צוויי מאל חתונה מאכן א יונגסטן קינד?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

צוויי מאל חתונה מאכן א יונגסטן קינד?!

שליחה דורך ימי קדם »

דאס איז מער א שאלה.

נעכטן האט אין מאנסי חתונה געמאכט זיין יונגסטער טאכטער, רבי ישראל האגער, וויזיניצער רבי'ס זוהן.

זאגט מיר איינער אן אינטערסאנטער זאך:
אויף ווי ווייט ער ווייסט איז נישטא נאך אזא מציאות אויף די וועלט, דהיינו: חתונה מאכן צום צווייטן מאל א יונגסטער קינד, פונעם זעלבן ווייב!!!
תשנ''ה, האט ער חתונה געמאכט זיין זיבעטער און יונגסטער קינד, טאקע נישט קיין סאך קינדער אבער נארמאל. יעדער איז געווען ביים חתונה וויסענדיג אז דאס איז זיין יונגסטער קינד, און ער וועט נישט חתונה מאכן פאר א גוטע פאר יאר, ביז צו זיין עלטסטער אייניקל ( חתונה געהאט תשס''ו).
אבער, א יאר דערויף, האט ער געהאט נאך א קינד!! און נעכטען האט זי חתונה געהאט.
בין איך נייגעריג, מו עס איז דא איינער וואס ווייסט פון נאך אזא מציאות אין כלל ישראל?
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר