עטליכע למען דעת

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
[NAMELESS]

עטליכע למען דעת

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער עס געדענקט נאך פלעג איך פון מאהל צו מאהל ארויפלייגן א למען דעת, איך האב געזיכט וועלכע איך האב יא און וועלכע איך האב נישט, לייג איך ארויף עטליכע אינטערעסאנטע ידיעות וועלכע איך האב אין מלקט געווען און עס ליגט סתם אין מיין קאמפיוטער. ואתכם הסליחה וועלכע עס איז שוין געווען דא איינמאהל.


1) צו האט א גוי האט מער ציינער פון א איד?

יא! אין מדרש תלפיות (פון רבי אליהו הכהן זצ"ל, דער מחבר פון ספר 'שבט מוסר') שטייט: איך האב מקובל אז א איד האט נאר 32 ציינער, און א גוי האט 33 ציינער!

און ער פרעגט דערויף א קשיא, אויב אזוי, ווען א גר וועט זיך מגייר זיין, און ער וועט דאך בלייבן מיט איין צאהן מער, וועט ער דאך האבן גרויסע בזיונות, מען קען דאך נישט הייסן א יעדע גר זאל זיך אויסהאקן איין צאהן?. נאך פרעגט ער, עס קען דאך פארמיידן פון גוים צו וועלן זיך מגייר זיין?
ער ענטפערט אבער, אז וויבאלד עס איז אין א באהאלטענע פלאץ ווי קיינער זעהט עס נישט, דארף ער זיך נישט שעמען, און עס וועט נישט צוריקהאלטן איינער וואס וויל אמת'דיג ווערן א איד, פון זיך מגייר צו זיין.

אזוי אויך שרייבט דער 'מגלה עמוקות', אז די צאהל פון 32 ציינער איז נאר שייך ביי אידן.

אזוי אויך שטייט שוין פון די ראשונים, רבינו אפרים. ווי ער שרייבט אז די פסוק 'בנימין זאב יטרף בבקר יאכל עד ולערב יחלק שלל', די פסוק הייבט זיך אהן מיט א ל', און עס ענדיגט זיך מיט א ב', ווייל צוזאמען איז עס בגמטרי' 32, צו ווייזן אויף די 32 ציינער וואס א איד האט. קוק אריין דארט די צוזאם שטעל פון בנימין זאב מיט ציינער.


2) וואס חלומ'ט א בלינדער ה"י??

אין ספר תולדות תנאים ואמוראים, שרייבט ער אז רב ששת איז נישט געווען א בלינדער שוין פון ווען ער איז געבוירן, נאר ער איז געווארן א בלינדער שפעטער. א ראי'ה האט ער דערצו, ווייל עס שטייט אין גמרא (ברכות נז:) אז רב ששת האט געזעהן א שלאנג אין זיין חלום. און אויב ער איז געווען בלינד שוין מלידה, פון ווען ער איז געבוירן געווארן, ווי אזוי האט ער געוויסט אז עס איז א שלאנג??

אבער אין ספר אמונות ודעות (פון רב סעדיה גאון מאמר ו') שטייט, אז אפילו א געבוירענער בלינדער, קען אויך זעהן אין זיין חלום זאכן וואס ער האט קיינמאל נישט געזעהן מיט זיינע אויגן, און עס איז פעסגעשטעלט - שרייבט ער - אז א בלינדער חלומ'ט זיך, כאילו ער זעהט, און וויבאלד ער האט עס קיינמאל נישט געזעהן ווייסט ער נישט וואס דאס איז. און וויבאלד ער קען עס נישט פארשטיין פון זיין גוף אויס, אבער זיין נשמה זעהט עס יא. אזוי ווי עס שטייט שוין אסאך מאל אין די גמרא, איהי לא חזיה - ער האט עס נישט געזעהן, מזליה קא חזיה - אבער זיין מזל האט עס יא געזעהן.


3) צו איז דא א מקור אריינצולייגן א האר פון די בארד וועלכע פאלט ארויס, אין א ספר??

אינעם הייליגן ספר 'שיטה מקובצת (על גליון מסכת זבחים יח: אות כ"ה) ברענגט ער אראפ אז רבינו תם האט געשיקט א בריוו צו רבינו חיים כהן תשובות אנגעפילט מיט האר, וועלכע עס איז אראפגעפאלן פון זיין בארד. דאן האט רבינו תם עוסק געווען אין א סוגיא וועלכע האט אים זייער שטארק וויי געטוהן. דאן איז געווען איינגעפירט א געוויסע קלייד, וועלכע די אידן זענען געגאנגען דערמיט. און רבינו תם האט געהאלטן אז די קלייד איז שעטנז דאורייתא. דעריבער קען זיין אז רבינו תם האט אריינגעלייגט די האר אין די תשובות, נישט כדי צו ווייזן אז עס איז פארהאן א מנהג אריינצולייגן האר אין א ספר. נאר כדי צו ווייזן פאר רבינו חיים כהן, ווי שטארק עס באדערט אים און עס גיט אים נישט קיין רוה, ווי אזוי דער עולם גייט אנגעטוהן.

אין שו"ת 'תורה לשמה' (פונעם בן איש חי, סי' שו) שרייבט ער פונקט פארקערט. ער שרייבט אז מען דארף אנווארענען דעם המון עם, נישט אריינצולייגן האר פון זייער בארד אין א ספר, ווייל עס איז זיכער נישט ראוי אז מען זאל אזוי טוהן. אזוי אויך אין ספר ליקוטי מהרי"ח (חלק א' עמ' קו - קביעת עתים לתורה) ברענגט אראפ א שטיקל פונעם ספר מאורי אור, וועלכע טוט זיך אויך שטארק אפרעדן אויף דעם מנהג. אבער ער לייגט צו, אז דאס וואס עס איז נישט גוט אזוי צו טוהן, איז נאר פאר די וואס זענען נזהר אויפן אר"י הקדוש, וועלכע שרייבט אז מען זאל נישט שניידן ח"ו די בארד, נאר פאר די מענטשן איז געזאגט געווארן אז עס איז נישט שיין, משא"כ פאר די מענטשן וועלכע דרייען זיך אין די גאסן, און שניידן די בערד זייערע, און דערנאך ווארפט מען עס אריין אין מיסט, דאס איז אסאך ערגער און הארבער.

אין ספר 'תורה יבקשו מפיהו' (די לעבן און שאפן פון הגאון רבי שמעון שקאפ זצ"ל) ברענגען זיי נאך, אז רבי שמעון פלעגט יא באהאלטן זיינע האר פון די בארד אין זיינע ספרים.

עס ווערט אבער נאך געברענגט מפי פון הגאון רבי חיים קניבסקי שליט"א, אז מען זאל נישט אזוי צו טוהן. אזוי אויך שרייבן אנדערע אחרונים, אז עס איז פשוט נישט אויסגעהאלטן בין אדם לחבירו, אז ווען מען לערנט אין בית המדרש, און מען עפענט אויף א ספר וועלכע איז פול מיט האר, קען זיך דער מענטש זייער שטארק פארעקלען, און עס וועט אים צוריקהאלטן פון צו לערנען אין יענע ספר.



4) וואס איז די גרעסטע מסכת אין ש"ס?

לכאורה איז די תירוץ זיכער, בבא בתרא! יעדע קינד אין חדר ווייסט אז בבא בתרא איז די לענגסטע מסכת מיט קע"ו דפים, פרשת נשא איז די לענגסטע פרשה מיט קע"ו פסוקים, פרק קי"ט איז די לענגסטע קאפיטל מיט קע"ו פסוקים.

קודם דארף איך זיך אפשטעלן מסביר זיין אז מסכת בבא בתרא האט נישט קע"ו דפים, ווייל עס הייבט זיך אן ביי דף ב', דאס מיינט אז עס האט נאר קע"ה דפים. אבער אפילו מיט דעם אלעם איז נישט זיכער אז בבא בתרא איז די לענגסטע מסכת. נישט ווייל אין ש"ס ווילנא איז מסכת בבא בתרא די לענגסטע אין דפים, מיינט עס נאך נישט אז עס איז די לענגסטע. די סיבה פארוואס נישט, ווייל קודם כל די ש"ס האבן נישט ראשונים אדער אחרונים אזוי אויסגעשטעלט נאר א דריקער וואס איז גאנץ מעגליך געווען א גוי. און חוץ פון דעם, איז עס נישט די לענגסטע ווייל עס האט די מערסטע ווערטער, נאר ווייל דער רשב"ם איז דארט'ן זייער לאנג, לענגער ווי געווענליך רש"י. אבער מיט די סכום פון די ווערטער וואס געפינט זיך אין די מסכת, איז בבא בתרא נישט די לענגסטע.

מען זאגט נאך אין די נאמען פון דעם ווילנא גאון זצ"ל - אבער עס איז נישט באקאנט דער מקור - אז די לענגסטע מסכת אין ש"ס איז מסכת 'ברכות', ווייל עס האט די מערסטע ווערטער אין ש"ס.

אין די קובץ 'אור תורה' (תמוז תשס"ו עמ' תשפ"ד) ווערט אראפגעברענגט, אז עס איז געווען מענטשן וועלכע האבן געציילט די ווערטער אין גאנץ ש"ס, אין די גרעסטע מסכת איז אויסגעקומען מסכת שבת, דערנאך סנהדרין, חולין, בבא בתרא, בבא מציעא, יבמות, בבא קמא, פסחים, כתובות, ברכות.



5) פארוואס האט דער רמב"ם געהאט ווייסע האר יונגערהייט?

פאר מיר וועלן ענטפערן דעם תירוץ, וועלן מיר מקדים זיין א באקאנטע חקירה, צו דער רמב"ם האט געהאט א טאכטער צו נישט? די איינציגסטע פלאץ ווי עס קען אפשר האבן א מקור צו יא אדער נישט, איז אין אגרת הרמב"ם, וואס עס איז א גרויסע מחלוקה צו עס איז ריכטיג פונעם רמב"ם אדער א געפעלטשע זאך. וואס דאס וועל איך איבערלאזן פאר מיינע חברים דא.

אין די סוף פונעם בריוו, שרייבט דער רמב"ם אזוי: "אבער מיין טייער קינד, איך האב אויסגעגעבן אסאך געלט אויף מיינע ספרים וועלכע איך האב געדריקט, ביז איך בין קראנק געווארן. אזוי אויך ווייל די גאנצע עול פון די מלוכה און פון די הויז איז אויף מיר, און מיינע שונאים זוכען מיר אינטערצוברענגען ווי נאר זיי קענען, און נישט נאר דאס, נאר די טעכטער טוהן נאך פארמערן נאך מער ווייטאג אויף מיין ווייטאג, און אויף מיינע טראכטונגען".

די בריוו בהוצאת הרב הלל קופרמאן שרייבט ער צו אין די הגהות, אז עס קען זיין אז דער רמב"ם מיינט דא צו זאגן מיט זיינע טעכטער, דאס וואס ער שרייבט צו זיין תלמיד רבי יוסף ב"ר יהודא אבן עקנין (מהדורת י. שילת ע' רס"ב) "איך האב דיר שוין געזאגט אז עס איז נפטר געווארן דאס קליינע מיידל, זאל איר שטארבן זיין א כפרה, מיין קינד וויין נישט און קלאג נישט, נישט אויף א מאן און נישט אויף א פרוי". עס קען אבער זיין, אז דער רמב"ם באציט זיך דא צו זיין ברידער דוד'ס א טאכטער וועלכע איז געקומען וואוינען צוזאמען ביים רמב"ם, נאכדעם וואס זיין ברידער דוד איז ל"ע דערטראנקען געווארן אין ים, אזוי ווי ער שרייבט אין א בריוו צו ר"ש אבן תיבון.

אין ספר כתב סופר (סדר בראשית כ"ד) שרייבט ער מסביר צו זיין די שיטה פון רבי מאיר וועלכע האלט אז דאס וואס עס שטייט אז די אייבערשטער האט געבענטשט אברהם אבינו "בכל", מיינט דוקא נישט קיין טאכטער. איז דער כתב סופר מסביר מיט דעם וואס עס שטייט אין די אגרת הרמב"ם צו זיין זון, "אז זיין טאכטער טוט ווייס מאכן זיינע האר וועגן די דאגה איר א כלה צו מאכן, און צו זוכן א פאסיגע שידוך פאר איר"!!.



6) וואס איז די פשט פון די נאמען 'אבן' וואס פארשידענע גדולי ישראל האבן געטראגן?

עס איז געווען גדולי ישראל וועלכע האבן געטראגן די נאמען אבן, איינע פון די באקאנסטע איז רבי שמואל בן יהודא אבן תבון, וועלכע האט איבערגעטיישט די ספרי הרמב"ם אויף לשון הקודש, ער הייבט זיין חיבור בזה הלשון, אמר שמואל בן יודא אבן תבון.

אין פירוש חסד לאברהם פון רבי אברהם הלוי הורוויץ זצ"ל, די טאטע פון די של"ה הקדוש שרייבט, אבן איז לשון פון חשיבות-רעספעקט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ומשם רועה אבן ישראל. אבער אין ספר תשבי שטייט, אז אבן איז א לשון פון בן- א זוהן, אבער נישט אזוי ווי א זוהן צו טאטע, נאר אזוי ווי א זוהן צו א משפחה.



7) צו האט די בגד וואס א צדיק האט איינמאל אנגעטוהן א כח?

די חתם סופר (תולדות, ד"ה הלא אצלת) שרייבט, אז אין די קליידער פון א מענטש קלעבט זיך אריין די קדושה פון די מענטש, און די זעלבע איז פארקערט.

און דער חתם סופר ברענגט נאך די ירושלמי (מועד קטן יא:) וואז שטייט דארט, אז עס איינמאל געווען א שווערע שאלה אין א שטאט, און קיינער האט נישט געוואוסט די תירוץ, ביז עס אנגעקומען איינער, און ער האט עס פארענטפערט. האט מען אים געפרעגט, וואס איז געווען דיין כח? האט ער געענטפערט, די שטעקן פון רבי מאיר, ווייל דער מענטש האט געהאט די שטעקן פון רבי מאיר, און דאס האט אים אריינגעגעבן די כח אז ער זאל קענען ענטפערן.



8) פון וואו איז די מקור צו וואונטשן לחיים אויף א גלעזעלע וויין?

אין ספר דעת זקנים פון די בעלי תוספות שטייט די טעם, אז צוליב דעם וואס א מענטש שטארבט אויף דער וועלט צוליב וויין, אזוי ווי די מ"ד וואס האלט אז די עץ הדעת איז געווען א וויינשטאק, דעריבער קומט אויס איז מען שטארבט נאר צוליב די וויין, דעריבער ווען מען טרינקט וויין וואונטשט מען לחיים, אז מען זאל יא לעבן לאנגע און געזונטע יארן.

אין גמרא מסכת שבת (דף סז:) שטייט אז ווען רבי עקיבא האט געטרונקען וויין, האט ער געזאגט : וחיי לפום רבנן- דאס מיינט אויף די לעבן פון די רבנן.



9) פון וואו שטאמען די צורות פון די נומערן (1234567890)?

אין ספר תוס' יו"ט שרייבט ער (פי"ב משבת משנה ג') אז די צורת פון די נומערן שטאמען פון 'מאנשי הודו העתיקום', עס מיינט פון די אלטע מענטשן פון אינדיע לכאורה.



10) וועלכע אמורא איז שוין געווען א ראש ישיבה ביי די 15 יאר אלט?

אין ספר יוחסין השלם ווערט נאכגעברענגט אז ווען מר זוטרא איז געווען 15 יאר אלט איז ער געווארן ראש ישיבה, און ער האט געפירט די ישיבה זיינע פאר 20 יאר, און דאן איז ער גע'הרג'ט געווארן דורך די גוי'אישע מלכות.


11) פארוואס איז א איסור אריינצוגיין מיט SLIPPERS אין ביהמ"ד?

אין ספר תשובות הרשב"ש (סי' רפ"ה) שרייבט ער אז מען זאל נישט אריינגיין מיט מנעלים (SLIPPERS) אין בית המדרש, ווייל להבדיל די אראבער'ס גייען אריין אזוי אין זייערע תיפלות דאווענען, במילא אלס חילול השם זאל מען נישט אזוי אריינגיין אין א בית המדרש.



12) די ווייסע שורות וואס א מענטש האט אויף די נעגל צומאהל, וואס ווייזט דאס??

דער חיד"א אין ספר דבש לפי (מערכת צ') שרייבט ער בשם גורי האריז"ל, אז טיילמאהל ווערט ווייסע שורות אויף די נעגל, אז דאס איז א גוטע סימן, אדער אז ער האט געהאט א גזירה און ער איז ניצל געווארן.



13) ווען די אידן זענען געגאנגן אין מדבר, האבן זיי געזאגט תפילת הדרך?

אין פסוק שטייט, ויהי בנסוע הארון ויאמר משה קומה ה' ויפצו אויביך וינוסו משנאיך מפניך. אין די בעלי תוספות, און אזוי אויך אין חזקוני (פסוק ל"ז) שרייבן, אז "קומה ה' ויפוצו אויביך" איז תפלת הדרך.

אין פירוש פון רבי סעדיה גאון שטייט, אז עס איז געווען איינגעפירט אז יעדעס מאהל וואס די ארון האט זיך געצויגן, האט משה רבינו געזאגט "היה נא ה' בעזרנו ונצחוננו" - איך בעהט דיר באשעפער אז די זאלסט זיין אין אונזער הילף און אין אונזער נצחון.


14) פארוואס עפעס הייסט משה רבינו אזוי, קודם דער נאמען און דערנאך די טיטל, און נישט פארקערט אזוי ווי ר' עקיבא, ר' יהושע בן חנני' וכדומה?

אין ספק התודעה (ח"א עמ' רלט) שטייט, אז מען פירט זיך צו שרייבן משה רבינו און נישט משה רבנו (אן די י'), ווייל משה רבינו איז בגמרי' 613 און עס איז מרמז אויף 613 מצוות וואס משה רבינו האט אונז איבערגעגעבן פונעם הייליגן באשעפער, און אין די ספר אוצר דינים ומנהגים שטייט, אז מען פירט זיך צו רופן משה רבינו, און נישט רבינו משה, דאס איז צוליב דעם וואס מען וויל ווייזן א חילוק פון די משה ביז די אנדערע, ווייל ער איז געווען די איינציגסטע בשר ודם וועלכע האט גערעדט מיטן כביכול פנים אל פנים.

אין ספר שם הגדולים פונעם הייליגן חיד"א שרייבט ער דארט: "איך האב געזעהן אין ספר כתבי יד, אז עס איז נישט געווען קיין איין תנא אדער אמורא וועלכע האט געהייסן משה, און דעריבער זאגן מענטשן אויפן הייליגער רמב"ם (רבנו משה בן מיימון) ממשה ועד משה לא קם כמשה- פון משה (רבינו) ביז דעם משה (רמב"ם) איז נישט דעווען אזא משה".


15) ווי וועלכע אויסשטעל באשאפט דער אייבערשטער גארנישט?

די גמרא ברענגט נאך אין ירושלמי (נדרים פ"ג ה"ב) אז ר'בי שמעון בן גמליאל האט געזאגט, אז די אייבערשטער האט גארנישט באשאפן 4 עקעדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

אולי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס האט נישט גע'ארבעט ווייל ער האט גערעדט צופיל עיין במלבי"ם.
געעוען אינעם הפטורה פאריגע וואך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וועלכע מוסר השכל קען מען זיך ארויסלערנען פון Checkers?

די הייליגע ריזשענער זכותו יגן עלינו, האט אמאל געזאגט אז פון די שפיל טשעקערס קען מען זיך ארויסלערנען א געוואליגע מוסר השכל אין עבדות השם יתברך שמו:

א מענטש גייט אמאל מוותר זיין איין שטיקל, אבי צובאקומען צוריק מער- (ירידה לצורך עלי‘ה)
מען טאר נישט גיין צוויי אויף אמאל (מ‘טאר נישט כאפן, מ‘דארף גיין צוביסלע, איין טרעפ אויף אמאל)
מען קען גיין פאראויס און נישט צוריקצווועגס
נאכדעם וואס מ‘איז שוין אנגעקומען צו אויבן, קען מען שוין גיין ווי מ‘וויל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואו איז דא א מקור, אז די מענער דארפן אכטונג געבן אויף די קינדער בשעת די פרוי קאכט?

די גמרא זאגט אין מסכת מגילה (כג.), פארוואס רופט מען אויס יו"ט ביי די תורה נאר 5 מענטשן, און נישט אזוי ווי שבת ווי מען רופט אויס 7 מענטשן צו די תורה? ענטפערט די גמרא, וויבאלד מען קומט שפעט אין שוהל.

זאגט דערויף רש"י, ווייל מען דארף זיך פלאגן אנצוגרייטן די יום טוב'דיגע סעודות.

פרעגט דערויף די יעב"ץ, ווער קאכט געווענדליך? די פרויען, אויב אזוי פארוואס דארפן די מענער קומען שפעט, אויב די פרויען קאכן און באקן?

ענטפערט די יעב"ץ, וויבאלד בשעת וואס די פרוי קאכט, דארף די מאן זיך אפגעבן מיט די קינדער, און זיך אפגעבן מיט די שטוב. און אזוי ווי עס נעמט לאנג צו קאכן, דארפן די מענער זיך לענגער אפגעבן מיט די קינדער. במילא וועגן דעם קומען זיי שפעט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואו איז דא א מקור אז פרויען מעגן רעדן סתם שטותים אין די וועלט אריין, אבער מענער טארן נישט?
אין ספר פרי מגדים שטייט (או"ח סי' ש"ז) וויבאלד פרויען זענען נישט מחיוב אויף צו לערנען תורה, במילא זענען זיי אויך נישט מחיוב מיט ודברת בם- ולא בדברים בטלים (דו זאלסט רעדן נאר אין לערנען און נישט דברים בטלים).


וועלכע מסכת דערמאנט נישט רש"י, תוס', רמב"ן, ריטב"א, רשב"א ביים נאמען נאר מיט א צוה נאמען? און פארוואס?

מסכת חולין. די אלע ראשונים האבן קיינמאל נישט דערמאנט די ווערטער מסכת חולין. נאר יעדעס מאהל וואס זיי ווילן דערמאנען די מסכת שרייבן זיי, שחיטת חולין. אדער שרייבן זיי די פרק פון די מסכת אן צוצייכענען וועלכע מסכת מ'רעדט פון


ווי גרויס איז די נאז פון א מענטש?

אין מסכת בכורות (מד א) שטייט, אז די נאז פון א מענטש איז אזוי גרויס ווי די קליינע פינגער פון די האנט

ווי הויעך איז א מענטש?
די חתם סופר (או"ח סי' קפ"א) שרייבט אז יעדער מענטש איז הויעך 3 אמות, לויט די זיין הויעכקייט. דאס מיינט אז יעדער מענטש לויט זיין גרויסקייט פון זיין האנט 6 אזעלכע טפחים און דאס ווערט גערעכנט ווי א אמה. 3 אזעלכע אמות אז די הויעכקייט פון יעדע מענטש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער איז געווען בן בג בג און בן הא הא???

דער תוספות יום טוב איז מסביר (אבות פרק ה‘ משנה כ“ב) אין נאמען פונעם רשב“ם וועלכע ברענגט עס פון זיין פעטער הר“י בן הרא“ש, אז בן בג בג און בן הא הא זענען די זעלבע מענטש. ער איז געווען א גר, און אין יענע צייטן האט מען גע‘הרג‘ט ווער עס האט זיך מגייר געווען. דעריבער האט ער זיך גערופן מיט א ”קאוד“ נאמען. ווייל די טאטע פון א גר איז אברהם אבינו, און די מאמע פון א גר איז שרה אמנו. ביידע האט די אייבערשטער צוגעלייגט א ה‘ צו זייער נאמען.

בג איז בגמטריא ה‘. דעריבער האט ער זיך גערופן בן בג בג אדער בן הא הא ווייל ער איז א זוהן פון די צוויי ה‘.

אין די הקדמה פונעם רמב“ם אויף משניות שרייבט ער אז בן בג בג איז געווען ר‘ יוחנן.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

סוף פסחים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כד כניא הווא, כתבתי תשובה זאת לעצמי, ומצאתי את זה לאחרונה.
האם מותר לרמות העכו"ם בהעלמת מסים.


בסי' שס"ט ס"ו מבואר המחלוקת דהרמב"ם והר"ן אם מותר לעכב מסים מהמלכות ועי' גר"א שכתב דמותר אפי' לכתחילה להר"ן וכ"כ בשו"ע הרב סט"ו רק מסיק דירא שמים יחמיר לעצמו וכו' שלא לעבור על דין תורה.
ופשוט הוא דדין זה שייך אף במעות שהחנות גובה מהלוקחים ע"מ למסור למלך כמנהג המדינה שכשקונים חפצים מסויימים משלמים יותר מס המוכר צריך להעביר למלך שיכול לעכב ולא לשלמו אולם אם שילמו והמוכר רוצה לעכבו אצלו לכאורה יש לעי' מדין דסי' קפ"ג ס"ט שאם שלח מעות ע"י שליח לפרוע לעכו"ם חוב והעכו"ם שכח מזה חייב להחזירו לבעליו וא"כ גם כאן יוכרח להחזירו לבעליו כיון שאין מסרו למלך ויש לחלק ולומר דכאן לא נותן מעות מסויים שיתן למלך אלא מכניס הכל לתיבתו ואח"כ שולח למלך א"כ מעות זה נעשה הכל שלו ואין צריך ליתנו בחזרה לבעליו ואינו אלא חוב שהוא חייב למלך. ואם יודע מתחילה דאין רוצה להעביר המעות למלך י"ל דאסור לו לגבות ממנו דמטעה אותו והוי אונאה ממון.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שלום עליכם, ממי.

ממי_שאמרו האט געשריבן:9) פון וואו שטאמען די צורות פון די נומערן (1234567890)?

אין ספר תוס' יו"ט שרייבט ער (פי"ב משבת משנה ג') אז די צורת פון די נומערן שטאמען פון 'מאנשי הודו העתיקום', עס מיינט פון די אלטע מענטשן פון אינדיע לכאורה.

'העתיקום' - אנדערש ווי 'העתיקים' - מיינט 'האט מען זיי מעתיק געווען'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

און אז איך האב 32 ציינער בין איך נישט קיין ייד און נישט קיין גוי.
כ'קלער זיך פון מגייר זיין ביי א בי"ד ארויסשלעפן א פאר ציינער און דאן כאפן א טינק.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:שלום עליכם, ממי.

ממי_שאמרו האט געשריבן:9) פון וואו שטאמען די צורות פון די נומערן (1234567890)?

אין ספר תוס' יו"ט שרייבט ער (פי"ב משבת משנה ג') אז די צורת פון די נומערן שטאמען פון 'מאנשי הודו העתיקום', עס מיינט פון די אלטע מענטשן פון אינדיע לכאורה.

'העתיקום' - אנדערש ווי 'העתיקים' - מיינט 'האט מען זיי מעתיק געווען'.



וועל איך טאקע מעיין זיין וואס עס שטייט, מיט א יוד אדער א ו
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אין דיין גיל מעג מען שוין לערנען דף היומי מיט תוס'. תוס'(בכמה מקומות) איז חולק אויף דעם פשט ווייל עס איז נישט מסתבר אז מען זאל רופן א תנא ווי רבי עקיבא מיט אזא מאדנע כינוי אלץ ווייל בן עזאי האט זיך דאס איינמאל ערלויבט צו זאגן בעידן חדוותא.
[tag]ממי שאמרו[/tag] שלום עליכם.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ממי_שאמרו האט געשריבן:ווער עס געדענקט נאך פלעג איך פון מאהל צו מאהל ארויפלייגן א למען דעת, איך האב געזיכט וועלכע איך האב יא און וועלכע איך האב נישט, לייג איך ארויף עטליכע אינטערעסאנטע ידיעות וועלכע איך האב אין מלקט געווען און עס ליגט סתם אין מיין קאמפיוטער. ואתכם הסליחה וועלכע עס איז שוין געווען דא איינמאהל.


1) צו האט א גוי האט מער ציינער פון א איד?

יא! אין מדרש תלפיות (פון רבי אליהו הכהן זצ"ל, דער מחבר פון ספר 'שבט מוסר') שטייט: איך האב מקובל אז א איד האט נאר 22 ציינער, און א גוי האט 23 ציינער!


צ"ל 32 און 33
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רויטע וואנצעס, יישר כוח, שוין מתקן געווען
פארשפארט