בלאט 1 פון 3

מזל טוב! 5000 לייקס!!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 4:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
[center]מזל טוב!!!!!!!!!!!!!![/center]

[center]חברינו [tag]שמעקעדיג[/tag][/center]

[center]לרגל דיין ערליך פארדינטע....[/center]
[center]5000 לייקס!!!!![/center]

[center]ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס די ביסט דער ערשטער צו דעגרייכן דעם מספר. דיין מידות, שכל און הומאר איז כתלת רעין דלא מתפרשין![/center]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
wow wow wow wow

עהרליך פארדינט!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:12 pm
דורך פרישער
וגם לרבות זיין גיט הארציקייט, צו לייקן א צווייטן,

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 6:00 pm
דורך ברסלבער
שווער ארויסצוברענגן די געפילן ביי אזא געהויבענע געשעהניש
מען האלט שוין אז שמעקעדיג איז אנגעקומען צו אזא גרויסע סכומ
עס איז בכלל נישט קיין וואונדער אז ער איז דער ערשטער אין די רייע
קודם זיין איבערגעגעבנקייט ארויסצוהעלפן יעדן איינציגן ניק
ער קען זיך נישט אויפרעגן פאר קיין געלט, מיט די גוטע מדות זיינע
דאן זיין געשמאקע הומאר, צו מאכן שמייכלען יעדן מיט פרייד
יעדע תגובה זיינע שיינט ארויס זיין שכל הישר מיט געשמאק דערצי
גיי ווייטער אן לתפארת השטיבל ולהנאת כל הניקים מיטן פולן שוואונג

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 8:13 pm
דורך איך אויך
שמעקי שמעקי במה אברכך?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:17 pm
דורך זאל_זיין
ממש שקר איך זע 5006 לייקס

(:

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 8:49 am
דורך סאשי פיש
פרישער האט געשריבן:וגם לרבות זיין גיט הארציקייט, צו לייקן א צווייטן,

[tag]פרישער[/tag] ווען גייסטו אים נאכמאכען?!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:12 am
דורך פרישער
סאשי פיש האט געשריבן:
פרישער האט געשריבן:וגם לרבות זיין גיט הארציקייט, צו לייקן א צווייטן,

[tag]פרישער[/tag] ווען גייסטו אים נאכמאכען?!

ביזט גערעכט, איך בין גילטי, איך פראביר שטארק זיך מחזק זעין און דעים ענין, אבער אלע מאל איז דו הכנסה מער ווי דו הוצאה

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:12 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב מזל טוב, ברוכים תהיו....

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:22 pm
דורך שטילע אינגערמאן
שמעקעדיג האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב, ברוכים תהיו....

האהא אוי ביזטו זיס.

כ'האב כסדר א צודרייטע קראש אויף דיר, אבער ליידער קען איך דיך נאר אלץ גימפל פימיפל אדער שמעקי,
מער ווי אין מאל כ'האב דיך געוואלט געבן א קלאפ אויפן פלייצה אדער א קניפ אין בעקעלע (ששש נחום איז דא).

כ'האב מיך גענומען א ספר אין יעדער מאל איך וויל דיך קושן, קוש איך די בני יששכר אנשטאט, די דעקל שומלט שוין אזוי נאס איז עס.

האלט אן דיין פעסטע ארבייט, זיבן טויזענט לייקס איז פיינע נייעס. אי"ה ביי צען אלפים.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:24 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב הרב [tag]שמעקעדיג[/tag]. צו דיינע 7000 טויזנט לייקס כן ירבו.
מען זאגט אז כלל ישראל האט א גוטע נאז. אז דער עולם האט דיר צוגעטיילט אזויפיל לייקס איז א סימן אז זיי האבן דערשמעקט דעם גוטן שמעק פון שמעקעדיג. זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפן דו זאלסט אונז ווייטער מהנה זיין מאוצרותיך הטובים.

-----
און אינאיינוועגס א מזל טוב פאר מיר צום דערגרייכן 2000 לייקס.

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:26 pm
דורך אפטעמיסט
וואו איז [tag]מאראנצןזאפט[/tag] ווען מ׳דארף אים?

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:27 pm
דורך געפילטע פיש
וואו שמעקעדיג! מזל טוב! כ'האב עס דא אלץ פרוף!

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:38 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב ברסלבר!
מיר קענען געבן אינאיינעם לחיים...

נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 8:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
טשאדאש נעמביראם נעמטאדעם איגען טשענקיהאזאֱֱֱ באבעלגאם קעניינע הרעע!

די נומער 7000 איז צו הויעך צו פארשטיין אבער זיי זאגן ס'איז מערע פון 5000. זאל זיין מיט מזל טשאווערגא!

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 2:11 pm
דורך שמעקעדיג
האסט פארגעסן אריינצוסיינען מיט דיין נאם-טו-דעם ניק......

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב [tag]שמעקעדיג[/tag] און [tag]ברסלבער[/tag]!!!!
איך האב עכט נישט קיין ווערטער ענק צו באדאנקען פאר אלעס וואס עטץ שרייבסט.
איי לאוו יא
#loveattack

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
בקרוב קימט נאך א מעיזשער 5000 מזל טוב

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 3:03 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז בקרוב? טרם יקראו ואני אענה!!

מזל טוב [tag]געפילטע פיש[/tag], פאר דיינע פינף אלפים!!
גיב אהער דיין הענט, ביי אונז פירט מען א קוש טאן אין האנט ביי אזעלכע פרייליכע עמאציענאלע געשעענישן.

געפילטע, געפילטע, במה אברכך? כאטש נישט יעדער אגריעט אלץ מיט דיר 100% - עולם כמנהגו נוהג - האסטו נאך נישט באוויזן איינעם דא אויפצורעגן אדער ארויסנעמען פון די כלים! מיט דיין געלאסענעם שמייכל און אייזן-שטארקע סארקאזם באטעריס, און מיט די גרעסטע רוהיגקייט האסטו א ענטפער פאר כמעט יעדע סארט נושא, און מיט הלל'ס געדולד ביסטו מסביר יעדע פראגע און ניטעמאל פארלאנגסטו א דאנק, עס וואלט כאטש געפאסט זאלסט האבן א שטיקל שמינית-שבשמינית, אבער ניין, דאס אויך נישט, דו גיבסט און דו טיילסט פאר אנדערע מיט א ברייט הארץ און גוטמוטיגקייט, און פארלאנגסט גארנישט צוריק. כמעט יעדער ניק האט שוין נהנה געווען פון דיר, פון דיין חכמה, הומאר, טרעפליכע ענטפערס צום פינטל... דער גרעסטע בעל גמילות חסד דא אין שטעטעלע!!

מיר וועלן אלע מודה זיין אז ווען נישט געפילטע פיש וואלט קאווע שטיבל קיינמאל נישט געווען דאס זעלבע! ער פארדינט אונזער אלעמענ'ס אגודל אויף ארויף, פיל מער ווי אויף 5,000!!!!

מזל טוב, מזל טוב!!!

.

נשלח: פרייטאג מערץ 28, 2014 3:04 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר מיינט ראשעקאל אונזער ניק "קאווע טרינקער"? אה יא, טאקע מעדזשאר. איך האלט שוין מיין אטעם!

נשלח: מוצ"ש מערץ 29, 2014 10:50 pm
דורך פליקער
נישט צי גלייבן הרב שמעקעדיק, איך שפיר זיך ווי א נאנטער ידיד, ווער ווייסט אפשר איז ער גאר א נאנטער ידיד, ברידער, קאזן, אדער קען זיין מיין אנדערע ניק. אבער איך מיז זיך פערזעינלעך באדאנקען פאר זיין ווארעמקייט, ציגעלאזן קייט, ער פארפאסט נישט צי ציווארפן א גיט ווארט פאר יעדען וואס שרייבט,
#לאוואטאקע

נשלח: מוצ"ש מערץ 29, 2014 11:35 pm
דורך דריידל
מזל טוב חברינו הותיק [tag]קאווע טרינקער[/tag] פאר די פינף טויזענסטע לייק!!!
כמוך ירבו בקאווע שטיבל. טוי טוי טוי קניינעהארע

נשלח: מוצ"ש מערץ 29, 2014 11:39 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז בקרוב? טרם יקראו ואני אענה!!

מזל טוב [tag]געפילטע פיש[/tag], פאר דיינע פינף אלפים!!
גיב אהער דיין הענט, ביי אונז פירט מען א קוש טאן אין האנט ביי אזעלכע פרייליכע עמאציענאלע געשעענישן.

געפילטע, געפילטע, במה אברכך? כאטש נישט יעדער אגריעט אלץ מיט דיר 100% - עולם כמנהגו נוהג - האסטו נאך נישט באוויזן איינעם דא אויפצורעגן אדער ארויסנעמען פון די כלים! מיט דיין געלאסענעם שמייכל און אייזן-שטארקע סארקאזם באטעריס, און מיט די גרעסטע רוהיגקייט האסטו א ענטפער פאר כמעט יעדע סארט נושא, און מיט הלל'ס געדולד ביסטו מסביר יעדע פראגע און ניטעמאל פארלאנגסטו א דאנק, עס וואלט כאטש געפאסט זאלסט האבן א שטיקל שמינית-שבשמינית, אבער ניין, דאס אויך נישט, דו גיבסט און דו טיילסט פאר אנדערע מיט א ברייט הארץ און גוטמוטיגקייט, און פארלאנגסט גארנישט צוריק. כמעט יעדער ניק האט שוין נהנה געווען פון דיר, פון דיין חכמה, הומאר, טרעפליכע ענטפערס צום פינטל... דער גרעסטע בעל גמילות חסד דא אין שטעטעלע!!

מיר וועלן אלע מודה זיין אז ווען נישט געפילטע פיש וואלט קאווע שטיבל קיינמאל נישט געווען דאס זעלבע! ער פארדינט אונזער אלעמענ'ס אגודל אויף ארויף, פיל מער ווי אויף 5,000!!!!

מזל טוב, מזל טוב!!!

.

בריכעם תיעה בריכעם תיעה. שקויעך שמעקל, החייתני! איך זיץ און ווארט שוין זייט איך האב באקומען מיין פינף טויזענסטע לייק און איך ווארט צו זען ווי לאנג ס'וועט נעמען ביז איינער מאכט זיך וויסענדיג. און גארנישט! אין קול ואין עונה, ניטאמאל א עונה בינונית, אור זרוע, גארנישט! די מצב איז געווארן ערגער פון טאג צו טאג, די ווייב און קינדער קומען פרעגן וואס איז, נישט ער עסט, נישט ער שלאפט, נאר ליגט אין בעט דיפרעסט א גאנצע טאג. ווען די באלעבוס רופט זאגט די ווייב אז ער האט עפעס א נייע מינע טשיקען פאקס, פארן שווער זאגט מען ביזנעס טריפ אין די בהמות, און זיי זיצט ביים דורכגעוויקטן תהילמ'ל די פנים איינגעטוהן אין די הענט.

"טאטי שוין באלד שבת" קומט די קליינע חנה'לה זאגן, כ'הער ווי אונטער די טיר שעפשעט א בת קול עפעס וועגן מקוה... "טאטי דארף שוין גיין מקוה!" זאגט זי קווענקעלדיג, קוקענדיג צום טיר פאר ווייטערדיגע אינסטרוקציעס, "אממ שטיי אויף פליז" זאגט זי מיט האלב וויינעדיגע אויגן, און גייט צוריק צוגרייטן קיילי (איר דאלי) צום לעכט בענטשען, צום קול פון די איינגעהאלטענע געוויין אונטערן טיר.

"געפילטי שוין באלד די זמן! אפשר טשעקסטו נאכאמאל אויב איינער וואונשט דיר מזל טוב אויף יענע וועבסייט?" נע, כ'האב שוין אויפגעגבן, יעצט טראכט איך נארפון מיינע אפציעס, טאנצן פונעם פארטש? אדער גאר א באטל טיילענאל? אבער ליבא לפומיה לא גליא, נאר זי זאל דאס הערן, נאר דאס פעלט מיר אויס! זי וועט מיר נאך מאכן דאס טויט...

אבער אפשר דאך, אקעי לאמיך צוליב טוהן און געבן נאך איין טשעק, און פלוצלינג...! די גאנצע משפחה שטייט און שטוינט, האלטן זיך איין פון פאטשן מיט די הענט, ס'זאל נישט שאדטן קיין עין הרע, אבער זייער אויסגעצויגענע שמייכליך אויף די פנימער קען מען נישט באהאלטן, שטמער און שטווייניגער, טאטי נעמט א זאק, גאטשע, און די נייע טלית קטן פון די קלינערס בעג, און לויפט ארויס פונדערהיים! "טאטי לויפט מקוה!" שרייט חני מיט עקסטאז, איר גרויסע שוועסטער נעמט איר אריין אין אן אנדערע צימער זי זאל נישט צושטערן די שמחה מיט א פריצייטיגע אנאנס. "הערסט מאמי? [tag]שמעקעדיג[/tag] האט זיך וויסענדיג געמאכט, כ'לויף אין מקוה, שוין באלד די זמן. נאך געבליבן פאטעטע קוגל?"