בלאט 1 פון 3

גיט אפ אייער שטימע: דער נייער מאביל סייט

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:05 pm
דורך גבאי שני
ווי שוין געמאלדן, האבן מיר לעצטנס אינסטאלירט א נייעם מאביל סייט, וואס מ'זעט אויטאמאטיש ווען מען קומט ארויף צו קאווע שטיבל דורך א טעלעפאן. מיר ווילן הערן די מיינונג פון די חברים איבער דעם מאביל סייט וואס איר ווילט ענדערש: אז דער מאביל סייט זאל בלייבן איינגעשטעלט אקוראט ווי עס איז יעצט אן קיין שום שינויים, אדער אז עס זאל אוועקגענומען ווערן. פארשטייט זיך אז מיר זענען אפן פאר די מעגליכקייט צו מאכן שינויים אין דעם מאביל סייט, אבער דערווייל ווילן מיר וויסן אייער מיינונג אויף ווי אזוי עס איז יעצט.

אויב איר שטימט "נעמט עס אוועק", ביטע שרייבן אין די קאמענטארן וואספארא שינויים איר וואלט געוואלט זען כדי עס זאל יא קענען בלייבן. אויב איר שטימט "לאזט עס ווי אזוי עס איז" קענט איר נאך אלץ שרייבן אין די קאמענטארן עצות און הערות ווי אזוי עס צו פארבעסערן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:03 pm
דורך פרישער
מיך שטערט נאר אז מען זעיט נישט מי ל'לייק אלי ווער עס האט אלס ג'לייק'ט איך וואלט דעי פיטשער געוואלט, נאר עס איז א מחיה אפילו מיט דו חסרון

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:49 pm
דורך אדם הראשון
כ'פארשטיי נישט ווער ס'האט עס נישט ליב זאל ניצען די דעסקטאפ ווירשין, וואס עפעס אוועק נעמען ?

אוודאי עס לאזען, אין שכוח פאר די גבאים פארען עס צישטעלען

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:05 pm
דורך חתם סופר
גראדע גלייך איך עס, אבער די סברא אוועקצונעמען פאר די וואס גלייכן עס נישט, איז ווייל עס איז א גאנצע שלעפ צו טוישן צו דעסקטאפ ווערסיע יעדעס מאל .

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:51 pm
דורך אפטעמיסט
איים סארי אבער די מאביל סייט איז מלא חסרונות כרמון.
א] מען קען נישט זעהן נאר די לעצטע פאר הודעות
ב] עס שטייט נישט ווער סהאט געשריבען דעם אשכול
ג] חתימות איז מען נישט גורס
ד] עס קומט נישט ארויף וויפיל לייקס דער שרייבער האט באקומען
ה] ועוד

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:53 pm
דורך הדד בן בדד
אז איך זאל ליב האבן א מאביל סייט דארף עס זיין אזא געדאנק ווי די בחדרי מאביל סייט, ווי די ווערטער בלייבן ביי די זעלבע סייז, און עס זאל האבן אלע אפשענס פון די דעסקטאפ סייט. געהעריג מישן בלעטער, ליינען נאכנישט געליינטע הודעות וכדו'

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:02 pm
דורך סאשי פיש
אדם הראשון האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט ווער ס'האט עס נישט ליב זאל ניצען די דעסקטאפ ווירשין, וואס עפעס אוועק נעמען ?

אוודאי עס לאזען, אין שכוח פאר די גבאים פארען עס צישטעלען

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:16 pm
דורך ישמעאל הכהן
אדם הראשון האט געשריבן: וואס עפעס אוועק נעמען ?

זעט אויס ענק האבן נישט פארשטאנען. גבאי שני האט ארויסגעברענגט אז מ'גייט עס נישט אוועקנעמען, נאר פאר יעצט געט ער דע 2 אויסוואלן און ווער ס'שטימט פאר ''אוועקנעמען'' זאל שרייבן וואס ער וואלט געוואלט זען געטוישט דארט. ממיליא דע וואס שטימען אז מ'זאל עס לאזן וויאזוי ס'איז מאכן נאר קאליע, ווייל מ'קען עס זיכער פארבעסערן ווי למשל זען ווער סהאט געלייקט און נישט געליינטע הודעות. איך שטמם אויך מ'זאל עס אוועקנעמען און פיקסן דע צוויי אויבענדערמאנטע פיטשורס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:18 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
מיין צוויי צענט.
מאכן גרינגער דאס שרייבען אויפן phone.
למשל ווען איך וויל יעצט רעדאגירן דעם הודעה, איז עס זייער שווער מכוון צו זיין צום פלאץ וואס איך וויל צולייגן ווערטער (somehow the cursor doesn't function well)

נאך א הצעה.
אן אפציע צו הערן אן אלערט ווען א הודעה קומט אריין. און קענען בוחר זיין דעם אפציע פאר ספעציפישע אשכולות, ווי אויך פאר די גאנצע סייט. דאס קען שטארק צוברענגען להגדיל הויכוחים ולהאדירה.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:44 pm
דורך גבאי שני
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן: וואס עפעס אוועק נעמען ?

זעט אויס ענק האבן נישט פארשטאנען. גבאי שני האט ארויסגעברענגט אז מ'גייט עס נישט אוועקנעמען, נאר פאר יעצט געט ער דע 2 אויסוואלן און ווער ס'שטימט פאר ''אוועקנעמען'' זאל שרייבן וואס ער וואלט געוואלט זען געטוישט דארט. ממיליא דע וואס שטימען אז מ'זאל עס לאזן וויאזוי ס'איז מאכן נאר קאליע, ווייל מ'קען עס זיכער פארבעסערן ווי למשל זען ווער סהאט געלייקט און נישט געליינטע הודעות. איך שטמם אויך מ'זאל עס אוועקנעמען און פיקסן דע צוויי אויבענדערמאנטע פיטשורס.

ניין, נישט דאס איז די כוונה. מיר וועלן נאך אי"ה טוישן און פארבעסערן דעם מאביל סייט, נאר דערווייל ווילן מיר וויסן ווי שטארק דער עולם גלייכט עס אדער האט עס פיינט ווי אזוי עס איז יעצט. זענען די חסרונות יעצט אזוי געפערליך אז ס'איז בעסער אז ס'זאל נישט זיין, אדער זענען די מעלות יעצט גענוג אז אפילו ס'איז נישט פערפעקט זאל עס דאך יא בלייבן.
ווער עס האט נישט פארשטאנען קען טוישן זיין שטימע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:37 pm
דורך אפטעמיסט
לאמיר זאגן אז רוב שטימען בעד די מאביל סייט, פארוואס זאלן די קעגנער ארויסגיין פארלירער? סאיז נישט אז די בעד'ניקס קענען נישט אנגיין אנדעם, משא"כ אונז נגד'ניקס קענען נישט טאלארירן די מאביל סייט (און מרעד נישט פון איין צוויי מענטשן). ביטע צוריק מאכן דער געהעריגע סייט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:46 pm
דורך אפטעמיסט
ווי מער איך קוק מיך אום פארשטיי איך ווייניגער דער פשט פון דעם טרויעריגען בארימטן מאביל סייט. איינער קען אפשר ערקלערען פארוואס ווען מען קליקט אויף אן אשכול קומט מען אן צו די תגובות??? עס איז פשוט נישט פארהאן קיין אפציע צו ליינען דעם עצם ארטיקל. אוי מה היה לנו...

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:50 pm
דורך פרישער
א אפטעמיסט איך ווייס נישט וואס דו רעדסט בעד ניק נגד ניק ביזט סך הכל א נודניק, סטאפ האקן א קאפ

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:51 pm
דורך אפטעמיסט
נאך א פראגע: וויאזוי גיי איך צו דעם נעקסטן בלאט פון תגובות? עס איז נישט דא קיין מעגליכקייט צו ליינען מער ווי איין בלאט פער אשכול (איינמאל ביסט אינווייניג).

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:55 pm
דורך אפטעמיסט
פרישער האט געשריבן:א אפטעמיסט איך ווייס נישט וואס דו רעדסט בעד ניק נגד ניק ביזט סך הכל א נודניק, סטאפ האקן א קאפ

איך האב דעם דעמאקראטישען רעכט פון רשות הדיבור. געפעלט דיר נישט? האסט א ברירה צו אדאפטירן שאריע געזעצען ביי דיר אין דיינינג רום.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:08 am
דורך פרישער
מיסטער אפטימיסט שעלט אריין, דערנאך פרעיגט ער שאלות וואס פארן את פתח לו איז נישט איינגעפאלן, און פרעיגט פארוואס ער איז א נודניק, אז דו ווייסט נישט ווי אזוי מען גייט פון איין פעידש צים צווייטן זיי מוחל שטאדיר וועסטע וויסן, איידער דו עפענסט דיין יאפע, מאך דו מינדעסטע ריסערש איידער דו פליקסט אראפ גבאים מיט בזיונות, און דו ווייסט נישט דו בעיסיקס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:30 am
דורך אפטעמיסט
גערעכט. כהאב נישט גענוג שטאדירט איידערן שרייבן, און איצט זעה איך אז מען קען יא בלעטערן אין אשכולות.
את חטאי אני מזכיר היום.
(אבער די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען זענען במקומם עומדת).

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:36 am
דורך לעיקוואד
מיין עקספיריענס איז אז דער געהעריגער סייט ארבעט גאנץ פיין אויפ'ן פאון, און ס'נישט קיין גרויסער חילוק דער מאבייל סייט לגבי דעם, נאר דער עיקר פראבלעם איז ביים שרייבען תגובות, וואס דאס איז זייער שווער אויפ'ן נארמאלער סייט, און אויף דעם דארף מען דער עיקר דגש ביים מאבייל סייט, דערווייל איז עס נישט פיל בעסער.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:43 am
דורך אליצפן
לעיקוואד האט געשריבן:מיין עקספיריענס איז אז דער געהעריגער סייט ארבעט גאנץ פיין אויפ'ן פאון, און ס'נישט קיין גרויסער חילוק דער מאבייל סייט לגבי דעם, נאר דער עיקר פראבלעם איז ביים שרייבען תגובות, וואס דאס איז זייער שווער אויפ'ן נארמאלער סייט, און אויף דעם דארף מען דער עיקר דגש ביים מאבייל סייט, דערווייל איז עס נישט פיל בעסער.
[tag]לעיקוואד[/tag] אויף צו ליינען און שרייבן תגובות איז דער opera בראוזער דער בעסטער פון אלע. עס ווערט אזא טעקסט באקס, וואס מ'קען רוקן ארויף און אראפ אזוי ווי אין קאמפיוטער. ממש א מחיה.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:19 pm
דורך קורץ און שארף
איך בעט ברחמים די גבאים צו לאזין די מאביל סייט. זייט מען האט עס אנגעשטעלט בין איך מיך מחיה אויף מיין טעלעפאן. פליז.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:30 pm
דורך שמעקעדיג
און איך בין מיט אפטימיסט. איך האב עס פיינט בתכלית השנאה און כ'קען זיך נישט צוגעוויינען דערצו.
עס איז מעגליך אז ביי איטליכן קלאפט עס אויס אנדערש. אפשר איז כדאי אז יעדער זאל פאוסטן א סקרינשאט פון זיין מאביל פעידזש אין זיין באליבסטן בראוזער, ונראה למי החותמת ולמי הפסולים.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:58 pm
דורך בן תמליון
איך מיין מען קען מאכן אן אפציע אויפן מאביל סייט צו וועלן דעסקטאפ ווערסיע און נישט אפהאקן דעם סעסיע. וועט יעדער זיין צופרידן דער וואס וויל דעסקטאפ וועט עס איינמאל פאר אלעמאל אנשטעל.

כשמעק ואפטימיסט דערלייד איך נישט דעם נייעם מאביל.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:22 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס אבער מוז איך יעדן מאל באזונדער ריקוועסטן דעסקטאפ ווערסיע?
און איך האלט נישט ביים אויסמעקן מיינע טויזענטער קוקיס.