בלאט 1 פון 1

האט א מאן געוואוינט אין די אסטער פלעיס קיוב - אין ניו יארק?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:13 pm
דורך פיקציע
א קורצע פילם איז פארשפרייט געווארן אויף יוטוב איבער דעיוו א 37 יעריגער ניו יארקער שרייבער וועלכער האט זיך אריינגעצויגן אין די אסטרא פלעיס קיוב צווישן די 8 סטריט און 4 עוועניא אין מאנהעטן, וואוינענדיג דארט פאר א וויילע הונטער באגרעניצטע אומשטענדן.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Wcl9NPl481k[/youtube]

למעשה באריכטן אסאך נייעס זייטלעך אז דער פילם איז א טאטאלע פיקציע, און אז לויט די נ.י. סיטי פארקס דעפארטמענט קען א מאן נישט וואוינען אין די קיוב זינט עס איז נישט פארהאן קיין אריינגאנג דערצו.

דער פילם איז בלויז א עד (גראדע נישט קיין שלעכטע עד) פאר ווהיל - א מעדיטעישאן טעקניק פראגראם, וועלענדיג ארויסברענגען ווי וויכטיג עס איז זיך אויסצושאלטערן פון די געזעלשאפט פאר א וויילע, און מ׳זאל דעריבער נוצן זייער מעדיטעישאן פראגראם. אזויפיל האבן זיי אויפגעטון אז קומעדיגע מאל איר וועט אריבערשפאצירן די קיוב וועט איר קוקען דערויף א צווייטע מאל.


http://mashable.com/2013/10/02/astor-place-cube-hoax/

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 3:49 pm
דורך [NAMELESS]
זייער אינטערסאנט.
איך כאפ ניטש וואס ווהיל איז. איז עס א ביזנעס? לשם מצוה?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
א genius מארקיטינג קליפ פאר די ארגעניזאציע/קאמפאני http://whil.com/
איך וואלט נאר גע'חלשט צו זעהן ווי די NYPD יאגט זיך אהין עם ארויסווארפן נאכן זעהן די קליפ.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:34 pm
דורך פיקציע
עס איז מער אן ארגענאזאציע, איך בין נאכנישט דערגאנגען ווער עס שטייט אונטער דעם און וואס די מאטיווען זענען. די קליפ איז נישט אויף זייער אפיציעלע יוטאב טשענעל.

אויף ביזדערווייל האב איך געטראפן נאך א קליפ פון זיי:

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7dQy52nlBU4[/youtube]