אמאל א פעטשל צו א קנס.
דאקעגן, איז געווען אזעלכע מחבלים, וואס האבן געהאט באזונדערע טשאטשקעס אין יעדע כיתה וואס האבן ביי זיי נושא חן געווען, און להיפוך עטליכע קרבנות וואס האבן אלץ געכאפט מכות, און בושות, און סתם שנאת חינם.
איך קען פארציילן לאכעדיגע געשיכטעס און וויינענדיגע, אבער איך זיך נישט צו זאמלען רחמנות און אומזינסטע קריטיק אויף מיינע געשרייבעכצער, טאמער כ'שרייב צו אמת'דיג פאקטן וואס נישט יעדער האט ליב צו הערן אז ס'אמת.
אבער למען האמת, נאכן ציילן די אותיות, האב איך געקלערט יא צו שילדערן עטליכע סיפורים און ספעקטאלן, וואס זענען נאך ביי מיר אפענע וואונדן ווען איך דערמאן זיך אין זיי, און איך דערמאן זיך אין זיי, אסאך מאל ביים שיקן מיין זון אין חדר.
ציטערנדיג, צו חלילה היינט איז נישטא די זעלבע סארט רודפים בצורת חינוך.
איך פלעג אסאך מאל זייער אסאך מאל פארפאסן די באס אינדערפרי, און אז כ'האב געדארפט גיין צופיס צום חדר, איז דאס געווען א היבשע מהלך פאר מיר, קליינע רינדעכיגע זיסקייט מיט רויטע בעקעלעך.. [ווי אלע האבן מיר געקענט, און צומאל געציפט אין די פעטע באקן..]
ווען כ'האב געקענט, האב איך געכאפט דעם באס פון ר' שלמה יעקב וואלטער ע''ה, איי א צדיק פון א יוד געווען, און אזוי פריצייטיג זיך געשיידט פון אונז.
ער האט געווארעמט דעם באס, און זיך איינגעוויקעלט אין זיין שווארצע שאל וואס האט זיך געשלאגן מיטן רויטן לאנגן בארד, ווער ס'זאל לויפן פאראויס אין די ווילדע רייסערישע ווינטן, אין די קוים זוניגע פרימארגענס.
ווען מ'האט געכאפט ר' שלמה יעקב'ס באס, איז געווען א פרייד, ער האט יעדן מקבל פנים געווען בסבר פנים יפות ממש.
אמאל איז יא געווען באסעס צוגעשטעלט אמאל נישט, אבער איך האב געמאכט זיכער.. צו פארפאסן נישט איינמאל א וואך נאר כאטש רוב טעג..
נו, בין איך אנגעקומען אין חדר, און די נארמאלע עבירות יענע צייטן וואס מ'האט געקריגן מלקות צו בדד ישב מחוץ לכיתה, איז דאך שפעט קומען אויך געווען אריינגערעכנט.
האב איך עס נאך פארשטאנען און אנגענומען מיט פארשטענדעניש.
וואס קען מען טון אז איך בין א שלעפער און כ'ווייס אז ס'איז שטרענג מיטן אנקומען שפעט, נישט פינעף מינוט נאר א האלבע שעה כאטשיג. טעגליך!
און באמת בין איך נישט געווען אזוי שולדיג, ווייל צו גיין בארג ארויף צום חדר, א וועג וואס האט 'מיר' גענומען צוואנציג מינוט מינימיום, און רוב קארס האבן זיך 'נישט' אפגעשטעלט געבן א היטש, ממילא האב איך געכאפט שטראפן פארדעם מידי בוקר.
טאקע א דאנק [אפשר צו שפעט..] פאר די וואס האבן זיך יא אפגעשטעלט און פארמיטן אסאך קינדערישע יסורי הגוף והנפש, מיטן אונז פירן די וועג ארויף צום חדר, וואס איז געווען נישט סתם ארויף נאר א בארג!
ויהי היום.. ויהי לשון צער, האב איך דערגרייכט אין חדר א שעה א האלב שפעט.
איך בין געווען הונגעריג אויך, און כ'בין אריין אין לאנטשרום, וואס איז געווען ליידיג, און געזוכט עסן, און געוואלט כאפן א ביסן, פאר איך גיי באקומען די ריכטיגע ביסן באלד ביים זיך באווייזן אין כיתה אזוי שפעט.
דארט האט געארבעט א זכר, נישט קיין סקווערער, וואס כ'האב שפעטער געהערט האט ער געהאט שוין א רייכע רעפוטאציע פון טשעפענען מיט קינדער, און איך האב אויך געוואוסט אז קיין האניג באקומט מען נישט פון יענעם, ווייל קוים טרוקענע ברויט האט ער פארגינען, מיט אויסגעקוועטשטע טונע פיש, וואס כ'ווייס באמת נישט ווער ס'האט עהם געשטעלט אויף דעם פאזיציע, ווייל ער איז געווען פארפיינטעט ביי אלע, אויך ביי די עלטערע קינדער.
ער האט געהאלפן מיט די עסן טיילן, און האט ממש נישט פארגינט גארנישט, און פארוואס ס'האט גענומען אזוי לאנג עהם ארויסווארפן מיט די צייט, ווייס איך אויך נישט עד היום הזה.
ער טרעפט מיך אין לאטשרום, און פרעגט מיך פארוואס איך קום דא אזוי שפעט.
ער לייגט מיך פשוט איבער אויף א באנק, און פראקט מיך אן די ביינער! איך בין אנטלאפן פון זיינע הענט, און ארויפגעלאפן נעמען די 'אפציעלע שטראף'..
יענער איז ברוך השם געפלויגן פון דארט מיט די צייט, אבער נישט פון מיין מחשבה..
נו ממילא א וואלענטיר פאר חינוך.. דאס וואלט איך אנגענומען אלץ מאדנע פאקט.
אבער ווען כ'בין אויסגעשטאנען די רדיפות פון די אפציעלע הנהלה, דאס פלעגט מיר ממש ריאונירן ביז פחד און אראפשלונגענדיג די טרערן האב איך צוזאמגעשאלטן די שלעכטע גייסט פון די וואס האבן כלומרשט נאר געמיינט די אמת.
ווען ס'געקומען אויסצופארשטן וועגן עפעס, בין איך געווען פון די אויסגעפרעגטע..
און אז כ'האב געוואוסט אז איך האב נישט געטון קיין עוולה האב איך נישט געדארפט מורא האבן, אמת.
אבער, די מיאוסע שאלות וואס א מיטל יעריגע מחנך זאל מיך פרעגן, און קלערן אז עה! א קינד כאפט נישט אז מ'פרעגט עהם אזעלכע פריוואטע און גאר אינטימליכע פראגעס, דאס איז מיר אלץ געבליבן א מאדנע פאקט.
און איך אלץ פחד האב געענטפערט אלעס אלעס, אנגעהויבן פון פריוואטע זאכן וואס טוט זיך ביי אונז אינדערהיים, און געענדיגט ביי עפיזאדן וואס חברים האבן געטון און איך בין געווען דער קעלבעלע וואס האט געמוזט וויסן און פארציילן..
פונקט איך האב קיינמאל נישט געקענט דאס לערנען, אפילו כ'האב יא געקענט, 'דאס הייסט נישט געקענט הונדערט פראצענט'..
ווי כ'האב שוין באשריבן אמאל וועגן די געשיכטע פון 'די שטרוי קענסטו האלטן'..
כ'האב דאך געהאט אמאל לאכעדיגע און זיגרייכע מאמענטן אויך.. אי''ה אין די קומענדיגע קאפיטלען.