בלאט 1 פון 1

ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:12 am
דורך קרעמער1
איינע פון די יסודות פון יודישקייט בכלל און חסידות בפרט, איז אהבת ישראל. פשוט ליב האבן א יוד ווייל ער איז א יוד און נישט ווייל ער איז פון מיין חסידות אדער אפי' ער האלט יודישקייט אזוי ווי איך וויל און פארשטיי

יא! יעדן איינציגן יוד, ווילאנג ער איז נישט קיין להכעיס'ניק אדער מסית ומדיח, ברויך מען ליב האבן. און מען האט דיר נישט געשטעלט אריינצוקריכן אין זיינע קישקעס צו דן זיין זיינע מצוות און עבירות

וויבאלד דער נקודה ברויך חיזוק צוליב דעם מציאות'דיגן אויסשטעל פון כלל ישראל זינטן חורבן (וואס דאס איז א נושא וואס מיר ווילן נישט דא בארירן) עפענען מיר דעם אשכול וואו דער עולם זאל צוברענגען מאמרים און סיפורים איבער דעם חשובן ענין

צוערשט וועל איך צוברענגען א תורה פונעם הייליגן "ישמח ישראל" וואס בן תמליון האט צוגעברענגט אין אן אנדערן אשכול
בן תמליון האט געשריבן:כ'האב פונקט געזען אין ישמח ישראל פרשת וישלח ער ברענגט פון רבי ר' ברוכ'ל א טייטש: עוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו. יעדער יודישע נשמה נישט קיין חילוק וויפיל מהאט צאמגעזונדינקט בלייבט א מיטלפונקט ריין אומבארירט. עוד מעט ואין רשע עס איז דא אביסל ווי דער רשע רירט נישט אן, דעריבער בעטן מיר זיך: והתבוננת על מקומו ואיננו, קוק אהין וועסטו גארנישט זען קיין בייז.

ועמך כולם צדיקים!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 10:36 am
דורך דעינעש
צדיקים האבן געטייטשט, אין תהילים אין פסוק, יתמו חטאים... מן הארץ, ולא חוטאים,
ני.. מי יתן והי', אבער ווען...?!

Re:

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:02 am
דורך יואליש
דעינעש האט געשריבן:צדיקים האבן געטייטשט, אין תהילים אין פסוק, יתמו חטאים... מן הארץ, ולא חוטאים,
ני.. מי יתן והי', אבער ווען...?!

ס'איז א גמרא אין ברכות דף י' ע"א. דאס ווארט ווערט דארט געברענגט בשם ברוריה אשת ר' מאיר.

הנהו בריוני דהוו בשבבותיה דר"מ והוו קא מצערו ליה טובא הוה קא בעי ר' מאיר רחמי עלויהו כי היכי דלימותו אמרה לי' ברוריא דביתהו מאי דעתך משום דכתיב (תהילים קד) יתמו חטאים מי כתיב חוטאים חטאים כתיב ועוד שפיל לסיפיה דקרא ורשעים עוד אינם כיון דיתמו חטאים ורשעים עוד אינם אלא בעי רחמי עלויהו דלהדרו בתשובה ורשעים עוד אינם בעא רחמי עלויהו והדרו בתשובה

http://kodesh.snunit.k12.il/b/l/l1101_010a.htm

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:26 am
דורך אבי גערעדט
אבער פארוואס זאגסטו זייטן חורבן? האט דען געפעלט הייסע מחלוקת`ן אין דער אלטער היים? פרעג דיך אביסל נאך ,שאל אביך ויגדך, די היינטיגע מחלוקת זענען א שפיי קעגן די אמאליגע מחלוקת

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:51 am
דורך נולד מאוחר
ע"פ שכל איז דא א חילוק פין א מושחת בין אדם למוקם צו בין אדם לחיבירו.
איינער וואס דריידט זיך ארום טרינקען מענטשן בליט דארף סאסייעטי פטור ווערן פין אזא איינעם, איז עס א סתירה עם ליב צי האבען.
משא"כ בין אדם למקו', דארף מקו' קער נעמען סאיז נישט אונזער ביזנעס עכ"פ בזמן הזה , אונז דארפן עם ווייטער עם ליב האבן.

איז דא א תורה'דיגע מקור?

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:33 pm
דורך דעינעש
יואליש האט געשריבן:
דעינעש האט געשריבן:צדיקים האבן געטייטשט, אין תהילים אין פסוק, יתמו חטאים... מן הארץ, ולא חוטאים,
ני.. מי יתן והי', אבער ווען...?!

ס'איז א גמרא אין ברכות דף י' ע"א. דאס ווארט ווערט דארט געברענגט בשם ברוריה אשת ר' מאיר.

הנהו בריוני דהוו בשבבותיה דר"מ והוו קא מצערו ליה טובא הוה קא בעי ר' מאיר רחמי עלויהו כי היכי דלימותו אמרה לי' ברוריא דביתהו מאי דעתך משום דכתיב (תהילים קד) יתמו חטאים מי כתיב חוטאים חטאים כתיב ועוד שפיל לסיפיה דקרא ורשעים עוד אינם כיון דיתמו חטאים ורשעים עוד אינם אלא בעי רחמי עלויהו דלהדרו בתשובה ורשעים עוד אינם בעא רחמי עלויהו והדרו בתשובה

http://kodesh.snunit.k12.il/b/l/l1101_010a.htm

אוי ווי שיין,

יישר כח ר' יואל'יש,
מסתבר אז פון דאנעט האבן עס צדיקים נאך גענומען צו זאגן

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:38 pm
דורך קרעמער1
יאנקל האט געשריבן:
קרעמער1 האט געשריבן:יא! יעדן איינציגן יוד, ווילאנג ער איז נישט קיין להכעיס'ניק אדער מסית ומדיח, ברויך מען ליב האבן. און מען האט דיר נישט געשטעלט אריינצוקריכן אין זיינע קישקעס צו דן זיין זיינע מצוות און עבירות

וויבאלד דער נקודה ברויך חיזוק צוליב דעם מציאות'דיגן אויסשטעל פון כלל ישראל זינטן חורבן (וואס דאס איז א נושא וואס מיר ווילן נישט דא בארירן) עפענען מיר דעם אשכול וואו דער עולם זאל צוברענגען מאמרים און סיפורים איבער דעם חשובן ענין

דער פראבלעם איז אז יעדע גרופע אין כלל ישראל קוקט אויף די מער ליבעראלע פון זיי ווי מסיתים ומדיחים. ס׳וועט קומען דער ״אויפגעקלערטער״ און זאגן אז מ׳דארף ליב האבן יעדן פרומען איד, אבער ער אליין וועט נאר כולל זיין ארטאדאקסישע אידן, און נישט קאנסערוואטיוון און רעפארמער - כאטש טייל פון זיי האלטן זיך אויך פאר פרומע אידן.

טאקע דאס ווילן מיר דא ארויסברענגען: מען ברויך ליב האבן א יעדן יוד!

ווי די גמרא וואס מען האט צוגעברענגט זאגט שוין: יתמו חטאים ולא חוטאים, די זינד ברויך זיך ענדיגן און נישט די זינדיגע. און ווי די חכמים האבן געזאגט פאר רבי אלעזר ב"ר שמעון יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו

גאט ב"ה קען זיך אליין באשטיין זיין שטעטל מיר ברויכן נישט טראגן זיינע דאגות אין זאכן וואס ליגט נישט אין אונזערע הענט

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:38 pm
דורך נולד מאוחר
קרעמער1 האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
קרעמער1 האט געשריבן:יא! יעדן איינציגן יוד, ווילאנג ער איז נישט קיין להכעיס'ניק אדער מסית ומדיח, ברויך מען ליב האבן. און מען האט דיר נישט געשטעלט אריינצוקריכן אין זיינע קישקעס צו דן זיין זיינע מצוות און עבירות

וויבאלד דער נקודה ברויך חיזוק צוליב דעם מציאות'דיגן אויסשטעל פון כלל ישראל זינטן חורבן (וואס דאס איז א נושא וואס מיר ווילן נישט דא בארירן) עפענען מיר דעם אשכול וואו דער עולם זאל צוברענגען מאמרים און סיפורים איבער דעם חשובן ענין

דער פראבלעם איז אז יעדע גרופע אין כלל ישראל קוקט אויף די מער ליבעראלע פון זיי ווי מסיתים ומדיחים. ס׳וועט קומען דער ״אויפגעקלערטער״ און זאגן אז מ׳דארף ליב האבן יעדן פרומען איד, אבער ער אליין וועט נאר כולל זיין ארטאדאקסישע אידן, און נישט קאנסערוואטיוון און רעפארמער - כאטש טייל פון זיי האלטן זיך אויך פאר פרומע אידן.

טאקע דאס ווילן מיר דא ארויסברענגען: מען ברויך ליב האבן א יעדן יוד!ן
ווי די גמרא וואס מען האט צוגעברענגט זאגט שוין: יתמו חטאים ולא חוטאים, די זינד ברויך זיך ענדיגן און נישט די זינדיגע. און ווי די חכמים האבן געזאגט פאר רבי אלעזר ב"ר שמעון יבוא בעל הכרם ויכלה את קוציו

גאט ב"ה קען זיך אליין באשטיין זיין שטעטל מיר ברויכן נישט טראגן זיינע דאגות אין זאכן וואס ליגט נישט אין אונזערע הענט

ד' מיתות ב"ד זעט אויס אז גאט וויל אונז זאלמער קער נעמען.

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:51 pm
דורך אברעמעל
יעצט גיי א סטעפ ווייטער, וואס מיינט ליב האבן?

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:22 pm
דורך שרגא
אן אריינהאקן וויל איך נאר דערמאנען אז ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:42 pm
דורך פריינדליך
שרגא האט געשריבן:אן אריינהאקן וויל איך נאר דערמאנען אז ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.

ניין און נאכאמאל ניין, ווען ער האלט שוין דארט, אדער אפילן נאנט דערצו, זאל ער זיך עקל'ן פון יעדן איד, אבער עקל'ן מיט א אמת, נאר אזוי און אפשר אזוי, וועט געלונגען אים צו האלטען דארט ווי ער באלאנגט,

די מתנה וואס השי"ת האט געגעבן פאר אידן און מצרים איז געווען, אז די מצרים האבן זיך געקעל'ט פון אידן, דאס האט זיי אפגעטיילט פון די אידן, און אידן זענענן געבליבען אידן,

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:47 pm
דורך פריינדליך
קרעמער1 האט געשריבן:יא! יעדן איינציגן יוד, ווילאנג ער איז נישט קיין להכעיס'ניק אדער מסית ומדיח, ברויך מען ליב האבן. און מען האט דיר נישט געשטעלט אריינצוקריכן אין זיינע קישקעס צו דן זיין זיינע מצוות און עבירות

די ערשטע מאל און מיינע פינף און צוואנציג יאר וואס איך הער, אז עס איז דא א חילוק צווישען להכעיס'ניק מסית ומדיח, און סתם א רשע לתיעבון,

עס איז נישט דא אזא חילוק, אפשר דא און קאווע שטיבעל יא, אבער און די עכטע אידישע וועלט איז נישט דא,
א רשע איז א רשע אפגעזען וואס א גרויסער בעל תאווה יענער איז, און ווי שטארק יענער איז נישט להכעיס'ניק, און די עכטע אידישע וועלט איז א מצווה אזא איינעם פיינט צו האבן,

פארשטייט זיך און רשעות איז דא דרגות, אבער דא רעדט מען פון די סארט רשעים, וואס זענענן רשעים לשם תאווה, און זיי האלטן נישט קיין אידישקייט

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 11:51 pm
דורך נולד מאוחר
פריינדליך האט געשריבן:

דיין שנאה שמעקט מער מענטשליך ווי געטלעך.

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:01 am
דורך פריינדליך
יאנקל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אן אריינהאקן וויל איך נאר דערמאנען אז ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.

דו שפרינגסט דא אריין אין פילאזאפיע, אויפברענגענדיג דעם פאראדאקס פון טאלעראנץ. בפשטות זע איך נישט דעם פראבלעם פון דערקלערן אז מ'טאלערירט יעדן וואס טאלערירט, וואס שליסט פארשטייט זיך אויס די פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע.

פארוואס זיך אבי מיטשען מיט טערמינען און ווערטער וואס די פארשטייסט נישט די אינהאלט?

זאג פלעין, איך בין מקנא א רשע, די רעדסט זיך איין רשע וטוב לו, דערפאר האסטע פיינט א פרימען,

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:43 am
דורך שרגא
יאנקל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אן אריינהאקן וויל איך נאר דערמאנען אז ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.

דו שפרינגסט דא אריין אין פילאזאפיע, אויפברענגענדיג דעם פאראדאקס פון טאלעראנץ. בפשטות זע איך נישט דעם פראבלעם פון דערקלערן אז מ'טאלערירט יעדן וואס טאלערירט, וואס שליסט פארשטייט זיך אויס די פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע.

דער פאראדאקס עקזיסטירט נישט ביי איינעם וואס איז טאקע יא טאלעראנט אפילו צו וואס זענען אומטאלעראנט צו אנדערע.
בפשטות זע איך דוקא יא א פראבלעם אין דערקלערן אז מען קלויבט זיך אויס וועם צו טאלערירן און וועם נישט, פארשטייט זיך ווען מ'רעדט פון איינעם וואס וויל קלעימען אז ער האט "אבסאלוטע טאלעראנץ".
ביי טייל פון די גרעסטע מענטשן וואס האבן באטרויטן די וועלט, האט מען געזען דעם ענדלאזן טאלעראנץ און ליבשאפט וואס זיי האבן געהאט צו יעדע איינציגע בריאה. אין מיינע אויגן איז דאס עפעס וואס נאכ'ן אנקומען צו א גענוג הויכע מדריגה מוז מען אויטאמאטיש אנקומען דערצו. מען הייבט אן באגרייפן ווי געקניפט און געבינדן עס איז דער אויבנאויף-כאאטישער פאזל, פון דער גאנצער בריאה און אוודאי די לעבעדיגע. אומטאלעראנץ הייבט אן שפירן ווי עפעס א קינדערישע נאטור, וואס איז געמאכט פאר די וואס האבן א פארנעפלטע, מאטעריאליסטישע ראיה.

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:47 am
דורך שרגא
פריינדליך האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אן אריינהאקן וויל איך נאר דערמאנען אז ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.

ניין און נאכאמאל ניין, ווען ער האלט שוין דארט, אדער אפילן נאנט דערצו, זאל ער זיך עקל'ן פון יעדן איד, אבער עקל'ן מיט א אמת, נאר אזוי און אפשר אזוי, וועט געלונגען אים צו האלטען דארט ווי ער באלאנגט,

די מתנה וואס השי"ת האט געגעבן פאר אידן און מצרים איז געווען, אז די מצרים האבן זיך געקעל'ט פון אידן, דאס האט זיי אפגעטיילט פון די אידן, און אידן זענענן געבליבען אידן,

האסט אפשר א פונקט, אבער דא רעדט מען דאך פון זייער פערספעקטיוו.

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:57 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
יאנקל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אן אריינהאקן וויל איך נאר דערמאנען אז ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.

דו שפרינגסט דא אריין אין פילאזאפיע, אויפברענגענדיג דעם פאראדאקס פון טאלעראנץ. בפשטות זע איך נישט דעם פראבלעם פון דערקלערן אז מ'טאלערירט יעדן וואס טאלערירט, וואס שליסט פארשטייט זיך אויס די פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע.

דער פאראדאקס איז מער אינטעלעקטועלע עקסערסייז ווי פראבלעם למעשה. טאלעראנץ מיינט נישט זיך אונטערבייגן דעם קאפ יעדן מענטש און קישן דעם שטויב פון יעדן פאר פיסטריט אויף דער וועלט. ליב האבן יענעם, אים טאלערירן, מיינט אפילו ווען איך שטים נישט מיט אים. איך קען זיך צעגיין מיט יענעם אן שנאה. שלמה קארליבאך איז אן ערשטקלאסיגער ביישפיל.

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:08 pm
דורך בן תמליון
שרגא האט געשריבן:אן אריינהאקן וויל איך נאר דערמאנען אז ווען איר וועט שוין אנקומען צום קלימאקס פון אהבת-ישראל און שפירן אן אמת'ע ליבשאפט צו קאנסערוואטיוון, רעפארמער, יומעניסטן, און אפשר אויך אידן-פאר-יוזלען, זאלט איר ביטע זיכער מאכן צוריקצוקומען פול סוירקל און געדענקען אויך אריינצונעמען אינעם ליבשאפט-רינג די פרומסטע, פאנאטישסטע און ראדיקאלסטע צווישן די אלטרא-ארטאדאקסן (אריינגערעכנט נטורי קרתא). אומבאגרעניצטע ליבשאפט און אבסאלוטע טאלעראנץ דארף זיך אריבערגיסן אויף ביידע זייטן.

אויף די זאגן שוין חז"ל אין ברכות "כל מי שאין בו דעת אסור לרחם עליו" חז"ל זאגן אסור איז עס אסור ווי חזיר די חסירי דעת מאכן א תל פון גאט'ס שיין וועלטל.

Re: ליב האבן א יוד אין יעדן מצב!

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:23 pm
דורך בן תמליון
חז"ל זאגן דאך אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון. וואס ווייסטו וואס דער שייגעץ אין דיינע אויגן טוהט בין תנור לכרים? אפשר פיטערט ער א היימלאזן גאט ווייזט די מלאכים זעט ווי דער שוואכער איד שפייזט מיינע ברואים און דער איד אין שוהל אגאנצן ליבן טאג איז בלויז מצער מיינע קינדער אפילו זיין אייגענע פרוי? די וואך שטייט אין פרק אוהב את הבריות האט ליב די מענטשהייט אלע זענען זיי קינדער פון רבונו של עולם.