בלאט 1 פון 1

פלגאה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:00 am
דורך היימישער ליטוואק
וואס האלט דער עולם, ביז וויפיל פרוצענט פון א קהילה/ציבור/שטאט וואס טיילט זיך אפ פון די פירערשאפט פון די קהילה הייסט עס נאך א "פורש מן הציבור", אויב ת"ח א "זקן ממרא" וכדומה; און פון ווען הייסט עס שוין צוויי קהילות נפרדות?
למשל, וויפיל פרוצענט באדארף הגר"ש אוירבך באקומען אין בני ברק בכדי ער זאל זיין א לעגיטימע ראש פון א צווייטע, כאטש קלענערע, קהילה וועלכע איז נישט מחוייב זיך אונטערצוווארפן הגראי"ל שטיינמן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:26 am
דורך [NAMELESS]
וואס מאכט דיך טראכטען אז איינער דארף זיך אינטערווארפען הרב שטיינמאן??

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:27 am
דורך דעת תורה
פון ווען מען האט גענוג שטימען אז דיין בר פלוגתא מוז זיך שוין מיט דיר רעכענען, מאכן דיל'ס א.ד.ג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:44 am
דורך עוד מישהו
ביי די חסידים ווייסט מען אז עס איז דא א מחלוקה, געווענליך וואס עס געשעט איז מ'צוטיילט זיך, מ'בויט אויף גאנצע בניינים פיתום מיט רעמסס, אנהייב שלאגט מען זיך הענט און פיס, ביז איינער מאכט אפ איך גיי יעצט בויען מיין חסידות, זאל דער אנדערער קראכן, די געפעכט גייט נאכדעם אריבער אין ד"ת אדער בית משפט און סוף פסוק.
ביי די ליטוואקעס משום מה ארבעט עס נישט אזוי, מ'רייסט זיך יארן, קיינער טיילט זיך נישט אפ, פארקערט ווען איינער דערוואגט זיך אפצוטיילן, ווערט ער מחויב ארבע מיתות בי"ד.
מיין שאלה איז וואס איז דער אונטערשיד צווישן חסידים און ליטוואקעס אין דעם פרט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:49 am
דורך יאיר
פארענטשעס און בנינים קענען זיין צוויי, א דעת תורה קען נאר זיין איינס. (פארשטייט זיך אז אין דער איינס איז דא שבעים פנים לתורה און אלו ואלו דברי א' חיים).

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 10:02 am
דורך דעת תורה
איך האב דיר געלייקט וועגן דעם:

יאיר האט געשריבן:דעת תורה קען נאר זיין איינס

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 10:56 am
דורך שמו יגער
עוד מישהו האט געשריבן:ביי די חסידים ווייסט מען אז עס איז דא א מחלוקה, געווענליך וואס עס געשעט איז מ'צוטיילט זיך, מ'בויט אויף גאנצע בניינים פיתום מיט רעמסס, אנהייב שלאגט מען זיך הענט און פיס, ביז איינער מאכט אפ איך גיי יעצט בויען מיין חסידות, זאל דער אנדערער קראכן, די געפעכט גייט נאכדעם אריבער אין ד"ת אדער בית משפט און סוף פסוק.
ביי די ליטוואקעס משום מה ארבעט עס נישט אזוי, מ'רייסט זיך יארן, קיינער טיילט זיך נישט אפ, פארקערט ווען איינער דערוואגט זיך אפצוטיילן, ווערט ער מחויב ארבע מיתות בי"ד.
מיין שאלה איז וואס איז דער אונטערשיד צווישן חסידים און ליטוואקעס אין דעם פרט?

נישט ממש אזוי ביי די ליטווישע זיצט יעדער אין זיין קליין בית מדרש'ל אין טראגט נישט קיין דאגות יום יום מה שאין כן די חסידים דאווענען בדרך כלל אין גרעסערע בתי מדרשים אין ווען עס פלאצט אויס פלאצט עס אין בית מדרש גופא ממילא מוז מען בויען אליינס אין דער וואס איז ווייניגער באקוועם אדער האט נישט די בעלות אויפ'ן בית מדרש גייט זיך לחיים ולשלום
לגבי וויפיל פראצענט איז א טיילונג
קען מען זען די לעצטע תקופה (איך מיין גענוג משלים....) וואס אפילו די מיעוט איז ארויס האבן זיי גענוג גערודערט אין געפאמפעט אין אלע גאסן וכו' אז מען זאל טאקע מיינען אז זיי זענען רוב אין מען דארף זיי גאר געבן איך וויס נישט אלץ וואס...

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:05 pm
דורך עוד מישהו
שמו יגער האט געשריבן:נישט ממש אזוי ביי די ליטווישע זיצט יעדער אין זיין קליין בית מדרש'ל אין טראגט נישט קיין דאגות יום יום מה שאין כן די חסידים דאווענען בדרך כלל אין גרעסערע בתי מדרשים אין ווען עס פלאצט אויס פלאצט עס אין בית מדרש גופא ממילא מוז מען בויען אליינס אין דער וואס איז ווייניגער באקוועם אדער האט נישט די בעלות אויפ'ן בית מדרש גייט זיך לחיים ולשלום
לגבי וויפיל פראצענט איז א טיילונג
קען מען זען די לעצטע תקופה (איך מיין גענוג משלים....) וואס אפילו די מיעוט איז ארויס האבן זיי גענוג גערודערט אין געפאמפעט אין אלע גאסן וכו' אז מען זאל טאקע מיינען אז זיי זענען רוב אין מען דארף זיי גאר געבן איך וויס נישט אלץ וואס...


דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אין פאנעוויטש, שוין יארן לאנג?