בלאט 1 פון 1

שיגרא דלישנא

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 3:45 am
דורך קרעמער1
נארוואס געכאפט א בליק אינעם ספר שיגרא דלישנא ארויסגעגעבן דורך המחבר הידוע רבי אברהם מייזעלס פון מאנטריאל מח"ס מטבע שטבעו חכמים ועוד ספרים חשובים

עס איז כשמו כן הוא געשטעלט צו ברענגען אן ערשטן מקור אויף פאפולערע אויסדרוקן
אויבנאויף זעהט עס אויס זייער א גוט ספר

נאר אויפן ערשטן ווארט האב איך שוין געהאט א קליינע הערה. אויפן באקאנטן ווארט "איין טאטע קען שפייזן צען קינדער אבער צען קינדער קענען נישט שפייזן איין טאטן" צייכנט ער צו אלס ערשטער מקור דעם של"ה.
אבער למעשה האבן מיר לעצטנס געזען אין בנות ציון אז דער "מיניקת רבקה" האט עס שוין געשריבן בעפאר אים און ס'איז גאנץ מעגליך אז דער של"ה הק' האט עס פון דארט גענומען

אבער מקען קיין טענות נישט האבן. דער מחבר האט עס זיכער פארזען וויבאלד דער ספר איז שוין נישט בנמצא

Re: שיגרא דלישנא

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:08 am
דורך יידל
קרעמער1 האט געשריבן:נארוואס געכאפט א בליק אינעם ספר שיגרא דלישנא ארויסגעגעבן דורך המחבר הידוע רבי אברהם מייזעלס פון מאנטריאל מח"ס מטבע שטבעו חכמים ועוד ספרים חשובים

עס איז כשמו כן הוא געשטעלט צו ברענגען אן ערשטן מקור אויף פאפולערע אויסדרוקן
אויבנאויף זעהט עס אויס זייער א גוט ספר

נאר אויפן ערשטן ווארט האב איך שוין געהאט א קליינע הערה. אויפן באקאנטן ווארט "איין טאטע קען שפייזן צען קינדער אבער צען קינדער קענען נישט שפייזן איין טאטן" צייכנט ער צו אלס ערשטער מקור דעם של"ה.
אבער למעשה האבן מיר לעצטנס געזען אין בנות ציון אז דער "מיניקת רבקה" האט עס שוין געשריבן בעפאר אים און ס'איז גאנץ מעגליך אז דער של"ה הק' האט עס פון דארט גענומען

אבער מקען קיין טענות נישט האבן. דער מחבר האט עס זיכער פארזען וויבאלד דער ספר איז שוין נישט בנמצא

סתם פאר אינטערעסאנטקייט יש לציין דעם אשכול דא ווי איר האט שוין ארויסגעברענגט די יקרות המציאות פונעם מינקת רבקה. אזוי אויך איז אינטערעסאנט צווצייכענען דעם העברעאישן וויקיפעדיע איבער די מחברת.

Re: שיגרא דלישנא

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:43 pm
דורך קרעמער1
דאנקע שעהן פארן טוהן די ארבעט אנשטאט מיר..

דעם ספר פון וואס מיר רעדן דא האט איר נאכנישט געזען?

Re: שיגרא דלישנא

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:48 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב עס געזעהן איידער ס'איז ארויסגעקומען, ס'איז געווען געדרוקט אין קובץ גינת ורדים.

איך האב אסאך הערות וואס איך האב פארצייכנט פאר מיר בשעתו.

Re: שיגרא דלישנא

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:41 pm
דורך קרעמער1
נו, אדרבה. זייט נישט קיין כובש נביאתו

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 10:43 am
דורך לאדיך אפ
ס'מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו פארגלייכן שיגרא דלישנא מיט שמואל אשכנזי'ס אלפא ביתא.
שמואל, ביטע גיב אונז אביסל פון דיין הערות.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 10:48 am
דורך שמואל הלוי
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו פארגלייכן שיגרא דלישנא מיט שמואל אשכנזי'ס אלפא ביתא.
שמואל, ביטע גיב אונז אביסל פון דיין הערות.

קודם זיי דו מקיים פסק ;)

ערנסט גערעדט, איך בין פשוט נאך נישט אנגעקומען אפצוטייפן די הערות וואס איך האב מיר פארשריבן זייענדיג אין בית המדרש, איך האף אין די גאר נאנטע צוקונפט.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 10:51 am
דורך לאדיך אפ
שמואל הלוי האט געשריבן:
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו פארגלייכן שיגרא דלישנא מיט שמואל אשכנזי'ס אלפא ביתא.
שמואל, ביטע גיב אונז אביסל פון דיין הערות.

קודם זיי דו מקיים פסק ;)

אוי כ'האב פארגעסן!! אקעי, איך גיי עס טון אי"ה.
שמואל הלוי האט געשריבן:
ערנסט גערעדט, איך בין פשוט נאך נישט אנגעקומען אפצוטייפן די הערות וואס איך האב מיר פארשריבן זייענדיג אין בית המדרש, איך האף אין די גאר נאנטע צוקונפט
.
can't wait!!!