טוויטער גייט פאבליק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5133 מאל

טוויטער גייט פאבליק

שליחה דורך ראשעקאל »

אין די קימענדיגע וואכן גייט טוויטער גיין פאבליק אין א IPO וואס שאצט די קאמפעני ווי ס'ווערד 11 ביליאן דאללער!

ווען פעיסבאק איז געגאנגען פאבליק איז געוועהן א דיזעסטער, ס'האט זיך גלייך גענימען טראסקענען , וואס גייט יעצט זיין מיט טוויטער? איז עס שטערקער ווי פעיסבאק? מאכן זיי זיכער נישט צו מאכן די מיסטעיק'ס וואס פ"ב האט געמאכט? לוינט זיך צו קויפען סטאק'ס גלייך ווען ס'גייט פאבליק?

ווען GOOGLE איז געגאנגען פאבליק אין 2004 האט זיך עס אנגעהויבן ביי 100$ און היינט האלט עס ביי 1000$!! דאס מיינט אז איינער האט אריינגעלייגט 10,000 דעמאלטס איז עס יעצט ווערד איבער 100,000 דאללער!

פאלגענד איז א טשארט וואס איך האב יעצט געמאכט אין עקסעל צו אילעסטרעיטען ווי גאגעל איז געוואקסען
Google.JPG
Google.JPG (41.1 KiB) געזען געווארן 863 מאל



אפילו פ"ב וואס איז געוועהן א דורעכפאל איז שוין אויך געוואקסען אין די אנדערהאלבן יאהר זייט ס'געגאנגען פאבליק. ס'האט זיך אנגעהויבן פארקויפן אין מעי 2012 פאר 42$ און ס'האט טאקע גלייך זיך גענימען טראסקענען, אבער היינט איז עס שוין ווערד 53$.
מיין עקסעל טשארט פאר פ"ב
Facebook.JPG
Facebook.JPG (38.05 KiB) געזען געווארן 863 מאל


יעצט וואס טיט זיך מיט טוויטער?
טעגגינג
[tag]smartinof[/tag]
[tag]משה געציל[/tag]
[tag]Accountant[/tag]
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר