מאביל סייט, גייט פון וואו איר זענט געקומען!
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:44 am
איך בין סך הכל א נייע גאסט דא אין שטיבעל (טו בי עקזעקט בין איך שוין ארויף אין ראנג און ווער פארעכענט אן "אנשי שלומינו"). איז פאר איך קריטיקיר וויל איך פותח זיין בכבוד אכסניה. איך מיז מודה זיין אז ביים אנדעקן קאווע שטיבעל האב איך מיר געשפירט ווי קלאמבאוס ביים אנדעקן אמעריקא; קאווע שטיבעל איז א יחיד במינה, ממש זיך צו דערקוויקן, כמים קרים על נפש עייפה.
איך האב נאר איין הערה. די לעצטע וואך בערך דריי איך מיך ארום דא אין שטיבעל און וואונדער זיך אז קיינער רעד נישט פון דעם נייע מאביל סייט וואס איז אריין אין קראפט. איך פראזענליך האלט אז סאיז געוועהן אסאך מער באטאמט אן דעם. די גאנצע לעי אוט טויג נישט- כווייס נישט, כהאב עס פיינט (שוין באלד מער ווי דער סיסטעם). ווען נאך אפאר ניקס זאלן רעדן דערוועגן וואלטן די גבאים אפשר געשפירט אז דער ערד ברענט אונטער זייער פיס און עס שאפט זיך א רעוועלוציע אין קאווע שטיבעל, אבער אז די עולם בלייבט שטיל- וואו וועט מען אנקומען?