בלאט 1 פון 1
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:38 pm
דורך גיבור
שלום_זכר האט געשריבן:עס ווילט זיך מיר א נסיעה קיין מאנטרעאל, און כ'בין שאקירט געווארן צו זען אז די פרייזן פאר אן עראפלאן טיקעט פאנגען זיך אן ביי $475. כ'האב געהערט אז עס קען אויסקומען פיל ביליגער ($200-250) אויב מ'קויפט עירליין פוינטס. איינער האט א מושג וויאזוי מ'טוט אזא זאך?
מיט בריטיש איירוויס פוינטס פאר 4500 א וועג פלוס $2.50 פון ניו יארק און $53.50 פון מאנטריאל
זיי געבן אויף אמעריקן אירליינס (איגל)
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:00 pm
דורך גיבור
4500 פוינטס איז ווערד בערך $54 X2 איז עס $108 פלוס TAX $56 ביידע וועגן איז עס בערך $164
גיי צו
https://www.britishairways.comזוך אויף Spending Avios דאן Book flights with Avios
לאג אריין דאן לייג אריין ווען די ווילסט פארן
אויב וועט זיין אוועליבעל פאר יענע דעיט וועט ארויפקומען Sorry, there are no direct British Airways flights available on this route. Direct flights with partners are shown below
און ער וועט אפפערן אמעריקן איירליינס, וועל אויס וועלכע פלייט די ווילסט באצאל די טעקס און פאר געזונטערהייט פארגעס נישט צוריקצוקומען .
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:06 pm
דורך גיבור
די פוינטס קען מען האבן אדער פון פליען מיט זיי אדער זייער פארטנערס
אדער פון chase ba credit card אדער sapphire פוינטס קען מען טרענספערן צו בריטיש איירוויס
אדער American express וואס איז נישט פון א עירליין קען מען טרענספערן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:21 pm
דורך גיבור
שלום_זכר האט געשריבן:איך האב א סעפייער קארד מיט אסאך פוינטס דערויף, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז א סעפייער פוינט ווערט 1.7 סענט. דאס מיינט אז 18,000 פוינטס איז ווערט $306.
די רגע וואס די טרענספערט עס צו בריטיש איז עס ווייניגער ווערד מאך דיר אליין די חשבון וואס לוינט זיך דיר
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 6:57 pm
דורך געפילטע פיש
פון ניו יארק קיין מאנטריאל קענסטו טרעפן פאר 4500 Avios פוינטס + $2.50, דאס איז ווערט בערך $50, אדער פאר ביידע וועגן 9000 בריטיש פוינטס (ווערט אביסל איבער הונדערט דאלער) + $56.60.
האסט יעצט פארפאסט א טשעיס פראמאשען צו טרענספערען אלטימאט ריווארדס מיט א 25% באונוס, אבער אויב האסטו Starwood פוינטס האסטו אויך א 20% באונוס ביים טרענספערן. אבער אפילו פאר טשעיס UR פוינטס לוינט זיך עס אויך, לאמיר שוין זאגן אז דו קענסט באקומען 1.7, איז 9000 ווערט $153 פלוס 56.60 איז $209.60 נאכאלס סאך ביליגער ווי קויפן, ספעציעל פאר לעצט מינוטיגע בוקינגס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:23 pm
דורך משה רוקח
דא האסטו פאר דריי הונדערט דאללער.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:50 pm
דורך גיבור
[tag]געפילטע פיש[/tag] איז גערעכט איך האב בטעות געשריבן 9000 א וועג אבער באמת איז עס 9000 ביידע וועגן דאס הייסט 4500 א וועג
יישר כח פאר'ן פאררעכטן .
איך האב עס שוין פארראכטן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 8:59 pm
דורך משה רוקח
שלום_זכר האט געשריבן:משה רוקח האט געשריבן:דא האסטו פאר דריי הונדערט דאללער.
ס'איז א וואן וועי טיקעט...
נישט אמת. לייען איבער די עד.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:00 pm
דורך משה רוקח
ער שרייבט אז פאר וואן וועי איז האלב פון דער פרייז, דאס הייסט הונדערט פופציג.
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:17 pm
דורך געפילטע פיש
שלום_זכר האט געשריבן:אויב איך קען קויפן די 9,000 פוינטס פאר "אביסל איבער הונדערט דאלער," און פאר מיינע 9,000 סעפייער פוינטס קען איך באקומען $153, לוינט זיך לכאורה נישט אז איך זאל נוצן מיינע אייגענע פוינט - ענדערש זאל איך קויפן פרישע. פארשטיי איך גוט?
אויב קויפסטו פון א פריוואטע מענטש קען זיין, אבער קיין איין פוינט סוחר גייט דיר נישט פארקויפן אזא קליינע סומע ווי 9000, און זיכער נישט פאר דעם פרייז.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 4:56 pm
דורך מאטל שניידער
עס איז דא איינער וואס פארקויפט ראונד טריפ פאר $240
איך האב גענומען ביי אים עטליכע מאל שוין
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:06 pm
דורך Josh
מאטל שניידער האט געשריבן:עס איז דא איינער וואס פארקויפט ראונד טריפ פאר $240
איך האב גענומען ביי אים עטליכע מאל שוין
און וויפיל איז איין וועג 120? אזוי אויך, זענען די פרייזן שטענדיג די זעלבע, אדער $240 איז בלויז א מציאה אינעם איצטיגן סעזאן?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 7:56 pm
דורך מאטל שניידער
Josh האט געשריבן:מאטל שניידער האט געשריבן:עס איז דא איינער וואס פארקויפט ראונד טריפ פאר $240
איך האב גענומען ביי אים עטליכע מאל שוין
און וויפיל איז איין וועג 120? אזוי אויך, זענען די פרייזן שטענדיג די זעלבע, אדער $240 איז בלויז א מציאה אינעם איצטיגן סעזאן?
לויט ווי איך פארשטיי איז עס שטענדיג די זעלבע, קענסט רופן זיכער צו מאכן, איין וועג פון ניו יארק איז $120 פון מאנטריאל איז טייערער (רוב פון די טעקס איז פאר די וועג פון מאנטריאל)